בלאט 1 פון 1

איך שמד מיך און איך ווער א זאלי!!!

נשלח: דאנערשטאג יוני 15, 2017 3:24 pm
דורך גאלד
כאנישט קיין ברעקיל צייט איך ווייס נישט צו שוין דא א אשכול איבער דעם נושא אבער איך וויל מיר דא אויסגעבן מיין גאנצער כעס...

אויב די ארונים שאקלען זיך נישט אינגאנצן אפ פון דער בלאט אדער נעמען נישט היינט אראפ אלע בלעטער פון די פוליציעס שמד איך מיך און איך ווער א זאלי...
אזא קורצקעפקייט???

ווער דארף בכלל א צייטונג אויב איך מעג פרעגן

נשלח: דאנערשטאג יוני 15, 2017 3:30 pm
דורך איינערער
ווי 'זוי זאגט נאר מהר"א "איך האב גערעדט מיטן גלח און ער נעמט דיך נישט אן"...

נאך א מזל ס'שוין דא א ראה"ק - סאו די קענסט בלייבען ווי די ביסט

נשלח: דאנערשטאג יוני 15, 2017 3:46 pm
דורך קורקלענד
אויב איינער האט איבעריגע צייט און ס'קומט נישט אן צו שווער ביטע אויפמאכן א מפתח אשכול פאר אלע אשכולות וואס אנבאלאנגט דעם שרעקליכן גזירות הגיוס.

אפשר מעגליך צו מאכן א גאנצע באזונדערע פארום פאר די אלע אשכולות?

נשלח: דאנערשטאג יוני 15, 2017 3:49 pm
דורך בן ישי
ב"ה די קהילה האט עס פארדאמט קענסט בלייבן ווי די ביסט.

נשלח: דאנערשטאג יוני 15, 2017 4:01 pm
דורך אחלק_שלל
גאלד האט געשריבן:כאנישט קיין ברעקיל צייט איך ווייס נישט צו שוין דא א אשכול איבער דעם נושא אבער איך וויל מיר דא אויסגעבן מיין גאנצער כעס...

אויב די ארונים שאקלען זיך נישט אינגאנצן אפ פון דער בלאט אדער נעמען נישט היינט אראפ אלע בלעטער פון די פוליציעס שמד איך מיך און איך ווער א זאלי...
אזא קורצקעפקייט???

ווער דארף בכלל א צייטונג אויב איך מעג פרעגן


אויב ביז היינט ביסטו געווען צעפרידן פונעם סוער סיסטעם וואס רופט זיך דער בלאט, דארפסטו דיך נישט שמד'ן, בלייב דארט ביז דו וועסט זיך בארואיגן

נשלח: דאנערשטאג יוני 15, 2017 4:03 pm
דורך [NAMELESS]
בן ישי האט געשריבן:ב"ה די קהילה האט עס פארדאמט קענסט בלייבן ווי די ביסט.

ווי?

נשלח: דאנערשטאג יוני 15, 2017 4:10 pm
דורך בן ישי
זיי האבן געשריבן א אפיציעלע צעטל עס צו פארדאמען, עיין אין דעם אנדערען אשכול.

Re: איך שמד מיך און איך ווער א זאלי!!!

נשלח: דאנערשטאג יוני 15, 2017 4:13 pm
דורך דער גאלדענער אדלער
גאלד האט געשריבן:כאנישט קיין ברעקיל צייט איך ווייס נישט צו שוין דא א אשכול איבער דעם נושא אבער איך וויל מיר דא אויסגעבן מיין גאנצער כעס...

אויב די ארונים שאקלען זיך נישט אינגאנצן אפ פון דער בלאט אדער נעמען נישט היינט אראפ אלע בלעטער פון די פוליציעס שמד איך מיך און איך ווער א זאלי...
אזא קורצקעפקייט???

