בלאט 1 פון 2
ACS, וויאזוי האנדעלט מען מיט זיי.
נשלח: מיטוואך יוני 14, 2017 11:43 am
דורך תורה ומדע
א חבר מיינערס א טאכטער איז געגאנגען אין מיימונידיס שפיטאהל מיט א קינד און זיי האבען גערופען די acs. זיי רודף׳ן די משפחה על לא דבר. מיין חבר זאגט מיר אז זיין טאכטער און איידעם האלטן עס נישט אויס. די פראגע איז פארוואס האבען זיי אזויפיהל כוח, און וויאזוי האנדעלט מען מיט זיי. עס וואלט געדארפט אויפשטיין א היימישער לאבביונג גרופ אדער ארגענייזעשאן צו העלפען משפחות וואס האבען מיט זיי צו טוען, און קעמפען לעגאל קעגען דעם פראבלעם. עס איז מיר א וואונדער אז עס איז נאך נישטא אזא מוסד.
נשלח: מיטוואך יוני 14, 2017 12:27 pm
דורך קורקלענד
איך ווייס נישט די דעטאלן פון דיין מעשה. אבער פון די קעיסעס וואס איך האב מיטגעהאלטן האב איך געזען אז אויב מ'האלט זיך אינגאנצן ביים אמת אן פארדרייען פאקטן גייט אלס אדורך בשלום. ס'קען זיין זייער אנגעצויגן אבער מ'דארף זיך האלטן צום אמת.
געווענליך ווען מענטשן פאלן אריין מיט זיי איז עס אדער ווייל מ'האט אינטענציאנאל אביוזד וכדו' אדער ווייל מען האט געזאגט עפעס וואס קאנטרעדיקט. אדער ווייל מען ענטפערט אדער פירט זיך אויף ווי אן אויבער חכם.
ס'מאכט זיך פון צייט צו צייט אז זיי מאכן א טעות און קענען איינעם דערגיין על לא דבר. ווי ווייט איך ווייס איז עס זייער נישט אפט. אבער דאך פאסירט עס צומאל. ווי ווייט איך ווייס איז נישט דא עכט וואו זיך צו ווענדן.
נשלח: מיטוואך יוני 14, 2017 1:36 pm
דורך berlbalaguleh
קורקלענד: יא. אבער ס'איז דא געוויסע פעלער וועלכע גייען נישט אריין אין טשיילד עביוז, מלכתחילה. אבער נעגלעקט. נאכלעסיגקייט פון די עלטערן צו פארהיטן פון די שעדיגונג פאר'ן קינד. דאס איז שוין שווערער זיך אקעיגנצושטעללן. ווייל דאס איז א דזשאדזשמענט. אן אפיניאן. א מיינונג. און זיי זענען לכאורה די עקספערטן. איז דא קעיסעס וואו זיי נעמען נישט אוועק די קינדער. נאר זיי קומען אראפ אין שטוב און זיי מאניטאר'ן. זיי זענען בודק א יעדע זאך בשבע בדיקות ושבע חקירות. זיי קריכן אפילו אריין אין רעפרידזשערעיטער, צו זעהן אויב ס'איז דא געזונטע עסן פאר די קינדער. און זיי פארצייכענען א יעדן קליינעם פרט. און ס'נעמט א לאנגע צייט ביז זיי הערן אויף געבן השגחה איבער'ן לעבן פון די משפחה. נאכדעם איז דא קעיסעס פון ערנסטע נאכלעסיגקייט פון די מאמע. דארט רעקאמענדירן זיי אז מ'זאלל אוועקנעמען די קינדער פון שטוב. און אפשר איז עס לטובה. ווייל ס'קען ח"ו ארויסקומען א סאך גרעסערע טראגעדיעס.
