בלאט 1 פון 2
אונטער דעם אייזערנעם פארהאנג
נשלח: דאנערשטאג יוני 15, 2017 5:40 pm
דורך הדד בן בדד
שלום עליכם טייערע ידידים, שוין לאנג נישט געווען דא, אבער איך האב נעכטן בייגעוואוינט א גאר ווייטאגליכער עפיזאד, וועלכעס האט, נישט נאר געברענגט טרערן צו מיינע אויגן, נאר איך האב טאקע פאקטיש געוויינט. און נישט סתם, נאר געלאזט פאלן פילע טרערן.
אלזא, איך האב זיך נעכטן געטראפן מיט עלטערן פון א בחור'ל פון ישיבה קטנה עידש, וועלכער איז ארויסגעווארפן געווארן פון ישיבה. יא, גאנץ פשוט. איך האב געטראפן דעם בחור אויך און ער זעהט אויס ווי א געהעריגער חסיד'ישער בחור. שיינע, לאנגע געקרייזעלטע פיאות (אנע דיפיטי דו), א געהעריגא לאנגע רעקל מיט א הויכע ביבער הוט. עלטערן זעען אויס געהעריג. בקיצור, דער בחור קען בשום אופן נישט אריינגיין אין דער קאטעגאריע פון א באם.
אויב אזוי פארוואס איז דער בחור אינדרויסן? ווייל ער האט א געוויסע פראבלעם, א אישו, און דער מנהל זאגט אז ער איז נישט געמאכט געווארן צו דיעלן מיט אזא פראבלעם. איך האב אליינס גערעדט צום מנהל און ער האט מיר ס"ה באשטעטיגט וואס די עלטערן זאגן. ער זאגט מיר אז דער בחור איז נישט קיין שלעכטער בחור אבער צוליב דעם פראבלעם זיינער שטערט ער אים און ער קען דאס נישט הענדלען.
איך וויל נישט יעצט אריינגיין אין קיין אריכות, אבער ס"ה בין איך צוגעקומען צו די מסקנא אז (לפי דעתי, און יא, איך זאג קלאר אז דאס איז נאר לפי דעתי) איז דער מנהל נישט גערעכט. אז דו האסט אנגענומען דעם בחור, און דו אליינס זאגסט אז ער איז א וואוילער בחור, דארפסטו מיטארבעטן מיט אים. די עלטערן זענען גרייט צו ארבעטן מיט דעם פראבלעם און צושטעלן וואס עס פעלט אויס, אבער דער מנהל איז נישט גרייט. נאך וואס דער פראבלעם וועט זיין געלייזט, וועט ער זיך איבערקלערן.
פיין (כ'מיין, גארנישט פיין, אבער ליידער איז עס אזוי), עס איז נישט די ערשטע אזא מעשה, היינט איז א עולם התיקון, א וועלט מיט א ריינע ראסע, קיינער האט נישט קיין פראבלעמען, קליינע קינדער ווערן געבוירן מיט אויסגעארבעטע מידות, בחורים און מיידלעך קומען צום שידוך אויף די העכסטע מדריגות ברוחניות בגשמיות, נישט געבליבן מער אויף וואס צו ארבעטן, און אויב ח"ו יא, דארף מען זיך תיכף גט'ן. נו, אין אזא וועלט לעבן מיר ליידער.
אבער וואס האט מיך צושאקעלט ביז די נשמה און מיך ארויסגענומען פון גלייכגעוויכט, איז געווען ווען די מאמע גיט זיך א רוף אן צו מיר: "איך געדענק א ניגון פון מיינע קינדער יארן, ווי א אינגל אין אמעריקא רעדט צו ניקאליי, א אינגל אין רוסלאנד, אונטער דעם אייזערנעם פארהאנג, זייער א הארציגע ניגון. איך שפיר ווי מיין בחור איז דער ניקאליי. א וואוילער בחור, וואס וויל זיין ערליך און דינען דעם אויבערשטן, אבער ער טאר נישט. ער פיט נישט אין דעם באקס און דערפאר באלאנגט ער נישט אין ישיבה. ער טאר נישט לערנען קיין תורה און אידישקייט, ער טאר נישט איינקויפן מוסר און יראת שמים. ער מוז בלייבן, אזוי ווי ניקאליי, ביהיינד די אייראן קוירטען פון די עולם הישיבות און זיצען אינדערהיים."
