[justify]נישט לאנג צוריק איז מיר אויסגעקומען אפצושטאטן א באזוך אין קהילת "שבת אחים", וואס איז סטאנציאנירט אין פארמינגטאן, פענסילוועניע (מיט פיליאלעס אין נאך ערטער), און עס האט געצויגן מיר גרויס אינטערעסע.
נישט נאר די הצלחה פון די קהילה, נישט נאר די מורא'דיגע און דערפרייענדע חידושים פון די קהילה, נישט נאר די אחדות און צוזאמענלעבן פון די קהילה, נאר אפילו די פאקט אז אזא קהילה גייט אן אין די צייט וואס מיר ווייסן ניטאמאל אז עס עקזיסטירט. א קהילה פון ארום פינף הונדערט מעמבערס (!!), וואס איז נאנט פארבינדן מיט א שירעם ארגאניזאציע וואס אנטהאלט באלד דריי טויזנט מעמבערס אין פילע אנדערע שטעט.
ראדיקאלע געדאנקען געמישט אין אפנקייט, א סאציאליסטישע "קיבוץ" סטיל צוזאמען-לעבן פון דאקטוירים און אדוואקאטן וואס לעבן אינאיינעם מיט פארמער און ביר-ברענערייען, א פלאץ וואו דער יחיד איז חלק פון א קאלעקטיווע רבים אבער פארמאגט דאך זיין אייגנארטיגער אידענטיטעט, און אן ארט וואו פרויען גייען אנגעטון צניעות'דיג אבער האבן אן אקטיווע טייל אין די געזעלשאפט.
די קהילה איז עולה מעלה מעלה, מיט פילע מענטשן וואס ווערן צוגעצויגן צו איר גייסטרייכע לעבנסשטייגער, וואס אנטהאלט א חידוש פון מיזוג - אלט לעבן און אפנקייט צו מאדערנקייט, און דאס איז איינע פון די יסודות צו איר אומגלויבליכע סוקסעס, אין א קנאפע פאר יאר. דאס זעט זיך ווירקליך אן אויף די מענטשן וואס לעבן אינערהאלב די קהילה. זייער שמייכל, זייער אינערליכער צופרידנהייט, זייער פאזיטיווע צוגאנג צו אלצדינג, האט מעיד געווען כאלף עדים אז דאס איז א ריכטיגע "סוקסעס-סטארי".
צו דעפינירן די קהילה וואלט זיך אויך אויסגעפעלט א לאנגע ארבעט פון פארשער. איך קען זיי נישט רופן רעפארמער אדער קאנסערוואטיוון, ווייל זיי זענען זייער ערנסט און גלויביג און מאכן נישט קיין קונצן אדער "שארט-קאטס". ווידער אולטרא-ארטאדאקסן (חרדים) זענען זיי לכאורה אויך נישט, וויבאלד זיי זענען צו שטארק אפן פאר טוישונגען און אפנקייט צום ברייטן וועלט. בלויזע ארטדאקסן וואס מיר קענען אלץ דתיים/מאדערן-ארטאדאקסן, זענען זיי געוויס נישט, צוליב זייער ווארימקייט און להדיא נישט-טריקענער פראקטיצירונג פון אידישקייט.
דער ארטיגער רב האט מיר טאקע ערקלערט איבער זיין קהילה: "איך וועל נישט זאגן אז דאס איז דער אלטימליכער אמת. גאט איז פיל גרעסער פון דעם. נאר אין די צייט וואס מיר גלייבן אז דער באשעפער האט אונז אזוי מסבב געווען צו לעבן אויף דעם ספעציפישן וועג, איז דאס אוודאי געוויס נישט די איינציגסטע וועג וויאזוי נאכצופאלגן תורת משה." (איז עס א שטיקל אנדייטונג איבער א ליבעראלע צוגאנג צו נישט ארטאדאקסיע? איך ווייס אויך נישט)
[center]*[/center]
זייענדיג שטארק אנטציקט פון וואס עס האט זיך אנטפלעקט פאר מיינע אויגן, האב איך מיך געוואנדן צום ארטיגן קהילה פירער (כ'קען אים נישט רופן "רב" אדער "מנהיג", וויבאלד ער האלט זיך נישט פאר אזא איינער, נאר באלד ווי אן איש מן השורה!), מיט א בקשה אז ער זאל מיר עטוואס אויסקלארן וואס זיין קהילה איז.