איך האב פערזענליך מיטגעהאלטן א קעיס וואו דער טאטע פון די משפחה האט ל"ע געהאט א סאך מענטל אישוס. און ווען ער פלעגט ווערן אין כעס האט ער גענומען די קליינע קינדער און זיי געווארפן צו די וואנט מיט כח. דאס איז נישט געווען אן איינמאליגע קעיס. די מאמע האט 10 מינוט פאר לעכט צינדן עש"ק גענימען די קליינע קינדער און אנטלאפן פון שטוב. די לייכטערס מיט די לעכט זענען שוין געווען גרייט אויפ'ן טיש. דעם קומענדיגן מאנטיג אינדערפריה האט געדארפט קומען א רעפ. פון עי.סי.עס. אויך א רעפ. פון ..."אהל"... דער יונגערמאן האט מיך געבעטן (ער האט דאמאלס געדאוונט אין מיין ביהמ"ד.) אז איך זאלל אויכעט מיטגיין ווען די לעגאלע שלוחים קומען אן אהין כדי פעסטצושטעללן אויב די פרוי מיט די קינדער זאללן צוריקקומען...! די רעפ. פון די שטאט איז געווען אן עלטערע אפריקאנער-אמעריקאנער פרוי. מ'האט געזעהן אז זי האט א סאך עקספיריענס. די מינוט זי האט אריינגעטרעטן אין די דירה האט זי געכאפט דעם מצב. ס'געווען שלעסער איבעראל. אפילו אויפ'ן טשיינע קלאזעט. זי האט מיר געגעבן א ווינק. כאילו, זי כאפט מיט וועם מ'האט דא צו טון...! למעשה האבן זיי ערלויבט פאר די פרוי מיט די קינדער צוריקצוגיין אהיים. נאר אונטער שטרענגע השגחה...!
נשלח: מיטוואך יוני 14, 2017 4:39 pm
דורך מיש-נייעס
מען מוז אנקומען אז עס זאל זיין אזא אזגענעזאציע ווי acs ווייל ליידער וויפיל אומבאהאלפענע קינדערליך האבן נישט ווי צו אנטלויפן פון די פליענדיגע קוילן אין שטוב, א סאך משפחות פון צורידערטע עלטערן
מצד שני אויב א אומשולדיגע מענטש פאלט אריין מיט זיי - אויב יענער איז א פלאטשיגער, און follow'ט די ביכער אן קיין שכל - איז זייער ביטער
איך האב געהערט אז הרב כ"ץ ער א יונגערמאן פון וויליאמסבורג, ער ארבעט איז "צענטראל UTA", ער האט שוין געהאלפן א סאך מענטשן וואס זענען אימשולדיג אריינגעפאלן מיט זיי
איך וועל פראבירן צו געוואר ווערן א נומבער פון איהם און אפילו נישט קענסטו קוקן אין ביזנעס דיירעקטארי די נומבער פון Central UTA און בעטן פאר איהם
נשלח: מיטוואך יוני 14, 2017 4:56 pm
דורך אביסעל שכל
איך האב אמאל געהערט אז ווען מען רופט למשל פון די סיטי צו מאנסי אן אנדערע קאינטי געבן זיי אויף די קעיס
נשלח: מיטוואך יוני 14, 2017 5:27 pm
דורך תורה ומדע
דער עצם ענין אז acs קען באשולדיגען, ג'יין אין קארט, און אוועקנמען די רעכטען פון עלטערען איבער זייערע קינדער איז טאטאל אום-אמעריקאניש און איבערהויפט נישט אינעם גייסט פון דער סיוויל ליבערטי רעכטן פון יעדן אמעריקאנער בירגער. ווי קען זיין אז אין אמעריקע אין 2017 קענען עלטערען קומען אין א שפיטאהל מיט א קינד אין דאס זאלל טריגערן אן אינוועסטיגעישאן מיט פאליציי.
ועוד, אונזער געזעלשאפט וואס דער דארך שניטליכער משפחה אינהאלט זעקס צו אכט קינדער איז נישט בכלל פארשטאנדיק צום ממזר׳ישער גויה וואס קען דאס כלל נישט באגרייפען.
א אידישע עקוויוועלענט צום acs וואס זאלל זיין אנערקענט ביים רעגירונג איז א גוטער עצה.
נשלח: מיטוואך יוני 14, 2017 6:03 pm
דורך קורקלענד
קיין שום סיסטעם וועט נישט ארבעטן 100% ריכטיג פאר יעדן איינעם. מאכן א היימישע ACS וועט לדעתי ברענגען מער פראבלעמען און קארופציע ווי די איצטיגע סיסטעם. עי' פרשת ריגלער וכדו'.