ווער דארף בכלל א צייטונג אויב איך מעג פרעגן

כ'פארשטיי נישט, אז דו שמדסט זיך שוין יא, דא איט אלל דע וועי און ווער אן ארגינעלע איד

נשלח: פרייטאג יוני 16, 2017 12:41 pm
דורך גאנצל
מיין פריינט איך וויל דיר ניט וויי טון מילא ווילסט זיך שמד'ן און ווער אויס מהר"א קען נאך געשען

אבער ווערן א זאלי גייט ניט אזוי שנעל דארפסט נאכאמאל געבוירן ווערן זיך אויסלערנען ווי זוי מ'מאכט פון טאג נאכט איין טאג שרייען אוף שטיינמאן און א טאג דערויף זיך אנעמען פאר אים מיט די גרעסטע בלעכענע פנים וואס עס קען זיין דעם ראב"ד מעג מען משפיל זיין עד לעפר אבער די אגודיסטן דארף מען היטן הלכות היפארקריטיווע דארפסטוך לערנען בקיצור ס'איז נישט אזא גרינגע מעשה

נישט ווייל איך האלט אז ר' שמואל האט געטון א גוטע זאך איך קוק נאר ווער ס'שרייט

מצד מהר"א האט ער טאקע געטון א שענדלכע זאך גענומען דעם טמאנעם מהלך פון די סיקריקים

אבער די זאליס זאלן שרייען ? דאס איז שוין לאכעדיג ווער ס'זעיט ווי זיי פירן זיך אויף די לעצטע פאר יאר

נשלח: פרייטאג יוני 16, 2017 1:31 pm
דורך יעקב מענטש
גאנצל האט געשריבן:מיין פריינט איך וויל דיר ניט וויי טון מילא ווילסט זיך שמד'ן און ווער אויס מהר"א קען נאך געשען

אבער ווערן א זאלי גייט ניט אזוי שנעל דארפסט נאכאמאל געבוירן ווערן זיך אויסלערנען ווי זוי מ'מאכט פון טאג נאכט איין טאג שרייען אוף שטיינמאן און א טאג דערויף זיך אנעמען פאר אים מיט די גרעסטע בלעכענע פנים וואס עס קען זיין דעם ראב"ד מעג מען משפיל זיין עד לעפר אבער די אגודיסטן דארף מען היטן הלכות היפארקריטיווע דארפסטוך לערנען בקיצור ס'איז נישט אזא גרינגע מעשה

נישט ווייל איך האלט אז ר' שמואל האט געטון א גוטע זאך איך קוק נאר ווער ס'שרייט

מצד מהר"א האט ער טאקע געטון א שענדלכע זאך גענומען דעם טמאנעם מהלך פון די סיקריקים

אבער די זאליס זאלן שרייען ? דאס איז שוין לאכעדיג ווער ס'זעיט ווי זיי פירן זיך אויף די לעצטע פאר יאר

דער עיקר איז אז דו זאלסט בלייבן מיט דעם "רבי" שמואל....

נשלח: פרייטאג יוני 16, 2017 2:10 pm
דורך קאווע טרינקער
גאלד האט געשריבן:שמד איך מיך און איך ווער א זאלי...

מי שאכל שום יחזור ויאכל שום? אויב דו שמד'ס זיך שוין יא, ווער א איד. א שומר תורה ומצוות.

נשלח: פרייטאג יוני 16, 2017 6:31 pm
דורך שמעקעדיג
אחלק_שלל האט געשריבן:
גאלד האט געשריבן:כאנישט קיין ברעקיל צייט איך ווייס נישט צו שוין דא א אשכול איבער דעם נושא אבער איך וויל מיר דא אויסגעבן מיין גאנצער כעס...

אויב די ארונים שאקלען זיך נישט אינגאנצן אפ פון דער בלאט אדער נעמען נישט היינט אראפ אלע בלעטער פון די פוליציעס שמד איך מיך און איך ווער א זאלי...
אזא קורצקעפקייט???

ווער דארף בכלל א צייטונג אויב איך מעג פרעגן


אויב ביז היינט ביסטו געווען צעפרידן פונעם סוער סיסטעם וואס רופט זיך דער בלאט, דארפסטו דיך נישט שמד'ן, בלייב דארט ביז דו וועסט זיך בארואיגן

סארי, דאס איז זייער זייער נישט שיין געענטפערט! אזוי ביסטו מקבל פנים ווען דיין צד שכנגד זאגט דיר אז ער טראכט צו קומען צו דיר? ביסט דאך אים מדחה בשתי ידים ובשתי רגלים.

נשלח: פרייטאג יוני 16, 2017 6:50 pm
דורך איש את רעהו
קשים גרים..
אז ער וויל באמת אריבערקומען זאל ער זיך בעטן בתחנונים, די טיקעט'ס זענען שוין אויסגעלאפן.

נשלח: פרייטאג יוני 16, 2017 7:07 pm
דורך כפתור
איך האב נישט קיין כח מיטצוהאלטן ווער איז א אהרוני אן ווער א זאלי.
אפשר זאלן די ניקס האבן א רויטע און בלויע קאלירען, אזוי וועט מען גלייך זיי קענען אינדעטיפיצירן... האפענטלעך אז מ'וועט זיך קענען פאראיינגען ווער עס נעמט וועלעכע קאליר

Re: איך שמד מיך און איך ווער א זאלי!!!