צווישן די פראגעס וואס איך האב אים געשטעלט, זענען געווען די פאלגענדע:
די היסטאריע פונעם קהילה און איר ציל, וואס זענען אירע געדאנקען און אינספיראציעס, וויאזוי לעבן זיי אויף א טאג-טעגליכן שטייגער, וואס איז זייער צוגאנג צום אמעריקאנעם מגיפה פון פרייהייט און פריקות עול, וויאזוי געבן זיי זיך אן עצה מיט די נייע גענעראציעס, וואס איז זייער שיטה איבער טעכנאלאגיע און מאדערנע, וואספארא ארט פארנעמען די פרויען פון די קהילה, א.א.וו.
זיינע ענטפערס האבן מיך איבערגעלאזט געפלעפט פאר א וויילע. עס האט ווירקליך אויסגעזען ווי א טרוים וואס ווערט פארווירקליכט. טראצדעם וואס מיט געוויסע פונקטן בין איך היבש (אדער שטארק) מחולק, איז פארט אוממעגליך זיך אומוויסנדיג צו מאכן פונעם איבערוויגנדן פאזיטיוון איינדרוק וואס זיינע ענטפערס האבן איבערגעלאזט אויף מיר.
אריינקלערנדיג טיפער, האט עס אויסגעזען ווי א שטיקל ישועה פאר אסאך היימישע, וואס וואלטן זיך היבש מחיה געווען אין אזא סביבה, און הגם עס איז אפשר נישט פאסיג פאר אלעמען איז עס פארט א שטיקל דירעקציע וואס מיר קענען ארויסנעמען דערפון אסאך אינטערעסאנטע און וויכטיגע יסודות, וויאזוי אוועקצושטעלן נייע קהילות מיט נייע חידושים און נייע מהלכים וויאזוי זיך אן עצה צו געבן מיטן ברענעדיגן פראבלעם פון אט"ד און ענליכס.
איך וועל ענק זאגן דעם ריינעם אמת: איך ווייס אויך נישט אויב אלעס וואס ער האט געזאגט איז געווען ריכטיג און ווארהאפטיג. מעגליך אז ער האט היבש באגילדעט א קהילה וואס מוז נישט זיין אז זי שימערירט פון גאלד. אבער זיינע ענטפערס זענען סייווי געווען שטאק אינספירירנד, און שפעטער ביים הערן וואס געוויסע קהילה-מיטגלידער דערציילן, האט עס אויסגעזען ווי דער רב זייערע האט קולע געווען אל השערה.
דערפאר וויל איך אראפברענגען די העכסט אינטערעסאנטע אינטערוויו וואס איך האב אפגעהאלטן מיטן קהילה פירער, מיינע שאלות און זיינע תשובות, און איך האף אז עס וועט זיין אינטערעסאנט, נוצבאר, באלערנד, און אפילו אינספירירנד, פאר אונז אלע.
זענען אלע "שבת אחים" מעמבערס רעליגיעז?
מיר זענען אלע רעליגיעז אין דעם הינזיכט, אז אונזער אידישער אמונה איז די מערסט-וויכטיגער פאקטאר פאר אונז. פארט שפיר איך פאר וויכטיג צוצולייגן, אז מיר לעבן נישט אויף א "העכערע לעבן" אזוי צו זאגן. מיר זענען העכסט נארמאלע געהעריגע מענטשן, וואס רעדן פיל ווייניגער איבער "אמונה" ווי אסאך אנדערע שטרעמונגען אין אידישקייט.
צו וואוינען אין קהילת שבת אחים, דארף מען נאכפאלגען די טריט פון משה רבינו. צי דו רופסט דאס "זיין א גלויביגער אין אידישקייט" צי נישט איז נישט וויכטיג - אבער דו דארפסט נאכגיין די לערע פון משה און לעבן אויף די וועג און מהלך וואס ער האט אויסגעטרעטן און געוויזן פאר מענטשהייט וויאזוי צו לעבן.
וואס זענען די יסודות אויף וואס אייער קהילה איז באזירט?