נשלח: מיטוואך יוני 14, 2017 8:40 pm
דורך berlbalaguleh
מיש נייעס: לכאורה די סאושל סערוויסעס פון ראקלענד קאונטי זענען עפ"י רוב מער אנטיסעמיטיש געשטימט. משא"כ די רעפ.'ס פון נ.י. סיטי זענען צו געוואוינט צו אזעלכע און הארבערע קעיסעס בי די אלגעמיינע באפעלקערונג. ממילא האבן זיי מער פארשטענדעניש. דאס איז שוין נאכ'ן רופן. די עיקר פראבלעם איז אז אין א סאך שפיטעלער, ווי מאימאנידעס און נ.י.יו. זענען דא אנגעשטעלטע וועלכע רופן גלייך די שטאטישע אינסטאנצן. אפילו וואו ס'איז לכאורה נישט פארהאן קיין סיבה זיי אריינצומישן...!
נשלח: דאנערשטאג יוני 15, 2017 1:16 am
דורך [NAMELESS]
לדעתי איז אומעגליך אויפצושטעלן אזא ארגעניזאציע, ווער וועט אוועקשטעלן די גיידליינס?? ווער קען דען דן זיין דיני נפשות??
ס'איז לכאורה בעסער די מצב ווי ס'איז איצט, יחידים דא און דארט וואס העלפן ארויס לפי הענין.
הנלענ"ד כתבתי, אויף קיין שום איד נישט געוואונטשן דעם דורעכגאנג.
די פראבלעים איז מיימאנעדיס
נשלח: דאנערשטאג יוני 15, 2017 10:16 am
דורך קאך_לעפל
ווי ס'קוקט ווארשיינליך אויס, האבן מאנכע עטוואס פארזען די סאמע וויכטיגסטע דעטאל, פון די געשיכטע וואס דער פותח האשכול שילדערט.
איינער איז אריין געקומען מיט א קינד אין מיימאדעניס שפיטאל.....
דא הייבט זיך אן די פראבלעם. מיימאדעניס שפיטאל איז גאר א געפארפולער ארט, מ'מעג בלויז איבערטרעטן איר שוועל צו געבוירן א קינד, אדער אויב מ'ווייסט אויף זיכער אז דער פאציענט גייט אט אט שטארבן, און מ'וויל פשוט נישט אז ס'זאל ווירקליך פאסירן אין שטוב. אבער אריין גיין מיט א קינד אהין? דאס איז פילייכט געהעריג זעלבסמארד. פאר דעם אליינס דארף די עי.סי.עס. אוועקנעמען די קינדער פון די עלטערען.
די פירערשאפט פון שפיטאל באשטייט פון גרוילהאפטיגע פארשאלטענע פארווערסט משומדים. וואס זייער הויפט ציל אין לעבן איז צו פארביטערן דאס לעבן פונעם חרדישן אידענטום. זיי קוקן חרדישע עלטערן גענצליך אומקאפיטענץ, און אומפעהיג אויפצוציען קינדער, יעדע איד מיט א בארד איז ביי זיי פארדעכטיגט אלס א מאסיווער קינדער מאלעסטער וואס איז געפארפול פאר די ציווילע באפעלקערונג. דערפאר רופן זיי די עי.סי.עס. פאר יעדע שטות. אפגעזען פון די קאפווייטאג וואס זיי פאראורזאכן פאר כלל ישראל, טיט דאס אויך אויסנוצען די סיסטעם, און אין רעזילטאט האט די אגענטור נישט גענוג פערסאנאל זיך אפצוגעבן מיט די שווארצע מאמאס וואס פארשפארן זייער קינדער אין א פונסטערע שאפע דורכאויס די טאג שעות וואס זיי געפונען זיך ביי די ארבייט.
אין פאל מ'דארף גיין אין שפיטאל אריין מיט א קינד, זאל מען גיין צו א קינדער שפיטאל, א שטייגער וואו קלאמביע, NYU, LIJ, מונטיפיורי אד''ג. און נישט חלילה אינעם מיימאנעדיס שלאכט הויז . זייט געווארענט, כי בנפשינו הוא..
נשלח: דאנערשטאג יוני 15, 2017 10:32 am
דורך קורקלענד
ווען דו רופסט הצלה ד'בארא פארק געבן זיי דיר נישט קיין צוויי בירירות אדער קענען זיי דיר נעמען קיין מיימאנעדיס אדער קיין מיימאנעדיס. זיי וועלן דיר נישט טראגן וואו דו ווילסט גיין. מיימאנעדיס האלט אויס הצלה זיי שטאפן דארט אריין שווערע געלטער און האלטן אויס הצלה. און אויך זענען געוויסע העכערע אין הצלה אנגעשטעלט הויך אין מיימאנעדיס צו אויפן באורד וכדו'.
