סמארט פאון ראדיקאליזם
נשלח: דאנערשטאג יוני 08, 2017 6:18 pm
אפענע בריוו
לכבוד הרב המגיד ר' יצחק אייזיק קרושבסקי שליט''א
איך וואלט זייער געוואלט דורך שמיסן אייער פסק וואס אייער כוח התורה האט ג'פסק'ט ברוב עם אין קאנטינענטעל מיט א וואך ציריק יום ה' פרשת במדבר. וזה לשון קדשך 'ווען א טאטע אדער א מאמע ברענגען אהיים אינדערהיים אזא כלי, און זיי ווילן צייגען פארן קינדער א אינטערעסאנטע בילד, צייגן א בילד פון די הדלקה אין מירון צי סיי וועלכע אנדערע בילד עס זאל נאר נישט זיין, איז מען מחיוב צי זאגן פאר די טאטע מאמע אז מען טאר נישט, איך וויל נישט קוקן אויף דעם, עס איז נישט קיין חוצפה. די היינטיגע דור האט זיך פלוצלינג גענומען איבער די עבודה פון חוצפה. חוצפה ווערט נישט געמאסטען מיט אינזערע מיינונגען, חוצפה האט די תורה קובע געווען וואס חוצפה איז, ווען א טאטע מאמע זאגן פאר א קינד ער זאל מחלל שבת זיין, טארסט אים נישט פאלגען דעם טאטען, ווי די חוצפה, עס איז קיין שום חוצפה נישט, די תורה שטעלט אינז אוועק די גדרים נישט די צייטונגען זענען אינזערע מחנכים.
ווען א טאטע מאמע וויל ווייזן א בילד פאר א קינד זאל ער וויסען אז די טאטע מאמע ווילן אים מעביר זיין על הדת, אראפ פירן מכל התורה כולה, כי בקש להדיחך מעל השם אלקיך, לא תשמע לו, ולא תאבה לו, מען טאר אים נישט פאלגען, כי יסותך אחיך או אמיך, עס איז נישט קיין שום חילוק, מען טאר נישט פאלגען טאטע מאמע, ווען א טאטע מאמע ברענגען אריין אינדערהיים אזא כלי, מעג א קינד גיין און עס ציברעכן, ער מעג עס נעמען און אריין ווארפען אין סוער אריין בלי שילם, ווייל א טאטע מאמע וואס ברענגען אריין אזא כלי, זענען זיי פשוטע רוצחים, פשוטע רוצחים'. ולא עד כאן לשונו הזהב.
איך האב געהערט אויסצוגען פון אייער שארפע דרשה, אוו איך בין ממש געפלעפט פון אייער שארפע פסק, איר האט זיך אינטערגענומען א גאר שארפע מהלך פון וואס די וועלט וועט ליידען פאר פיל גענעראציע'ס, דעריבער וואלט איך אייך געפרעגט א פשוטע קשיא מהיכן דנתנו, פון ווי האט איר גענימען אייער פלייצע צי זאגן פאר מיין זין וואס עס איז חוצפה און וואס ער האט צי טון מיט מיין כלי, האט איר קלאר פארשטאנען וואס עס וועט פאסירן מהיום והלאה, ווייסט איר ווי ווייט גרייכענד אזעלכע נאכלעסיגע רייד וועלן אנקומען.
כה עשו אבותיכם ווען די ציונים ימ''ש האבן אויסגעריסן דאס ווארט כיבוד אב און מסביר געווען פארן איגענד אז זייערע עלטערען זענען אלט מאדיש, און מען טאר זיך צי זיי נישט צוהערן, און אז דאס איז נישט בגדר חוצפה, נאר זיי פארשטייען נישט צים נייעם דור, צו די היינטיגע צייטען, די חילוק איז אז די ציונים האבן זיך כאטש אינטערגענימען מחנך צי זיין די קינדער ווען זיי וועלן עולה זיין, און זיי געגעבן מכל חי' עולם הזה, וואס זאגט איר צו פינקטלעך, וועט איר זיי מחנך זיין, וועט איר זיי מחנך זיין מהיום אם בקולך תשמעו, אדער איר זענט נאר גאר וויליג צי פארדארבן די חינוך וזהו, ווי זאל איך אפדראפן מיינע קינדער זיי זאלן אויפוואקסען האלב נארמאל כאטש.
איר האט עובר געווען אויף לשון הרע ווען איר האט מלבין געווען טויזענטער אידן וואס קלאמערען זיך טאג טעגלעך צי מחנך זיין די קינדער על התורה ועל עבודה, און צאלען אוועק שווערע געלטער פאר חינוך און פאר כשרע פילטער'ס, ווען האט זיי געלייגט פשוט צווישען די עובדי אלילים ועיר הנדחת, איר האט זיי אלע מבזה געווען פארנט פון אינזערע קינדער אז מיר זענען בכלל לא תאבה לו, לא תשמע אליו, לא תחמול ולא תכסה, ווען איר האט נישט קיין אהנונג צי איינער דינט עבודה זרה מיט א סמארט פאון, קיינער איז נאך נישט געגאנגען דינען אלוהים אחרים מיט א סמארט פאון, אבער לשון הרע איז קלאר לכל הדיעות ערגער ווי די ג' עבירות חמירות, און איר זענט דעריבער אין דעם כלל.
