פארוואס מאכן מיר לצנות פון פאפא?
נשלח: דינסטאג יוני 13, 2017 3:21 pm
[justify]יעדער וואס האט אויגן, אויערן, און ווערט אויפגעצויגן אלס היימישער איד, וועט וויסן צו זאגן איבער די 2 זאכן.
איינס - עס איז פארהאן א קהילה צווישן אידן, די הויפטקווארטיר געפונט זיך אין וויליאמסבורג. זי איז איינס פון די גרעסטע קהילות, מיט א שיינע ציבור פון ערליכע, געשמאקע, און זיסע אידן. נעמליך "קהילת יעקב פאפא." זייער קרייז שטייט ארויס פון פאליטישע געפעכטן, זייער ווייניג האבן זיי מיט וואס זיך צן שעמען, און גאר אסאך איז דא דארט מיט וואס צו שטאלצירן, זיי ציען אויף א הערליכע דור, פון פארשטענדליכע באזעצענע מיטגלידער, ערנסטע בעלי בתים, לומדים, און זאפטיגע אינגעלייט.
נישט דא דארט קיין היסטאריע פון מחלוקת, נישט דא עפעס וואס זאל צייגן אויף סיי וועלכע שלעכטע געוואוינהייט, מען לעבט דארט זייער באחדות, און מען העלפט זיך צוזאמען, מען קען מיט שטאלץ טייטלען אויף אזא בוים, און באוואונדערן אירע צווייגן, זאגנדיג וואויל זענען די וואס האבן איינגעפלאנצט די ווארצלען, און באוואסערט דעם פלאנצונג.
צוויי - עס גייט שוין אן פאר לאנגע יארן א מין נארישע מאדנע איינפיר וואס האט נישט קיין הענט אדער פיס נאר איז א אפגעפליקטע מנהג אכזרי פון אפשפעטן פון א די מנהיג פון אט די קרייז, און פון זיין סטאדע. א קהלה פון טויזענטער מענטשן.
וואס מען וויל פון זיי האבן? קיינער ווייסט נישט צופיל, מען טראכט שוין ניטאמאל אז עמיצער באדערט דאס, עס איז שוין א געוואוינהייט ארויס פון די הויט. יעדע קורני וויץ אדער פליק גייט ארויף אויף דעם חשוב'ער מנהיג וואס האט עטליכע טויזנט מענטשן אונטער זיך, פירנדיג דאס מיט א פראכט.
דעם גאנצן טאג רעדן מיר ווי שיין אידישע מידות זענען, מיר ווייסן פון אהבת ישראל, מיר לערנען נישט צו טשעפענען, און פרובירן נישט פארשעמען אנדערע ווייל יעדער האט געפיל, יעדער מיט בלוט און פלייש באקומט אויך א פעקל געפיל, מיט סענסיטיווע אדערן.
זענען מיר אזאנע משוגעים? זענען מיר סתם שלעכט? פארוואס טוט מען דאס? איך פארשטיי דאס באמת נישט.
עס רייסט מיר שטיקער מענטש. עס הויערט צווישן מענטשן א סארט גרויליגקייט. אז יעדעס מאל מען לאזט ארויס א גרעבץ פון מויל, רופט מען זיך אן "לחיים פאפא רעביצין" א מין נידריגע געוואוינהייט, א עקל, און שאנדע.
עס איז א מין פויערישער נידריגקייט, וואס גייט שוין צוריק אזויפיל יאר, נארמאלע אינגעלייט קענען נאכזאגן א וויץ, אדער לצנות, פונעם פאפאנער, אדער זיינע חסידים, אסאך מאל מיט אזעלכע נאן-סענס באשמירן די קרייז כאילו זיי זענען 4 שטאקיגע אקסן, און האבן הערנער.
איך פלעג מיינען אלס קינד, אז א פאפא חסיד האט נישט קיין אונס שכל. און וואקסן אויף א אנדערע סארט בוים.
עס גייט שוין אזוי פאר יארן, יארן, און אין די צייט וואס אויף אזויפיל רבנים, און חסידות'ער זענען דא ביכער פון שמוץ, פאליטיק, און געמיינע היסטאריע, קען מען זאגן אז זיי זענען נאך די מערסט באשיידנסטע, טשעפענען נישט, הרג'ענען נישט קיין מענטשן, זענען נישט צוקריגט מיט קיינעם, און טראגן א כאראקטער פון איידלקייט. אזא סתירה צו וואס מען לערנט אונז, סטופיד.
ביים לעצן מאל וואס מיינס א פריינט האט נאכגעברענגט א שמוציגע וויץ אויף א פאפא חסיד'ס אקסל, האב איך אים אויסגעפראקט, און קאנפראנטירט אז ער זאל מיר מסביר זיין פארוואס ער קימערט זיך נישט מיט די מענטשן וואס באלאנגען אין פאפא. שרייבט ער מיר. "אונז האמיר אייביג געהאט געהאט א קהילה וואס האט גענומען יעדע קורני דשאָוק אויף זיך. אמאל איז עס געווען כעלעם, היינט איז עס פאפא. איך זעה נישט די גרויסע פראבלעם דערמיט"
"אונז האמיר" ווי א ברייטער אונגארישער פריץ, בארעכטיגט ער א עקלהאפטיגע איינפיר, מיט פשוט'ע נאן סענס.