אדאנק אובאמאקעיר איז מיימאנעדיס אריינגעפאלן אין א שווערע דעפיציט און האט זיך געדארפט פארקויפן פאר על.איי.דזשעי. און לויט ווי ס'זעהט אויס מאכט על.איי.דזשעי פיין סדר דארט. ס'וועט נעמען אפאר יאר אבער האפענטליך וועט זיין פירות.
נשלח: דאנערשטאג יוני 15, 2017 11:02 am
דורך diff
אפשר קען הצלה העלפען
call 7183871750 ask for advice dept
נשלח: דאנערשטאג יוני 15, 2017 3:45 pm
דורך shem-tov
אוי איז דאס א ביטער פעקעל אבער דאך איז עס נישט קרימינאל... אויב איז עס וועגען א האספיטאל וויזיט דערשרעק דיך נישט האלט דיך ביי דיינס און עס גייט געווענדלעך נישט צי ווייט
רוב מאל קומען זיי אבער צוליב א מסירה רח"ל. פון א עקס ווייב אדער מאן. אדער סתם א רשע א שכן א שוואגער ימ"ש א נחום ראזענבערג דאס איז די גרינגסטע וועג איינעם אריינצולייגן אין געהאקטע צרות ווייל דער קאלער בלייבט אנאנאמיסט און די סיסטעם נעמט שוין איבער מען דארף זיך האלטן מוראדיג רואיג און ענטפערן אויף אלע זייערע קשיות מיט א שמייכעל מען מעג זיי אינווייטן אין שטוב אויב אבער זעהסטו אז זיי צילן צו מאכן א קעיס קעגן דיר און זיי גלייבן דיר נישט קיין איין ווארט זאלסטו סטאפן צו קאאפערירן ווייל סאיז צייט צו נעמן א פעמילי לויער. אויב נעמסטו אבער תיכף א לויער וועט עס ווייטער אנצינדן א רויטן באטען ממילא האלט דיך רואיג. מאך נאר זיכער אז די פארשטייסט דיך מיט דיינע קינדער וכדו' און מען טוט קאאפערירן.
ביים סוף קעיס דארפן זיי דיר געבן א לעטער אוו קליערענס. אדער א נאט פאונד לעטער דאס איז זייער וויכטיג צו פארלאנגן סיי פאר פיעס אוו מיינד און סיי אויב פרובירט מען דיך נאכאמאל מסדר צו זיין.
אסאך מענטשן ובפרט גרושים זענען שוין אדורך דעם גהינם און איך בין זיכער יעדער פון זיי וועט דיר העלפן מיט זייער עקספיריענס פרעג דיך אביסל נאך ביי דיינע סורקעלס. הצלחה
נשלח: דאנערשטאג יוני 15, 2017 6:18 pm
דורך תורה ומדע
כ׳האב גערעדט מיט מיין ידיד. ער איז מער רואיג, זיי ענדיגען שוין זייער קייס ב״ה. אבער פארט פארשטיי איך נישט פארוואס איז נישטא צו וועמען זיך צו ווענדען אפיציעל. איז דאס נישט אזוי וויכטיג ווי מתעסקים שבעה בענקליך און וואסער קילערס?
נשלח: דאנערשטאג יוני 15, 2017 7:29 pm
דורך מיש-נייעס
איינער האט מיר דעיס גע'אישי'ט מען זאל נישט דארפן צוקומען דערצו אבער חס ושלום על כל צרה שלא תבוא ולזש"ק:
הרב עזריעל כ"ץ שליט"א נומבער וואס איך האב אין באזיץ,איך האף עס ארבעט נאך ,ער טהוט טאקע אויף גדולות ונצורות אין דעם ענין א צדיק פון א יוד ,,347-392-7965
און איך וויל איהם באדאנקן ברבים פאר'ן מפרסם זיין די נומער
נשלח: זונטאג יולי 02, 2017 7:33 am
דורך שמעקעדיג
תורה ומדע האט געשריבן:איז דאס נישט אזוי וויכטיג ווי מתעסקים שבעה בענקליך און וואסער קילערס?