משה רבינו האט געברענגט א געוואלדיגע בשורה טובה פאר די וועלט, פון "לתקן עולם במלכות שד-י". די גאנצע תורה האט ער אייגנטליך געמאכט א "סך הכל" דערפון אין צוויי פסוקים, וואס זיי באגלייטן אונז שטענדיג און דאס איז אונזער מאטא אין אלעס וואס מיר טוען: "ואהבת את ה' אלקיך בכל לבבך ובכל נפשך ובכל מאודך", און "ואהבת לרעך כמוך". קוקנדיג דערויף, האבן מיר אויסגעשטעלט אונזער קהילה, וואס טראצדעם וואס אויבערפלעכליך זעט עס אויס עטוואס ראדיקאל, טייטשט עס אבער אמבעסטן אפ די צוויי יסודות'דיגע פסוקים וואס ווייזן דעם וועג פון ליבע.
אויב איר וועט מיר אנצייגן א קהילה וואס פירט זיך אויף א בעסערע פארנעם, לאור די צוויי פסוקים, זייט מיר מודיע. מיר וועלן אלע זיך פרייען צו קענען זיך אנשליסן דערין!
מיט וואס שטארצט ארויס די קהילת שבת אחים, פון די געווענליכע קהילות איבערן גארער וועלט?
אסאך פונדאמענטאלע חילוקים. געוויסע זעען טאקע אויס גאר שטארק עקסטרעם און ראדיקאל, אבער נאכן אריינטראכטן דערין וועט איר זיך איבערצייגן אז דאס איז נאר א מושכל ראשון פון מענטשן וואס זענען נישט צוגעוואוינט דערצו.
מיר האלטן אז כדי מקיים צו זיין דעם "ואהבת לרעך כמוך", דארף מען לעבן מיט א ציל פון כסדר טון פאר אנדערע נאכאנאנד, און דער "אני ואפסי עוד" - דער שורש צו געלדגייציגקייט, שלעכטס, מחלוקות, און בארבאריזם - זאל בכלל נישט פארנעמען קיין פאקטאר אין אונזער לעבן. כדי דאס צו עררייכן האבן מיר איינגעזען, אז די גאנצע שגעון פון לויפן נאכן דאלער איז דער שורש פורה ראש ולענה. עס איז א מיטל צו באקומען איינפלוס און מאכט, עס איז א לעבנסשטייגער וואס קומט באגלייט מיט שטענדיגע אומרואיגקייט און זארג, עס איז א וועג וואס פירט צו קנאה און שנאה, און אין בעסטן פאל - זיך נישט אומצוקוקן אויף א חבר וואס פאלט אנידער זיין לאסט.
אין אונזער קהילה לעבט מען צוזאמען, מיט א קאסע וואס געהערט נישט פאר קיין שום יחיד נאר פארן גאנצן געמיינדע. עס שיינט אפשר קאמוניסטיש, אבער עס איז גאר ווייט דערפון, און לאמיך עס אביסל ערקלערן: יעדע מענטש האט זיך זיינע כשרונות און זיינע מעגליכקייטן, אבער יעדער דארף צוקומען צו אנדערע כדי צו קענען אנגיין אין זיין לעבן. דער פארמער דארף צוקומען צום דאקטארס רעצעפט פונקט ווי דער דאקטאר דארף צוקומען צום פארמערס ווייץ. דער פראבלעם הייבט זיך אן, ווען מענטשן נעמען א דזשאב וואס איז נישט אמת'דיג געאייגנט פאר זיי, און זיי האבן עס ניטאמאל ליב, אדער איז עס צו סטרעס-פול פאר זיי, און זיי טוען עס נאר ווייל מ'דארף נאכלויפן דעם דאלער...
מיט אונזער קהל'י'שע לעבן, איז נישטא קיין קנאה שנאה ותחרות. דער וואס וויל פראקטיצירן מעדעצין - ווייל זיין קאפ און הרגשים ווילן אזוי, טוט דאס. ווידער אויב איינער האט ענדערש ליב נאטור, וועט ער זיין א פארמער. די געלט וואס ביידע פארדינען פון פראקטיצירן זייער ארבעט, גייט ממילא פארן גאנצן קהילה, און אלע געניסן פון דעם רואיגן אטמאספער.
מיט וואס איז דאס אנדערש פון קאמוניזם? איז דאס גע'כשר'טע סאציאליזם און ענליכעס?