בערך דאס זענען די ווערטער וואס די מאמע האט מיר געזאגט, און דערביי האט זי אנגעהויבן וויינען.
וואס זאל איך אייך זאגן. איך געדענק זייער גוט דעם ניגון (פון דעם דזשעפ טעיפ), איך בין אליינס אויפגעוואקסן מיט דעם ניגון אלס קינד. די אייזערנע פארהאנג איז נאך דעמאלס געווען בתוקפו און דער ניגון האט גערעדט צו די הערצער פון אידישע קינדער, און בתוכם, צו מיין הארץ. איך האב שוין געהערט דעם ניגון במשך די יארן דא און דארט, שוין נאך וואס דער פארהאנג איז געפאלן, און עס האט געברענגט נאסטאלגישע געפיהלן צו מיר, פון מיינע קינדער יארן, בשעת איך האב געטראכט צו זיך: נו, ב"ה אז היינט האלט מען פיל ווייטער. עס איז מער נישט דא דער אייזערנער פארהאנג.
אבער נעכטן, זיצנדיג מיט די עלטערן, ווי די מאמע האט עס אזוי לעבעדיג אראפגעלייגט, ווי איר טייערער בחור'ל איז געבליבן ארויסגעשפארט פון די ווענט פון ישיבה, האט עס באקומען גאר א נייעם משמעות. די מאמע'ס ווערטער, און אירע טרערן, ווי אויך דאס ווייטאג פון דעם בחור'ל וועלכער האט ממש געוויינט פאר מיר אז ער איז נגרש געווארן מהסתפח בנחלת ה', האבן געלעכערט מיין הארץ און איך האב גארנישט געקענט טאן אויסער מיטוויינען מיט איר. עס האט מיר גארנישט געשמעקט, עס איז מיר נישט געווען בא'טעמ'ט צו וויינען אזוי אומערווארטעט פאר אנדערע מענטשן, אבער דער פלייץ איז געקומען, איך האב מיטגעוויינט און געלאזט די טרערן פליסן.
למעשה האב איך הנאה דערפון. זאל זי כאטש זעהן אז איינער פילט מיט איר ווייטאג.
איך האב אבער געשפירט אז איך מוז פארציילן די מעשה פאר אנדערע, דעריבער בין איך אהערגעקומען עס פארציילן.
Re: אונטער דעם אייזערנעם פארהאנג
נשלח: דאנערשטאג יוני 15, 2017 6:07 pm
דורך גראף
איך האב שוין געשפירט אויף מיין אייגענע הויט פון נישט ווערן אן גענומען אין עטליכע ישיבות. די ווייטאג איז זייער שווער אבער איך בין נייגעריג צו וויסן וואס בערך דער ''פראבלעים'' איז. דו האסט דווקא נישט געשריבען וואס אבער איך זעה אויך אז דו זעהסט נישט אויס צו זיין בייז אויף דער מנהל. למה?
Sent from my XT1096 using Tapatalk
נשלח: דאנערשטאג יוני 15, 2017 6:18 pm
דורך סאדאם חוסעין
שוין מיטגעהאלטען מער וואו איינמאל וואס מען האט געמיזט ווארפן א בחור פון ישיבה, אבער מען האט נישט געקענט זאגן פאר די משפחה פארוואס.
Re: אונטער דעם אייזערנעם פארהאנג
נשלח: דאנערשטאג יוני 15, 2017 6:28 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
היער ווי גאו עגעין.
מ׳האט ׳געמיזט׳ ארויסווארפען.
נאך וויפיהל שעות פון ארום לויפען זוכען עצות האט עס דער מנהל מחליט געווען? וועלכע ערוואקסענע דערויסענדיגע ת"ח האט מיטגעשטימט? האט דער בחור\זיין עלטערען געהאט סיי וועלכע פארטרעטערשאפט ביי דער מיטינג מיט דער אדם גדול? וויפיהל ארבעט האט דער מנהל אריינגעלייגט צו טרעפען א צווייטע מוסד פאר׳ן בחור?