זעהט אויס אז איינס געשעט מער אפט ווי דאס אנדערע... און ביי מער מענטשן..
Re: ACS, וויאזוי האנדעלט מען מיט זיי.
נשלח: זונטאג יולי 02, 2017 8:56 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
מענין לענין שלא באותו ענין, פארוואס איז עס אז שפיטעלער אין היימישע געגענטער זענען אזוי שוואך? גוד סעם אין מאנסי, מיימונידיז אין ב.פ. און קימבאלל אין לעיקוואוד, האבען אלע געפערליכער נעמען. פארוואס דארף עס אזוי זיין. מיט א פאר וואכען צוריק, פרייטיג נאכמיטאג, האט מיין זיבען יעריג אינגעל צובראכען דער ארעם. איך האב נישט געוואלט בלייבען שבת אין שפיטאל, בין איך געגאנגען קיחן קימבאלל. זיי האבען ניטאמאל א pediatric orthopedist און ממילא פאר א cast דארף מען גייען צו גאנץ אן אנדערע דאקטאר ערגעץ, און ווארטען ביז מאנטאג דערפאר! פאר דעם טויגען מיר אזוי שטארק, אז די ביזנעסער ווייסען אז פאר אונז לוינט זיך נישט צוצושטעלען?!
נשלח: זונטאג יולי 02, 2017 11:01 am
דורך קורקלענד
מיימאנעדיס האט א שוואכע נאמען ווייל יארן צוריק זענען זיי געווען פרימיטיוו, צוריקגעשטאנען און מיסמענעדזש'ד. היינט צוטאגס איז מיימאנעדיס א גוטע שפיטאל. אנדערע בעסערע שפיטעלער האבן איינס ביי איינס פראבלעמען קאמפערעבל מיט מיימאנעדיס.
נשלח: זונטאג יולי 02, 2017 4:48 pm
דורך berlbalaguleh
א סאך מאל איז עס נישט מער ווי זיי וויללן מאכן זיכער אז ס'איז נישטא קיין טשיילד עביוז. אויב מ'קומט אריין למשל מיט א קינד וואס האטציך צובראכן א האנד אדער א פוס, ל"ע. וויללן זיי און זיי דארפן מאכן זיכער אז ס'איז טאקע געשעהן אזוי ווי די עלטערן זאגן. זיי קוקן אויב ס'איז דא אנדערע סימנים פון קלעפ אויפ'ן קערפער. און א קינד וואס צוקלאפט זיך מערער מאל, האבן טאקע די עלטערן א פראבלעם. מיין עלטסטער זון, ווען ער איז נאך געווען א קליין יונגל, האטציך צוקלאפט עטליכע מאל. ווייל ער איז איבעראל ארויפגעקראכן און אראפגעטאנצן. און בערך 3 מאל אין א קורצע תקופה האט ער געדארפט סטיטשעס. איך בין געווען א גוטער קאסטומער אין מיימאנידעס פידיאטריק עמערדזשענסי. ווען דאס געשעהט היינטיגע צייטן, וואלט איך שוין געווען אין פעקל...!
Re: ACS, וויאזוי האנדעלט מען מיט זיי.
נשלח: דינסטאג פעברואר 01, 2022 5:47 am
דורך צפוני
קורקלענד האט געשריבן:ווען דו רופסט הצלה ד'בארא פארק געבן זיי דיר נישט קיין צוויי בירירות אדער קענען זיי דיר נעמען קיין מיימאנעדיס אדער קיין מיימאנעדיס. זיי וועלן דיר נישט טראגן וואו דו ווילסט גיין. מיימאנעדיס האלט אויס הצלה זיי שטאפן דארט אריין שווערע געלטער און האלטן אויס הצלה. און אויך זענען געוויסע העכערע אין הצלה אנגעשטעלט הויך אין מיימאנעדיס צו אויפן באורד וכדו'.
אדאנק אובאמאקעיר איז מיימאנעדיס אריינגעפאלן אין א שווערע דעפיציט און האט זיך געדארפט פארקויפן פאר על.איי.דזשעי. און לויט ווי ס'זעהט אויס מאכט על.איי.דזשעי פיין סדר דארט. ס'וועט נעמען אפאר יאר אבער האפענטליך וועט זיין פירות.