כעלעם איז היסטאריע, קיינעם שטערט עס נישט, ווערסוס א פאלק פון מענטשן וואס יעדעס מאל זיי הערן צוריק אז א פרישער וויץ איבער זייער טפשות קייקלט זיך ארום אין היימישע מקוואות, טוט עס זיי שטעכן, און ציפן.
וואס עפעס מוזן מיר האבן א חסידות וואס זאל ארייננעמען יעדע מיאוסע שטעך-ווארט, און שפירן דערנידערט צו יעדע נער'ס נידריגע וויצל, אדער שמיצל, וואס עפעס דארף דאס אזוי ארבעטן? לאמיר נעמען דיין פאמיליע, און אנהויבן רייסן שטיקער, מ'וועט טיילן וויצן, און דאס איבעראל ארומשיקן. אוי וועלן ענק דאס ווילן אויפהערן, און טון אלעס דאס צו אפשטעלן.
וואס איז א פאפא חסיד אויב נישט א מענטש מיט בלוט און פלייש. נערנים? טיפשים? מענטשן מיט קרעץ?
גיוו מי עי ברעיק. דו און איך, און יעדער. מיר קענען דאס אויפהערן, א וויץ אויף פאפא חשבון טראגט מען נישט ווייטער, קאפי פעסט עס, און טויש עס צו עפעסאנדערש, ווען דו הערסט איינעם זאגן א פאפא'נער איז אריינגעקומען צום דאקטער, זאג אים "טו מיר א טובה דערצייל עס מיר נישט, פאפא אידן זענען פון די זעלבע פלייש ווי יעדן" איך האב געפרעגט א פאפא'נער אינגערמאן, א טאלאנט אנגעפולטער צו ער פלעגט ווערן געבאדערט אויף אלע שפיזן אין זיין ריכטונג. ער זאגט מיר אזוי "איך בין אויפגעוואקסן זיך כמעט שעמענדיג צו גיין אין גאס, אלע קינדער פלעגן מיר נאכזאגן דזשאוקס אויף מיין רבי, איך פלעג שפירן אסאך מאל ווי איך שפאציר צווישן מינעס. יעדן טאג א פרישע וויץ, אסאך מאל פערזענליך, כ'האב א נישט פאפא'נער פעטער, וואס יעדע מאל הכנות, זאגט ער, "איך גיי צו פאפא רבי'ס טיש", און אזעלכע סארט אויסדרוקן, מיין טאטע איז געווען ברוגז אויף דעם פעטער, לייגנדיג דרוק ער זאל דאס אויפהערן טון צוליב וואס ער האט נישט געוואלט מיר זאלן הערן זיינע נארישע לצנות, וואס אייגנטליך, מאכט ניטאמאל קיין סענס."
אויף א גרופ ווי איך האב אנגעדרייט א שטיקל ווינט איבער די נושא, שרייבט עמיצער מיט א סייענטיסטישע געדאנקענגאנג. "אקעי איינער וואס דרייט זיך אין פאפא און קען פאפענע אידן פון דער נאנט ווייסט אז עפעס איז אינטערעסאנט דארט, און נאך אלץ טאר מען פון די וואוילע איידעלע נישט חוזק מאכן."
אט דאס איז טוט פארפעסטיגן די סטיגמע וואס מענטשן מיט אגענדעס האבן אהערגעשטעלט, מעגליך צוליב די קנאה וואספארא הערליכע חסידות פאפא שטעלט מיט זיך פאר. און איין מינוט! סארא באהויפטונג איז דאס צו זאגן אז "עפעס איז פאני דארט" איז דא אזא מעגליכקייט? סיעריעסלי? עס איז דא א סארט טאבלעט וואס חסידי פאפא שלינגען עקסקלוסיוו? למשל אויב ווער איך א פאפא'נער גיי איך אויך גראד האבן די פאני-קייט וואס א פאפא'נער איז געשאנקען? אדער איז עס אין די די-ען-עי פון פאפא אנלי? און וואס איז מיט א האלבע פאפא'נער, איז נאר האלב מאדנע? און אויב ווערט עמיצער אויס פאפא'נער ווערט ער אויס פלאטשיג? און אויב איינער לערנט פאפא ספרים?
עס עגבערט מיר, איך מיין אז עס איז צייט צו אנערקענען אז משיח וועט דאס נישט אויסרימען ביים אונז ארויסטראגן פון גלות, עפעס וואס מיר קענען שוין נוצן.
מיר ווילן זיין שטאלץ מיט אונזער אידישקייט, מיר דארפן פרובירן כאטש מידות צו האבן, אויב די אנדערע זאכן זענען אזוי אמעריקאניזירט, פאר'גלות'ט און פאר'תהלים-כולל'ט...[/justify]