נאר די ציונים שמד׳ן בחורים און פארדארבען זיי אין מיליטער! שיס די פאלען דארט איבער׳ן ים! זיי זענען די עוקרי הדת!
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
נשלח: דאנערשטאג יוני 15, 2017 6:30 pm
דורך הדד בן בדד
מען האט יא געזאגט פארוואס. און איך בין דוקא יא בייז אויף דעם מנהל.
איך פארשטיי דעם מנהל, ווייל דער בחור'ל האט א פראבלעם וואס מאכט עס זייער שווער פאר א מנהל, אבער דאס גיט נישט קיין היתר אים ארויסצושיקן. פאר דעם זענען מיר מענטשעלעך וועלכע זענען דא אראפגעקומען זיך צו פאררעכטן און בעסער ווערן. יעדער דארף ארבעטן אויף זיך. דער בחור'ל בעסער צו ווערן, די עלטערן דארפ'ן טון וואס ליגט בידם און גיבן זייער זוהן דעם בעסטן טשענס מצליח צו זיין און דאס זעלבע דארף דער מנהל טון. ווען עלטערן זענען גרייט צו טון וואס מען דארף און דער בחור'ל אויך, דאן האלט איך אז דער מנהל האט נישט קיין רעכט אים ארויסצו'זרק'ענען, טראץ וואס איך פארשטיי אים.
נשלח: דאנערשטאג יוני 15, 2017 6:33 pm
דורך יואלי וואלפסאן
דער עיקר איז אז מיר בויען מקוואות אין יעדן פארשטיפטן דערפל איבערן כדור הארץ.
viewtopic.php?f=10&t=11550
נשלח: דאנערשטאג יוני 15, 2017 6:34 pm
דורך הדד בן בדד
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:היער ווי גאו עגעין.
מ׳האט ׳געמיזט׳ ארויסווארפען.
נאך וויפיהל שעות פון ארום לויפען זוכען עצות האט עס דער מנהל מחליט געווען? וועלכע ערוואקסענע דערויסענדיגע ת"ח האט מיטגעשטימט? האט דער בחור\זיין עלטערען געהאט סיי וועלכע פארטרעטערשאפט ביי דער מיטינג מיט דער אדם גדול? וויפיהל ארבעט האט דער מנהל אריינגעלייגט צו טרעפען א צווייטע מוסד פאר׳ן בחור?
נאר די ציונים שמד׳ן בחורים און פארדארבען זיי אין מיליטער! שיס די פאלען דארט איבער׳ן ים! זיי זענען די עוקרי הדת!
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
עקזעקטלי, דאס איז וואס איך האב געפרעגט דעם מנהל.
ווי געזאגט, דער מנהל האט מיר מודה געווען אז ער איז א וואוילער בחור. און איך האב די זעלבע קשיות אים געפרעגט: דו האסט געהאט א מיטינג מיט די עלטערן פאר דעם? דו האסט פראבירט צו לייזן דעם פראבלעם? האסטו געפרעגט איין גדול בישראל וועלכער האט דיר געגעבן א הסכמה אויף דעם?
דער מנהל האט גע'טענה'ט אז ער האט שוין געזאגט פאר די עלטערן ראש חודש שבט אז ער האט א פראבלעם מיט דעם בחור און אויב ער טוישט זיך נישט גייט ער אים אוועק שיקן. די עלטערן זענען מודה אויף דעם, אבער זיי זאגן אז זיי האבן אריינגעלייגט גרויסע כוחות אין דעם בחור און אז ער איז בעסער געווארן, און דער מנהל אליינס האט זיי געזאגט אז ער איז בעסער געווארן. אבער יעצט טענה'ט דער מנהל אז ער איז נישט "גענוג" בעסער געווארן, בקיצור, שטותים מיט הבלים.
איך וויל נישט דן זיין דעם מנהל סימפלי ווייל איך בין פאקטיש נישט אין זיינע הויזן. איך בין נישט קיין מנהל און איך האב נישט קיין ישיבה. אבער איך בין זייער ברוגז אויף אים, איך האלט אז וואס ער האט געטון איז אויסדרוקליך ראנג. איך האב אים אפילו געזאגט אז לדעתי איז ער דער וואס דארף גיין און די ישיבה זאל זוכן איינעם וואס קען יא ארבעטן מיט דעם.