סך הכל איז דאס א איסור וואס היינטיגע רבנים שליט''א האבן ארויף געלייגט כדי מיר זאלן זיך דערווייטערען פון א עבירה, זענט איר געגאנגען אוו געמאכט דערפון א עבירה ווי עבודה זרה, אזוי האט דער נחש הקדמוני געטון ווען ער האט געזאגט פאר חוה לא תגע בו, קיין שום רב האט נישט געאסרט קיין סמארט פאון בנגיעה, נאר אז מען זאל עס פילטערען מיט א פילטער, על כן ווי אזוי ווילט איר אז מיין זין זאל זיך אויסלערנען ווי אזוי מען גייט זיך אים מיט א סמארט פאון, וואס יעדע בר דעת און יעדע ערליכע רב פארשטייט אז עס וועט נאר ווערן מער וויכטיג מיט די צייט ווי היינט, און אנדערע ווערטער אויב היינט דארף מען עס נאר האבן לצורך פרנסה וועט מען ביז פינף יאר נישט קענען דורך שטיפן קיין טאג טעגליכען אן קיין סמארט פאון, ואם כן בין איך יא מחיוב על פי תורה אים מחנך צי זיין און אים צייגן אז מען קען זעין מירון אוו ווי אלע ערליכע רבנים פירן טיש, און מען קען יא זען נארמאלע זאכן, און מען ברויך נישט ליגן אין שמיץ, גענוי ווי א טאטע איז מחייב אויסלערנען שווימען, און א פאך, אויב נישט איז ער מלמדו ליסטוס אטאמאטיש, איז א סמארט פאון די היינטיגע שווימען און די היינטעגע פאך וואס מיר זענען מחיוב אים אויסלערנען.
מיט אייער דעמאגאגישע רייד, וואס אגב איז נאך נישט געהערט געווארן באפאר אייך פון קיין שום רב ופוסק, האט איר סך הכל געגעבן פאר יעדע קינד א קורדם לחפור בו, און פאר סיי וועלכע זאך וועט ער ניצען דעם וואפען קעגען זיינע עלטערן. ועוד זייט ווען גייט די פסוק לא תשמע אליו ארויף אויף א קינד, די פסוק גייט נאר ארויף אויף א בי''ד אדער לכל הפחות א גדול, זיך נישט פארפירן פון קיין רבנים אדער נביאי שקר ווען זיי רעדען אין די נאמען פון די הייליגע תורה, אדער ווען א טאטע הייסט א קינד עובר זיין אויף א מצות עשה אדער א לא תעשה, און עס גייט פיל ענדערש ארויף אויף אייך ווי אויף מיר.
פון ווי נעמט איר אז אויב א קינד זעט א בילד אויף א סמארט פאון וואס ער האט געכאפט אין מירון האט די זעלבע דין ווי דין עבודה זרה, אוו דערמיט איז עס געגליכן כאילו דער טאטע מאמע בעט זיך ביים קינד ער אז די תורה לאזט עסן חזר, און ער זאל פאלגען, פון ווי נעמט זיך אזעלכע פאנטאסטישע באמבאסטעשע צוגלייך, עס איז דאך שקר, ער איז דאך א מדקדק בקלה כבחמורה, סך הכל ווייזט ער אים א בילד, וואס ער האט געכאפט פונעם רבין שליט''א.
ווי האט איר געקענט פארזען א קלארע הלכה אין שלחן ערוך סימן קמ''ב סיעף ט וז''ל אפילו אביו רשע ובעל עבירות מכבדו ומתירא ממנו וכו' ואך לצערו אסור. וסיעף י' ראה לאביו שעובר על דברי תורה לא יאמר לו עברת על דברי תורה, אלא יאמר לו, אבא כתיב בתורה כך וכך, כאלו שואל ממנו ולא כמזהירו, והאב יבין ולא יתבאש. אגב איך האב עס געגוגלט. און די שלחן ערוך רעדט פון גרויסע קינדער וואס זענען מחיוב במצות, און פון געהעריגע עבירות, נישט פון ספק ספיקה קרוב לקרוב לסיג עבירות, ובפרט נאר א בילד וואס קען מקרב זיין עבירות און יארן ארים אולי יא ואולי נישט.