ניין! דאס איז אויסדריקליך נישט קיין קאמוניזם אדער היינטיגע סאציאליזם, הגם עס האט געוויסע אידעען וואס ענדלען. מיר צווינגען קיינעם נישט צו טון סיי וואספארא ארבעט אדער פאך. יעדער קען טון מה שלבו חפץ, און אדרבה, מיר שטופן און שטיצן יעדן צו טון וואס ער באגערט. יעדער ארבעט ממילא די זעלבע מאס שעות א טאג, אזוי אז ס'איז נישטא קיין פוילקייט א.א.וו. און אונזער קהילה לעבן איז אזוי אוועקגעשטעלט אין קליינע געמיינדעס, אזוי אז אלע ארבעטן צוזאמען מיט ברידערליכקייט און פריינדשאפט.
נאכמער, קיינער ווערט נישט געצווינגען צו בלייבן אין אונזער קהילה, און דאך טוט עס וואקסן און בליען, פארוואס? ווייל יעדער זעט גלייך אז דאס איז די געשמאקסטע און אינהאלטסרייכסטע סארט לעבן, מיט א ציל און מיט א רואיגקייט. די בענעפיטן זענען טאקע עד אין לשער. קיינער מאכט נישט קיין "געלט", אבער אלע באקומען אלעס וואס עס פעלט זיך נאר אויס, פון הייזער ביז קליידונג.
אונזער ציל איז אויך, די רואיגקייט פון אזא לעבן, ווען קיינער דארף נישט נאכלויפן און נאכיאגן קיין שום זאך. מ'ארבעט פלייסיג און מ'באקומט אלץ וואס מ'דארף. אזוי ארום פארנעמט די מאטעריאליסטישע וועלט גאר א קליינעם ארט ביי אונז, און מיר לעבן זיך גליקליך און צופרידן.
דאס איז וויאזוי ענק טייטשן אפ דעם "ואהבת לרעך כמוך"?! מיטן אוועקגעבן דיין געלט פאר אנדערע?
יא און ניין. דאס איז טאקע איין זאך וואס מיר טוען כדי צו לעבן מיט ליבשאפט צו אנדערע אויף א וועג וואס וועט אונז צוברענגען צום "כמוך" ממש. אבער דאס איז ווייט פון די איינציגסטע זאך וואס מיר טוען, כדי מעורר צו זיין ליבשאפט צו אנדערע.
עטליכע מאל א וואך, קומען מיר זיך אלע צאם צו עסן אינאיינעם. ניין, נישט נאר שבת. אונזער ציל איז א צוזאמען-לעבן און א היימישע געשמאקע אטמאספערע. עס זיצן זיך קבוצה'לעך וואס שמועסן איבער אלעמען און אלץ, און מיר לעבן זייער געשמאק און ברידערליך.
עלנדע, עלטערע, קראנקע, און אנדערע אזויגערופענע "רחמנות'ן", זענען ביי אונז געווענליכע מענטשן וואס קריגן אלעס וואס אנדערע מענטשן קריגן. אויב עס וועט ח"ו איינער קראנק ווערן, וועט מען אים שאפן א דירה אויפן ערשטן שטאק, א שפיטאל בעט מיט מאדערנע איינריכטונגען, און די גאנצע געמיינדע וואס זיין א טייל אין ארויסהעלפן דעם יחיד.
אלע מוסדות פאר די קינדער איז גענצליך בחינם, אזויווי אלץ אנדערש. די מלמדים ארבעטן בחינם, דער קעכער און רייניגער ארבעטן בחינם, די פרוכט ווערט סערווירט דורך א פארמער וואס האט עס איינגעפלאנצט בחינם, און אזוי גייט אונזער לעבן אן און שפרודלט.
בכלל, האבן מיר אסאך FUN. יעדער יחיד קען אוודאי טון וואס ער וויל, אבער די געמיינדע שטעלט צו מער מעגליכקייטן דערצו, שפילנדיג סאקער אדער פאוקער...
איז דא פלאץ פאר אינדיווידואליטעט אין ענקער געמיינדע? עס זעט אויס ווי אלע מוזן טראכטן די זעלבע...
אפשר די קליידונג אונזערע זעט אויס עטוואס די זעלבע, טאקע כדי מיר זאלן נישט האבן קיין שנאה ותחרות און וויבאלד מיר שפעטן פון מאדע. אבער מיר האבן דייקא הנאה פון יעדן יחיד'ס אינדיווידואליזם, וואס ווערט טאקע אויסגעדריקט אויף אומצאליגע אופנים.