נשלח: דאנערשטאג יוני 15, 2017 6:39 pm
דורך הדד בן בדד
יואלי וואלפסאן האט געשריבן:דער עיקר איז אז מיר בויען מקוואות אין יעדן פארשטיפטן דערפל איבערן כדור הארץ.
viewtopic.php?f=10&t=11550
עס איז א גוטער זאך צו בויען מקוואות אלל אווער, און אפילו הכנסת אורחים אין פישפיק לאדיין און אין זעקלטשין, פון מיין זייט, וויפיל עס ווילט זיך נאר. אבער דאס האט נישט קיין שייכות מיט דעם.
דו האסט א פוינט אז אסאך מענטשן פאטשן זיך אין בייכל אז מען שטייט גוט ווייל מען טוט אזוי פיל אבער זיי טוען גארנישט צו פארזיכערן אז יעדעס אינגל, בחור און מיידל זאל האבן א אידישע מוסד ווי צו גיין. ווען מען טרייט אפצוקויפן דעם באשעפער מיט יאשערקעס, דעמאלס קוקט מען אזוי אויס.
נשלח: דאנערשטאג יוני 15, 2017 6:48 pm
דורך יעקב מענטש
איך בין נייגעריג צו דיין פאל האט פאסירט ביי איינע פון די גרעסערע ישיבות? אדער ביי א פריוואטע ישיבה?
נשלח: דאנערשטאג יוני 15, 2017 7:23 pm
דורך הדד בן בדד
יעקב מענטש האט געשריבן:איך בין נייגעריג צו דיין פאל האט פאסירט ביי איינע פון די גרעסערע ישיבות? אדער ביי א פריוואטע ישיבה?
א גרעסערע ישיבה, אבער נישט איינס פון די גרויסע פארטייען.
נשלח: דאנערשטאג יוני 15, 2017 7:27 pm
דורך הדד בן בדד
פאר די וואס האבן אנגעפרעגט אין אישי איבער דעם ניגון,
דער ניגון איז אויף ענגליש, אויף א טעיפ פון דזשעפ [Jewish Eduational Program] וועלכער איז ארויסגעקומען אין די ל' יארן. עס איז דוקא זייער א שיינער און מענטשליכער און אידישער טעיפ, און איין ניגון איז איבער דעם, עס הייסט דיער ניקאליי. דא איז דא א לינק ווי איר קענט הערן א קליינער שטיקל פון דעם ניגון. אדרבא אויב איינער קען ארויפשטעלן דא דעם ניגון וואלט עס געווען כדאי. איך מיין אז עס איז זייער א גוטער צושטעל.
נישט אומזיסט האט די מאמע'ס ווערטער אזוי צוריסן מיין הארץ.
https://mostlymusic.com/products/the-best-of-jep-cd
נשלח: דאנערשטאג יוני 15, 2017 7:54 pm
דורך מיש-נייעס
יא די ניגון איז א גוטע צאמשטעל, עס דערמאנט נאסטאלגיע, על כל פנים פאר מיר אלטע זכרונות
נשלח: דאנערשטאג יוני 15, 2017 10:17 pm
דורך נולד מאוחר
כל מה דעביד רחמנא...
סלויפט מיר אסאך מאל דורך א מחשבה , וואלט איך נישט געשטאנען בעסער אויב וואלט איך ארויגעווארפן געווארן פון ישיבה.
נישט אז דו מנהלס עוולה ווערט קלענער.
נשלח: דאנערשטאג יוני 15, 2017 10:27 pm
דורך berlbalaguleh
הדד בן בדד האט געשריבן:מען האט יא געזאגט פארוואס. און איך בין דוקא יא בייז אויף דעם מנהל.