נשלח: פרייטאג יוני 16, 2017 7:25 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
כפתור האט געשריבן:איך האב נישט קיין כח מיטצוהאלטן ווער איז א אהרוני אן ווער א זאלי.
אפשר זאלן די ניקס האבן א רויטע און בלויע קאלירען, אזוי וועט מען גלייך זיי קענען אינדעטיפיצירן... האפענטלעך אז מ'וועט זיך קענען פאראיינגען ווער עס נעמט וועלעכע קאליר

איך וויל וויסען צו די רביס אליינס ווייסען

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

נשלח: מוצ"ש יוני 17, 2017 10:42 pm
דורך איסר האטלקי
כפתור האט געשריבן:איך האב נישט קיין כח מיטצוהאלטן ווער איז א אהרוני אן ווער א זאלי.
אפשר זאלן די ניקס האבן א רויטע און בלויע קאלירען, אזוי וועט מען גלייך זיי קענען אינדעטיפיצירן... האפענטלעך אז מ'וועט זיך קענען פאראיינגען ווער עס נעמט וועלעכע קאליר

יעדער איז דא נייטראל...

נשלח: זונטאג יוני 18, 2017 12:05 am
דורך berlbalaguleh
איש את רעהו האט געשריבן:קשים גרים..
אז ער וויל באמת אריבערקומען זאל ער זיך בעטן בתחנונים, די טיקעט'ס זענען שוין אויסגעלאפן.

איש את רעהו: ס'גארנישט. מ'קען מאכן נאך א כינוס. ס'מוז נישט זיין דוקא אין בארקלעי'ס. (מקום שהתפללו בו אבותיו). יענקי סטעדיום אין די בראנקס אדער דזשייענטס סטעדיום אין סיקאוקוס, נ. דזש. זענען אויכעט צו פארדינגען. יעצט וועט מען אדווערטייזן די נייע זומער בעקישע פון פאליעסטער אן א ליינינג וואס דזשי&דזשי האט אימפארטירט פון אונגארן. דער עולם 'עט קומען...!

נ.ב.: דער עולם שרייבט דאך לעצטנס געפערליכע שטותים אין דעם אשכול. האביך צוגעלייגט מיינע אייגענע שטותים...!

נשלח: זונטאג יוני 18, 2017 12:26 am
דורך [NAMELESS]
כפתור האט געשריבן:איך האב נישט קיין כח מיטצוהאלטן ווער איז א אהרוני אן ווער א זאלי.
אפשר זאלן די ניקס האבן א רויטע און בלויע קאלירען, אזוי וועט מען גלייך זיי קענען אינדעטיפיצירן... האפענטלעך אז מ'וועט זיך קענען פאראיינגען ווער עס נעמט וועלעכע קאליר

גוטע פלאן. יעצט ווער זאל זיין די רויטע און ווער די בלויע? אה... איך ווייס שוין. די ארונים וועלן זיין בלו און די זאלונים רויט...! ( אבער ליפא וועט האבן א פראבלעם).

נשלח: זונטאג יוני 18, 2017 7:34 am
דורך אייז קריעם
פארוואס נעמט מען קאנטראווערסיאלע קאלירן ווי רויט מיט בלוי, נעמט ענדערש געל מיט ברוין.

נשלח: זונטאג יוני 18, 2017 3:48 pm
דורך כפתור
אייז קריעם האט געשריבן:פארוואס נעמט מען קאנטראווערסיאלע קאלירן ווי רויט מיט בלוי, נעמט ענדערש געל מיט ברוין.

טראכט אריין, ווער גייט טשוזען צו זיין ברוין...?? אויב עפעס גייט יעדער צייגען אויפן צווייטען אז יענעם פאסט צו זיין ברוין

נשלח: זונטאג יוני 18, 2017 5:58 pm
דורך גאלד
פארגעס פון קאלירן.
דא אין ק"ש עקזיסטירט אזא מין זאך ווי ארוני אדער זאלמוני. יעדער איז דא שרעקעדיג נייטראל. יעדער האט "א דרויסנדיגע בליק". וואס? האסט פארגעסן? אויב וואגסטו זיך צו זאגן עפעס אנדערש ווארפט מען דיך ארויס פון דאנעט