נאר וואס דען אייער שנאה צי א ארבייט'ס אינגערמאן, וואס גייט דורך מידי יום ויום אזעלכע שווערע ניסיונות, און אייערע אפערוויליקייט זיך אנצוהערן מיט כל ערליי רכילות אויפן אזוי וויכטיגען סמארט פאון האט איר מדמה געווען זען א בילד צי כופר זיין בעיקר, זענט איר געפאלן א קרבן צי די פרימאקעס וואס האבן נישט קיין שום אנדערע דאגה בליבם נאר אז מיר זאלן ווערן אזוי פאנאטיק ווי זיי, און זיי זאלן האבן א פילען קאנטראל אויף אינזע און אינזערע קינדער'ס מוחות לעשות כרצונם הטוב כחומר ביד היוצר.
ווי מיר ווייסן איז משך די דורות אלע מאל געווען שווערע ניסיונות וואס כלל ישראל האט דורך געמאכט, פון די חורבן וואס השכלה אנגעמאכט, צי ציונות וואס האט אוועקגעריסן גרויסע חלקים פון כלל ישראל, צי טאקע עבודה זרה ממש ווען עס איז געווען צייטן וואס כלל איז באשטאנען טאקע נאר פון א קליין הייפעלע, בימי הנביאים, און די צייטען וואס מען האט ווידער געשפעניגט די הייליגע נביאים, און די נוצרים צדוקים ביתותים וכו', האט מען קיין מאל נישט געזען די הייליגע חכמים ניצען דעם טאקטיק, זיך צי נעמען צי די קינדער, אלע מאל האבן זיי געשריגען דעם דבר אמת וואס האט דורך געשניטען דעם לב ערל, ביז כלל ישראל האט זיך געכאפט און תשובה געטון, קיין מאל און אינזער היסטאריע האט מען נישט געניצט קיין קינדער זאלן מוסרן די עלטערן, טא פון ווי האט איר גענימען די חוצפה עס צי טון, ווען דער רבי ז''ל האט געבליטיגט וועגן שייטלען צי טעלעוויזיע, האט ער איין מאל משך איינע פון זיינע טויזענטער דרשות חלילה געניצט אזא ווילדע טאקטיק, אדרבה פרעגט סיי וועלכע איד וואס האט זיך געדרייט אין אינזער חדר צי ער האט עס אמאל געטון. די טאקטיק איז נאר געניצט געווארן דורכאויס היסטאריע דורך אלע רשעי ישראל אדער אלע צר הצורר'ס ווי רוסלאנד און ציונים וכו', אז די קינדער זאלן פארמסר'ן זייערע עלטערען, דאס איז נישט קיין שום תורהדיגע בליק, נאר פינסטערע רשעות איינגעהילט מיט פרו''ם'קייט.
און איצט וועל איך זיך באציען צו אייער לעצטע קאמענט פינעם אויסצוג, רוצחים, אז א טאטע מאמע ווייזט א בילד איז א רוצח, מנלן הא, לאמיר זאגן א שגץ א טמא, אבער רציחה, וואס פאר א ביטערע געלעכטער. לאמיר עס לייגען אין פראספעקטיוו, איינער האט א כשר'ע סמארט פאון, און באקומט א געלינגענע וויץ אויף א אימעל, און דאס קינד פרעגט טאטי וואס איז געווען די וויץ, האב איך צוויי ברירות פאר מיר, איינס זאגן דאס קינד, עה עס איז נישט פאר דיר, עס איז פאר דיר גאר ביטער אויב די וועסט קוקן די וויץ, אדער אים צייגען די וויץ, און לאכן א גיט'ס, און ווייטער געגאנגען, ווען וועט דאס קינד ענדערש נישט וועלן די סמארט פאון ווען ער וועט זיין גרויס הא?, מיין שכל זאגט אז ווען ער וועט זען אז עס איז געווען א נעריש וויץ, וועט ער מיט די צייט בכלל נישט אויפבויען די 'ווען איך וועל זיין גרויס' אפעטיט, משא''כ אויב באהאלט מען די פאון, און פארשטייט זיך אז מען לייקענט שטיין און ביין אז מעןהאט בכלל א כשר'ע פאון, וועט דאך דאס אפעטיט שטייגען טעגלעך, בין איך דאך גאר א רוצח ווען איך צייג אים נישט לדעתך.
ווען איר רעדט פון א פילם אדער טריפהנע קליפ, ני קען מען זיך דוחק און אנריפן א רוצח נפשות, מיט די גדול המחטיאו יותר תורה, אבער א פריקן בילד, וואס איז אייער פראבלעם. אה איצט גייט קימען די יא יא איר זענט פארדארבן תירוץ, מיט די מעשה פון רבין אז ער האט געליינט מאגעזינען און ליידער מער נישט געשאט. ניין איך אקצעפטיר נישט מעשהלעך, איז ער א רוצח און די ענטפער איז ניין, נאר איר האט דעמאגאגירט מיין קינד, ער זאל האבן אויף די עלטערן א מערדעריש בליק, ער מיז זיך ראטעווען, אדער גאר נעמען דאס לעבען איידער עס איז צי שפעט.
מיט אנטשולדיגונג.