מיר טוען טאקע אלעס מיטן געדאנק פון "ואהבת את ה' אלקיך" און "ואהבת לרעך כמוך", און דאס ברענגט אונז צום החלטה אז אונזער לעבן דארף טאקע זיין געווידמעט אויף טון גוטס פאר אנדערע און נישט זיין פארנומען מיט זוכן איינפלוס און רייכטום, אבער מיר אנערקענען און שעצן די באזונדערע אייגנשאפטן און רצונות וואס דער באשעפער האט געגעבן פאר די מענטשן פון די וועלט. געוויסע קהילה מיטגלידער קענען זיין מלמדים, אנדערע קענען הארעווען און ווערן מורי דרך, און אנדערע לויבן גאט דורך מוזיק און ארט.
מיר ארבעטן טאקע אינערהאלב אונזער געמיינדע, אבער יעדער האט צייט צו עקספלארירן און אויסגעפונען וואו אהין זייער נפש ציט. צווישן אונזערע מעמבערס ציילן זיך פארמער, שרייבער, פעינטערס, פאעזיע, האלץ האקעריי, פיאנע, ביר ברענעריי, בוך האלטעריי, און פיש כאפעריי. עס איז להדיא נישט דא "איין מהלך" פאר אלעמען. מיר האבן שטארקע און שוואכע, רואיגע און לעבעדיגע, אלע סארטן און אלערליי מענטשן מיט אנדערע צוגאנגען.
דאס איז שוין אויסער דעם, וואס מענטשן קומען אהער פון אומצאליגע אנדערע ערטער, מיט אנדערע מיינונגען און קולטורן, און דער מיזוג דערפון איז זעלבסט די געשמאקסטע ערפארונג, ווען יעדער קען אנהאלטן זיין אידענטיטעט מיט זיינע מיינונגען א.א.וו. אדרבה, דאס איז חלק פון די געשמאק, צו זיין א מענטש מיט אייגענע מיינונגען, און דאך אוועקווארפן זיין עגא און העלפן אנדערע.
וואס איז אייער צוגאנג צו חינוך, צום נייעם גענעראציע? איר האלט זיי אפגעשלאסן פון די וועלט? וויאזוי געבט איר זיך אן עצה מיט די פראבלעמען וואס בוזשעווען לעצטענס אומעטום?
"שבת אחים" חדרים און בתי חינוך, זענען געבויט מיט א יסוד פון געבן פארן קינד א געשמאקע און קאנסטראקטיווע יוגענט. דאס נעמט אריין אז קינדער זאלן לערנען אויף א וועג וואס וועט זיי צושטעלן א מעגליכקייט צו גיין אין אקאדעמיע, אוניווערזיטעט, א.א.וו. אויב דאס איז וואס זיי וועלן אויסקלויבן צו טון. מיר לייגן א ספעציעלן דגוש צו זען וואספארא אייגנשאפטן דאס קינד פארמאגט, און מיר פרובירן זיך אפצוגעבן מיט יעדן לויט זיינע פעאיגקייטן און רצונות, אז ער זאל קענען פארווירקליכן זיין טרוים און אינערליכער רצון - וואס ווי אויבנדערמאנט, אדאנק אונזער מהלך קען ער בוחר זיין וואס ער וויל טאקע, אן קיין לחץ פון נעמען אן אומגעשמאקע מהלך צוליב לחץ ממון.
מיר ווילן אויך, אז די קינדער זאלן אויפוואקסן פאראינטערעסירט אין די וועלט ארום זיי, און נישט נאר פון אונזער געמיינדע לעבן. מיר רופן כסדר אריבער גאסט רעדנער אין די בתי חינוך, צו דערציילן פאר די קינדער איבער זייער לאנד, קולטור, און פארשידענע אספעקטן וואס וועלן זיי נישט אפהאקן פון זייער ברייטער סביבה. מיר דערציילן זיי די פאליטיקס, עקאנאמיקס, און קריזיסן וואס פאסירן אין לאנד, און ארום די וועלט. ווען די קינדער זענען יונג לאזן מיר נישט אריין קיין קאמפיוטער אין די קלאסן, אבער ווען זיי ווערן עדאלטס קען מען נוצן קאמפיוטערס און טעכנאלאגיע וואס פעלט זיך אויס פארן מענטש.
בנוסף צו די רעגולערע לימודים, באשטייט אונזער curriculum פון רעספעקט, זעלבסט-דעסציפלין, און א שטארקע ארבעטס-עטיקעט. אבער אין שפיץ פון אלעם שטייט דער יסוד, פון איינווארצלען פאר די קינדער ליב צו האבן אנדערע, דורך קעירן און ארויסהעלפן אנדערע מענטשן.