מ'האלט שוין אין 22 און אין מיימאנעדיס האט זיך נאך גארנישט עכט געטוישט נאך אלס די זעלבע פארפוילט און אפשר אפילו ערגער זינט קאראנע איז אריין געקומען אין בילד.
הלוואי בין איך נישט גערעכט.
Sent from my SM-N960U using Tapatalk
Re: ACS, וויאזוי האנדעלט מען מיט זיי.
נשלח: דינסטאג פעברואר 01, 2022 8:14 pm
דורך צפוני
ס'דא מענטשן וואס עס ווי ספיעק, ווערן זיי א אַנגעשפאַרט אין א צימער פאר א פאר טעג ביז א וואך, אויב מ'האט געטעסט פאזיטיוו און מ'איז אריין אין שפיטאל פאר קאוויד.
ס'איז צייט צו מאכן א קאמפיין אין לייגן די מאקסימום פרעשור אויף הצלה מער נישט אהין צו נעמען!!!
Sent from my SM-N960U using Tapatalk
נשלח: מיטוואך פעברואר 02, 2022 3:16 am
דורך טאמבל סאס
קאך_לעפל האט געשריבן:ווי ס'קוקט ווארשיינליך אויס, האבן מאנכע עטוואס פארזען די סאמע וויכטיגסטע דעטאל, פון די געשיכטע וואס דער פותח האשכול שילדערט.
איינער איז אריין געקומען מיט א קינד אין מיימאדעניס שפיטאל.....
דא הייבט זיך אן די פראבלעם. מיימאדעניס שפיטאל איז גאר א געפארפולער ארט, מ'מעג בלויז איבערטרעטן איר שוועל צו געבוירן א קינד, אדער אויב מ'ווייסט אויף זיכער אז דער פאציענט גייט אט אט שטארבן, און מ'וויל פשוט נישט אז ס'זאל ווירקליך פאסירן אין שטוב. אבער אריין גיין מיט א קינד אהין? דאס איז פילייכט געהעריג זעלבסמארד. פאר דעם אליינס דארף די עי.סי.עס. אוועקנעמען די קינדער פון די עלטערען.
די פירערשאפט פון שפיטאל באשטייט פון גרוילהאפטיגע פארשאלטענע פארווערסט משומדים. וואס זייער הויפט ציל אין לעבן איז צו פארביטערן דאס לעבן פונעם חרדישן אידענטום. זיי קוקן חרדישע עלטערן גענצליך אומקאפיטענץ, און אומפעהיג אויפצוציען קינדער, יעדע איד מיט א בארד איז ביי זיי פארדעכטיגט אלס א מאסיווער קינדער מאלעסטער וואס איז געפארפול פאר די ציווילע באפעלקערונג. דערפאר רופן זיי די עי.סי.עס. פאר יעדע שטות. אפגעזען פון די קאפווייטאג וואס זיי פאראורזאכן פאר כלל ישראל, טיט דאס אויך אויסנוצען די סיסטעם, און אין רעזילטאט האט די אגענטור נישט גענוג פערסאנאל זיך אפצוגעבן מיט די שווארצע מאמאס וואס פארשפארן זייער קינדער אין א פונסטערע שאפע דורכאויס די טאג שעות וואס זיי געפונען זיך ביי די ארבייט.
אין פאל מ'דארף גיין אין שפיטאל אריין מיט א קינד, זאל מען גיין צו א קינדער שפיטאל, א שטייגער וואו קלאמביע, NYU, LIJ, מונטיפיורי אד''ג. און נישט חלילה אינעם מיימאנעדיס שלאכט הויז . זייט געווארענט, כי בנפשינו הוא..
ממש א טראמפ נאר אין שריפט. רבותי, לינקע חבירים, מיר ברויכן דעספערעטלי עמיצן וואס קען אראפלייגן אונזער זייט פון די מטבע אבער מיט פונקט אזא פרעכע שפראך. (אבער מיט עטוואס בעסערע ספעלינג זאל איך צולייגן
)
Re: ACS, וויאזוי האנדעלט מען מיט זיי.
נשלח: פרייטאג יולי 15, 2022 7:46 am
דורך צפוני
וואס זאג דער עולם צים נייעם פרעשור קאמפיין אקעגן די ווירטשאפט אין מיימאנעדיס שפיטאל?
גייט עס ברענגען רעזולטאטן אדער מפטירין כדאתמול?
Sent from my SM-N960U using Tapatalk