איך פארשטיי דעם מנהל, ווייל דער בחור'ל האט א פראבלעם וואס מאכט עס זייער שווער פאר א מנהל, אבער דאס גיט נישט קיין היתר אים ארויסצושיקן. פאר דעם זענען מיר מענטשעלעך וועלכע זענען דא אראפגעקומען זיך צו פאררעכטן און בעסער ווערן. יעדער דארף ארבעטן אויף זיך. דער בחור'ל בעסער צו ווערן, די עלטערן דארפ'ן טון וואס ליגט בידם און גיבן זייער זוהן דעם בעסטן טשענס מצליח צו זיין און דאס זעלבע דארף דער מנהל טון. ווען עלטערן זענען גרייט צו טון וואס מען דארף און דער בחור'ל אויך, דאן האלט איך אז דער מנהל האט נישט קיין רעכט אים ארויסצו'זרק'ענען, טראץ וואס איך פארשטיי אים.
הדד בן בדד: אויב דער בחור'ל ליידט פון אן אנשטעקיגע קרענק, ל"ע ברוחניות, פונקט אזוי ווי בגשמיות. האט מען נישט קיין ברירה נאר מ'מוז איהם איזאלירן. אבער מ'דארף דן זיין איבער דעם בכובד ראש. ווייל מען איז דן דיני נפשות.
ס'געווען א מעשה ביים חפץ חיים וואס ער האט געמוזט פארשיקן א בחור פון די ישיבה. און ביינאכט איז שוין די טרעין נישט אדורכגעפארן דעם שטעטל ראדין. האט ער איהם גענומען צו זיך א היים. און איהם געגעבן צו עסן א סעודה צו דער זאט. און ר'האט געמאכט זיכער אז דער בחור האט א באקוועמען געלעגער. ווען מ'האט איהם געפרעגט איבער די לכאורה סתירות'דיגע התנהגות, האט דער הייליגער חפץ חיים געענטפערט אט דעם משל. אז ווען ס'איז דא איינער וועלכער איז א חולה מסוכן מיט אן אנשטעקיגע קרענק, רח"ל מוז מען איהם תיכף איזאלירן כדי ער זאלל נישט אנשטעקן אנדערע אויך. אבער ער איז א טייערער אידיש נפש און מ'דארף זיך זארגן פאר זיין וואוילזיין...!
אויך איז דא א מעשה וועגן הרב ש"ך זצ"ל אז א ראש ישיבה איז געקומען רעדן צו איהם וועגן א ישיבה בחור וואס מ'האט געמוזט פארשיקן פון ישיבה. און הרב ש"ך, שוין אויף די עלטערע יארן, האט געפרעגט דעם ר"ם אויב ער האט שוין געטון השתדלות וועגן זוכן א צווייטע ישיבה פאר דעם בחור. דער ר"י האט געענטפערט אז ער וועט עס טון דעם נעקסטן טאג. האט הרב ש"ך געזאגט צו איהם. ניין. דו מוזסט נאך היינט זארגן פאר דעם בחור ער זאלל האבן א צווייטע ישיבה. און. (אזוי ליגט מיר אין זיכרון) אז הרב ש"ך איז בכבודו ובעצמו אריבערגעגאנגען נאך יענעם טאג צו דעם עסקן אז מ'זאלל ארייננעמען דעם בחור אין א אנדערע ישיבה...!
Re: אונטער דעם אייזערנעם פארהאנג
נשלח: דאנערשטאג יוני 15, 2017 10:52 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
מ׳האט לעצטענס געדרוקט א מעשה טאקע מיט הרב שך, איך מיין איך האב עס געברענגט. א ראש ישיבה איז געגאנגען זאגען פאר הרב שך אז א בחור האט מחלל שבת געווען און ער דארף איהם ארויסווארפען. האט הרב שך געפרעגט "דער בחור׳ס עלטערען האבען פרנסה אין שטוב?"
"איך ווייס נישט"
"און שלום בית האבען זיי?"
"איך ווייס נישט"
"רוצחים זענט עטץ!"
איך האב פארציילט די מעשה פאר איינעם וואס איז אמאל געווען א ראש ישיבה, היינט ׳נאר׳ א רב, און ער האט געקרומט מיט די נאז, להראותך ווי ווייט די הכנעה גייט. "און אז מ׳ווייסט נישט, דארף מען לאזען א מחלל שבת אין ישיבה?" פרעגט ער. איך האב איהם נישט געקענט ענטפערען ווי עס דארף צו זיין, ווייל אזעלכע אויסדרוקען נוצט מען נישט אין ביהמ"ד.