וואספארא ארט פארנעמען די פרויען אין ענקער געמיינדע? סעגערירט? צוזאמען? ארבעטן? צניעות?
די פרויען גייען געקליידעט היבש צניעות'דיג, מיט לענגערע לייכטע קליידונג און א צודעק אויף די (אייגענע) האר, אבער דאס איז נאר מענטשליך. ווידער זייער ארט איז גאר גאר אנגעזעען. אוודאי שעצן מיר שטארק מאמעס וואס געבן זיך אפ מיט די קינדער אינדערהיים וכדומה, אבער אונזערע פרויען זענען אויך לערערינס, דאקטוירים, סעילס מענעדזשערס, אדוואקאטן, און נאך.
ביי אונז זעט מען די מעלה פון אלעמען, און א פרוי איז גארנישט אנדערש פון א מאן, מיט אירע פילע מעלות וואס גאט האט איר ספעציעל געשאנקען, און עס איז ניטאמאל קיין נפקא מינה אויב זי איז שוין פארהייראט אדער נישט, וועט זי קענען האבן א געשמאקע ארבעט, און שעצונג פון אלעמען.
וואספארא טשיקאווע און אינטערעסאנטע אבזערוואציעס קענט איר איבערגעבן?
עס איז דא אסאך. לאמיר אנהייבן פון דעם וואס מיר פרובירן אנצוהאלטן א געזונטע לעבנסשטייגער. מיר וועלן אליינס איינפלאנצן און עסן אייגענע פרוכט, און אפילו פלייש, און טאקע אויף א וועג וואס רעספעקטירט דאס לעבן פון די בהמות וואס מיר עסן איר פלייש. אבער געוויסע מיטגלידער זענען גראדע וועדזשעטעריענס וואס האלטן זיך אפ פון עסן פלייש.
מענטשן וואס זענען ג', קענען טאקע נישט זיין פארהייראט אין אונזער געמיינדע ווייל די תורה אסר'ט עס, אבער מיר זענען קיינעם נישט דן ח"ו און מיר פארדאמען זיי נישט. מיר האבן ליב א יעדן מענטש, אזויווי דער באשעפער האט ליב א יעדן איינעם.
מיר שטופן להדיא נישט אונזערע קינדער צו ווערן עווענטועל א חלק פון אונזער געמיינדע, און אדרבה, זיי דארפן אליינס מחליט זיין וואס זיי ווילן טון מיט זייער לעבן. מיר שטעלן זיי נאר אויס צו זיין שטארק אין זייער געוויסן, צו פארמאגן א זעלבסט דיסציפלינירטע צוגאנג צו אלצדינג, ליב האבן אנדערע און וועלן העלפן נויטבאדערפיגע, א ציל און לעבן, א.א.וו. אסאך קינדער מאכן טאקע אייגענע החלטות און גייען אין אן אנדערן ריכטונג, וויבאלד דער באשעפער געט פאר יעדן זיין רצון און געשמאק.
מיר פארמאגן טאקע 23 "שבת אחים" קהילות און געמיינדעס אין פינף לענדער, און זיי באשטייען פון 20 ביז 300 מיטגלידער פער געמיינדע (מיר ווילן א ברידערליכע לעבן), אבער עס וואוינען אויך יחידים אין אנדערע ערטער וואס גייען אהין מיט א ציל פון העלפן אנדערע און טון פאר אנדערע, אדער אפילו להשמיע את דבר ה', און יעדער נעמט זיין איבערלעבעניש אים צו מאכן פאר א בעסערע מענטש.
אונזער קהילה באשטייט טאקע אויך פון צוויי נאנט-פארבינדענע פלעצער אין פארמינגטאן, און יעדע ארט פארמאגט ארום 250 מעמבערס.
[center]*[/center]
איך האב נאך לאנג פארברענגט ביים ארטיגן רב, און נאכהער געשמועסט מיט די איינוואוינער פון ארט. איך האב נישט קיין כח און צייט אראפצושרייבן אלעס וואס איך האב געזען און געהערט, אבער אויב מ'האלט עס מיט פונדערנאנט זעט עס אויס גאר געשמאק און ליבליך.
