בלאט 1 פון 16

כינוס הרבבות בארקלעיס סענטער - לייוו אפדעיט'ס

נשלח: זונטאג יוני 11, 2017 3:48 pm
דורך [NAMELESS]
מ'קומער שוין כמעט אהן, איך כ'האף צו אפדעיטן דא וויפיל איך קען

נשלח: זונטאג יוני 11, 2017 3:51 pm
דורך קאווע טרינקער
זקן צדיקי בית צאנז גריבוב איז יעצט ערשינען

נשלח: זונטאג יוני 11, 2017 3:52 pm
דורך קאווע טרינקער
Kedem בעל מכשיר איז דא

נשלח: זונטאג יוני 11, 2017 3:52 pm
דורך [NAMELESS]
צעלימער רב שליט"א

נשלח: זונטאג יוני 11, 2017 3:55 pm
דורך קאווע טרינקער
די טאטע פון ר חיים יהושע ה"ש פון מאנסי.
איינער ווייסט וויאזוי ער הייסט? וואס ער זוכט דא?

נשלח: זונטאג יוני 11, 2017 3:56 pm
דורך גאנצל
ר' יעקב יוסף האלבערשטאם

א גרויסע קנאי פריינט פאר סאטמאר רז"ל

נשלח: זונטאג יוני 11, 2017 3:58 pm
דורך קאווע טרינקער
עפעס א ווייסט בארד. דער וואס האט חוזק געמאכט ברבים פון גאון הדור ר' פישעלע, און קורא שם געווען "מילך קעסטעל", זיצט אויבן אן.

נשלח: זונטאג יוני 11, 2017 4:01 pm
דורך קאווע טרינקער
אה. איינער שרייט שוין.
זאגט די יוצרות פון אלע פראטעסטען
.. קול נהי נשמע....
... קול מלחמה במחנה...
ת"ק פרסה.
.. נ ק ד י ש ך
...

נשלח: זונטאג יוני 11, 2017 4:06 pm
דורך קאווע טרינקער
די שווארצע ליילעכער געבט אסאך צו פאר די "איך שודדנו" מצב

נשלח: זונטאג יוני 11, 2017 4:07 pm
דורך קאווע טרינקער
איך זעה פאפא דיין פון בארא פארק.. ווייס, ער וועט שוין כאפן פון די פאפא אגודיסטען

נשלח: זונטאג יוני 11, 2017 4:09 pm
דורך קאווע טרינקער
חות לא דעת רב רעדט. איך פיל נישט ווי ער מיינט עס אמת'דיג. וויפעל באקומט ער באצאלט?

נשלח: זונטאג יוני 11, 2017 4:10 pm
דורך קאווע טרינקער
אלע דריי חברי לשכת הבד"ץ דרייען די בארד פון גרויס צער פון די אסירי ציון

נשלח: זונטאג יוני 11, 2017 4:10 pm
דורך cictim
סך הכל חזר'ט מען די שנאת ישראל וואס מ'האט אויסגעלערנט אין חיידר.

נשלח: זונטאג יוני 11, 2017 4:11 pm
דורך קאווע טרינקער
קאווע טרינקער האט געשריבן:זקן צדיקי בית צאנז גריבוב איז יעצט ערשינען

געבט איבער פאר עסקנים הדרכה אינעם מלחמה

נשלח: זונטאג יוני 11, 2017 4:15 pm
דורך גאנצל
.

נשלח: זונטאג יוני 11, 2017 4:15 pm
דורך קאווע טרינקער
פארוואס לייגט מען ביידע באלי הוטן צוזאמען? טענקע מעזעביז? ס'מאכט עס אויסקוקען ווי א פראטעסט קעגען עירוב

נשלח: זונטאג יוני 11, 2017 4:16 pm
דורך cictim
ווער איז "די רבי"

נשלח: זונטאג יוני 11, 2017 4:18 pm
דורך cictim
מסתם האדמור מפיליפ ז"ל ער שאקלט זיך שטארק

Re: כינוס הרבבות בארקלעיס סענטער - לייוו אפדעיט'ס

נשלח: זונטאג יוני 11, 2017 4:23 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
ר׳ יעקב יוסעלע קומט ווייל ער זעט אויס ווי הרב דוד סאלאווייציק. ער פארטרעט איהם.

וועלכע ליטווישע זענען דארט? ר׳ אליה בער איז געקומען?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

נשלח: זונטאג יוני 11, 2017 4:27 pm
דורך קאווע טרינקער
אשכנזי וואונטש אז די מדינה זאל אינטערגיין....
זיין עלטער זיידע האט שוין דאס געוואונטשען 80 יאר צוריק...


די הימלן וויינען, די pain פון ר' וויינבערגער וואס האט זיין טאטע האט געגנבט די סעדרהעלי רבנות פון משפחת כץ - איז שווער איבערצוטראגן

נשלח: זונטאג יוני 11, 2017 4:30 pm
דורך קאווע טרינקער
ענדליך
שוין וואכן וואס מ'גרייט זיך צו הערן די פאקטן פון עסקנים... גאנצטע צייטונגען, רויט און געהל, אלץ זאגט פאר אז ביים עצרת גייט מען פארלייגען די פאקטן....
ר' ווויינבערגער זאגט אז מ'האלט שוין אט אט ביים קליימעקסען.. די פאקטן קומען שוין ...

אה... מ'רעדט שוין פון ישעיה הנביא... באלד קומט א רמב"ן אין האזינו...

נשלח: זונטאג יוני 11, 2017 4:31 pm
דורך [NAMELESS]
קאווע, ס'האט זיך שוין געלוינט די כינוס! ווי אזוי דו אפדעיטס.... :lol:

נשלח: זונטאג יוני 11, 2017 4:33 pm
דורך קאווע טרינקער
ווער איז יענצ? חיים הערש פון ארץ ישראל? זיין ברודער פון בארא פארק, דער עושר, קומט נישט?

דע צורה פון וויינבערגער איז ווערט מיליאנען.. if only ער מיינט עס אמת'דיג.

ער ציעעעט אויס די ענדע מ'מםםםם'ס - א נחת צו הערן.