נשלח: דאנערשטאג יוני 15, 2017 11:05 pm
דורך וואלווי
איך וויל וויסען אז לויט דעם פאל אזוי ווי אין אנדערע פעלער ווען מ'שיקט אוועק א בחור, נישט אין אויסערגעוונליכע מצבים, נאר ווען ס'דא א חינוך פראבלעם צו האט דער הנהלת הישיבה בכלל א חושן משפט'דיגע רעכט אוועק צו שיקען א תלמיד. ווען ס'קומט איינצושרייבן א בחור אין ישיבה פילט מען אויס גאנצע אפליקאציעס מיט תקנות און אזוי אויך מ'שטעלט אויס א פעימענט פלען פאר שכר לימוד אויף פאראויס. ס'איז נישט מער נישט וויניגער א קאנטראקט צווישען צוויי צדדים און דער מוסד מוז איינהאלטען זייער צד צוצשטעלען חינוך. וועלעכע רעכט האבן זיי זיך אפצוזאגען א תלמיד וואס זיי האבן מקבל געווען מחנך צו זיין ווען זייער געדולד זיך אפצוגעבן מיט'ן תלמיד לויפט אויס. אויב סתם א מענטש וואלט געטשעינדזשד זיין מיינד אין מיטען ארבעטען פאר איינעם וואלט מען עם אראפ געריסען אלס א פשוטער גנב און ס'וואלט קיינעם אפילו נישט איינגעפאלן צו טוהן אזא חוצפה'דיגע זאך בכלל. ס'איז געהעריג א מצב פון סדום ווייל זיי ווייסען עלטערען וועלען זיי נישט קלאגען אויף דעם. זיי זענען מחויב צו צישטעלען די חינוך וואס זיי האבן זיך מתחייב געווען אפילו מ'דארף זיך אנשטרענגען! שטעל דיך פאר א דעליווערי בוי נעמט געלט צו דעליווערען און נאכדעם זאגט ער פארדעם וואס האט עם געהייערט אז צו טראגען פעקלעך איז א פיזיש שווערע זאך אין ער ווייזט זיין באלעבוס דעם מיטעלסטען...
Re: אונטער דעם אייזערנעם פארהאנג
נשלח: דאנערשטאג יוני 15, 2017 11:27 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
גערעכט, אבער ווען זיי ווילען נישט דער בחור אין ישיבה, העלפט נישט קיין חשן משפט. שטעל זיך פאר ב"ד האט א כח און מ׳צווינגט זיי צוריק אריינצונעמען דער בחור. האלטסט אז דער בחור האט סיי וועלכע אויסזיכט צו הצלחה דארט? דער מגיד שיעור\משגיח\מנהל וועט איהם דאך דערגייען די יארען דארט. דאס איז זייער כח.
דאס יא, טאמער דו דארפסט צוצאלען פאר א פריוואטע מלמד וכדו׳, מוזען זיי צאלען דערפאר, עי׳ ריש פרק השוכר את האומנין.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
נשלח: דאנערשטאג יוני 15, 2017 11:45 pm
דורך וואלווי
די סוף דבר איז אז ס'נישט דא פון וועם צו גיין מאנען, ס'נישט דא צו וועם צו גיין מאנען אויך נישט, דער רחמנות איז דער אומשולדיג נפש, אין די אכזריות איז ריזיג.
נשלח: פרייטאג יוני 16, 2017 1:24 am
דורך תנחום
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:גערעכט, אבער ווען זיי ווילען נישט דער בחור אין ישיבה, העלפט נישט קיין חשן משפט. שטעל זיך פאר ב"ד האט א כח און מ׳צווינגט זיי צוריק אריינצונעמען דער בחור. האלטסט אז דער בחור האט סיי וועלכע אויסזיכט צו הצלחה דארט? דער מגיד שיעור\משגיח\מנהל וועט איהם דאך דערגייען די יארען דארט. דאס איז זייער כח.