באזונדער האב איך הנאה געהאט צו זען, ווי זיי פארמאגן א גאנצע פאבריק פון אויסשנוצן העלצער און מאכן דערפון טישן און בענקלעך, שענק און שופלאדן, און כלערליי סארטן האלצערנע זאכן וואס א שטוב אדער חדר/שולע דארף האבן. פאר די נייגעריגקייט האב איך געארדערט פון זיי עטליכע האלצערנע זאכן, און ס'איז ווערד געווען יעדע פעני. ס'איז שטארק און דויערהאפטיג, און ווייזט עטוואס אויפן ערנסטער כאראקטער אינעם ארט.
________________
אצינד מוז איך מודה זיין אז טראצדעם וואס איך האב נישט געזאגט קיין פרעכע ליגנט, און אזעלכע קהילות זענען ווירקליך דא - טאקע דארט אין פארמינגטאן און אין נאך פילע ערטער, דאך איז עס נאר "באזירט אויף א ריכטיגע מעשה", און עס איז אומריכטיג דאס וואס איך האב זיי באצייכנט אלץ גלויביגע אין תורת משה.
פאקטיש זענען זיי קריסטליכע גלויביגע, קרובים בדעות צו די "אמיש" חברה, נאר אנדערש ווי זיי - האבן אנשי קהילת "שבת אחים" המכונה "ברודערהויף", ובלשונם bruderhof, זיך נישט געוואלט אויסשליסן פון די וועלט און בלייבן פארקראכן ערגעץ אין די 18'טע יארהונדערט.
"חכמה בגוים תאמין", און עפעס אינטערעסאנטע געדאנקען האבן זיי, וואס קען העלפן פאר אונזער יוגנט אויך. און אפילו אויב זיי זענען צו עקסטרעם, קען מען כאטש נעמען עפעס איידיעס און עס אריבערפלאנצן ביי אונז. איר קענט דאס ליינען, פון וואו איך האב גענומען רוב אינפארמאציע (איך האב יא געקויפט האלצערנע מעבל פון זיי).[/justify]
א חידוש אין אמעריקע: קהילת "שבת אחים", פענסילוועניע
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 11
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 03, 2017 9:19 pm
- האט שוין געלייקט: 43 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 176 מאל
- טאמבל סאס
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4290
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
- געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
- האט שוין געלייקט: 6640 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל
ליינט אביסל אין די וויקיפידיע רעפרענסעס. שוין גארנישט אזוי פויגלדיג אינעווענדיג. קאנטראווערסיעס און טיילונגען. אפאסטעיטס דעקן אויף און פעדיפיליע סקאנדאלן ווערן פארדעקט. שיינט מיר ווי די אימפרעשאן וואס די אולטרא ארטאדאקסן לאזן די ערשטע מאל איבער אויף א תמימות'דיגען רעפארמער אידל. אלל קאוזי ענד fluffy.
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 889
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 20, 2015 9:01 am
- האט שוין געלייקט: 1566 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 740 מאל
Re: א חידוש אין אמעריקע: קהילת "שבת אחים", פענסילוועניע
ליינעדיג האב איך געשפירט אז דו באדעקסט עפעס צו. איך האב חושד געווען אז דו רעדסט פון אזעלכע וואס גלייבן נישט אין תורה מסיני בכתב ובע"פ און מיין בלוט האט מיר געזידט פארן פרובירן כשר'ן דעם חזיר פיסל. לא יעשה כן במקומנו! קאווע שטיבל איז נישט פאליש!
אבער אז דו רעדסט פון קריסטן, נו מילא, פאר גוים איז גאנץ גוט.
אבער אז דו רעדסט פון קריסטן, נו מילא, פאר גוים איז גאנץ גוט.
דברי אדוננו המלך בעיני, נגידים ומעולים ונכבדים... אבל לא אשבח אותם שהם אמת! - הרמב״ן ליעקב הראשון.
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 23
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 05, 2016 11:28 pm
- האט שוין געלייקט: 498 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 12 מאל
Re: א חידוש אין אמעריקע: קהילת "שבת אחים", פענסילוועניע
אינטערעסאנט אנצומערקען, עס איז דא א פרומער קיבוץ אין ארץ ישראל מיטן נאמען קיבוץ לביא, עס קוקט אויס זייער ענדךיך, זיי האבן 3 סוסקסעספולע ביזנעסער און דער עולם קוקט אויס זייער צופרידען דארט
Sent from my STV100-1 using Tapatalk
Sent from my STV100-1 using Tapatalk