דאס יא, טאמער דו דארפסט צוצאלען פאר א פריוואטע מלמד וכדו׳, מוזען זיי צאלען דערפאר, עי׳ ריש פרק השוכר את האומנין.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
איך וואלט גראדע יא רעקאמאנדירט זיך צו שטעלן פאר א בי"ד די מנהל וואלט עס גוט איבער געטראכט בעפארן פאסן א באשלוס
נשלח: פרייטאג יוני 16, 2017 4:45 am
דורך טאמבל סאס
ווילאנג דו זאגסט נישט דעם פראבלעם בין איך נישט מגיב אין דעם אשכול און איך קאנסידער אלע אנדערע וואס זענען יא - אלס טיים וועיסטערס.
האסטע געהערט אזאנס. זייער א טרויעריגע מעשה אבער וואסערע פשט האט עס נישט צו זאגן דעם פראבלעם? וואס אויב דער פראבלעם איז דער בחור גייט ארום טאטשן אנדערע קעגן זייער ווילן און אינגער פון אים?
מילא ווען דו פארציילסט סתם א מעשה אבער דו ערווארטסט א דזשאדזשמענט. וואו קען מען דזשאדזשן ווען דו פארציילסט האלבע מעשיות?
אונז זעמיר נישט גאליבעל און ניקאליי ניגונים איז דערווייל נישט גענוג. ער באקומט נישט קיין פעני מיטלייד פון מיר (כלפי נישט ווערן אנגענומען) אנ-טיל דו רעדסט ווי א מענטש.
זאל דער מאמע מיך מוחל זיין פאר די אויסברוך אבער איך קען נישט הדד בן בדד און אז איך געטרוי אים נישט אויפ'ן ווארט ווי זאל איך אים געטרויען אויף זיין ווארט אז ער האט א ווארט?
נשלח: פרייטאג יוני 16, 2017 6:41 am
דורך הדד בן בדד
.
נשלח: פרייטאג יוני 16, 2017 6:44 am
דורך הדד בן בדד
נולד מאוחר האט געשריבן:כל מה דעביד רחמנא...
סלויפט מיר אסאך מאל דורך א מחשבה , וואלט איך נישט געשטאנען בעסער אויב וואלט איך ארויגעווארפן געווארן פון ישיבה.
נישט אז דו מנהלס עוולה ווערט קלענער.
איך האב שוין אויך אסאך מאל אזוי געטראכט, און עס זענען זיכער פארהאן אסאך בחורים וועלכע וואלטן פיל מער אויפגעטון און באמת מער געשטיגן אין אלע הינזיכטן ווען זיי זענען נישט אין ישיבה. בפרט די היינטיגע ישיבות. אבער סוף פסוק איז נישט דא קיין מסגרת פאר אזעלכע בחורים און דאס אליינס איז גענוג חורבן. א בחור אן א מסגרת שטייט על פתחו של גהינם.
נשלח: פרייטאג יוני 16, 2017 12:43 pm
דורך וואלווי
תנחום האט געשריבן:ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:גערעכט, אבער ווען זיי ווילען נישט דער בחור אין ישיבה, העלפט נישט קיין חשן משפט. שטעל זיך פאר ב"ד האט א כח און מ׳צווינגט זיי צוריק אריינצונעמען דער בחור. האלטסט אז דער בחור האט סיי וועלכע אויסזיכט צו הצלחה דארט? דער מגיד שיעור\משגיח\מנהל וועט איהם דאך דערגייען די יארען דארט. דאס איז זייער כח.
דאס יא, טאמער דו דארפסט צוצאלען פאר א פריוואטע מלמד וכדו׳, מוזען זיי צאלען דערפאר, עי׳ ריש פרק השוכר את האומנין.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
איך וואלט גראדע יא רעקאמאנדירט זיך צו שטעלן פאר א בי"ד די מנהל וואלט עס גוט איבער געטראכט בעפארן פאסן א באשלוס
גוטע רעקעמענדעישאן, אבער ווי מ'זאגט אין גויאיש "דעד רייט".
נאר דאס פעלט אויס אז ווען מ'דארף אריינשטעלען די נעקסטע קינד פון די משפחה אין א מוסד און מ'וועט ניטאמאל ענטפערען די פאון ווייל די טאטע און מאמע האבן אין א פאריגע מוסד גערופן די הנהלה צו דין תורה. דעמאלטס וועלען זיי קענען גיין צו מאסטער פאר השתדלות....