זומער וואקאציע
נשלח: זונטאג יוני 18, 2017 3:04 am
פאר כ'האב מיך אראפגעזעצט צו עפענען א נייעם אשכול וועגן זומער וואקאציע האבעך דורך גענישטערט אין אנדערע אשכולות און כ'האב נישט געפונען עפעס וואס זאל זיך אפגעבען דייקא מיט זומער וואקאציעס, אויב איז שוין יא דא איינס פון פריער בעט איך אנטשולדיגונג פון יענעם פותח האשכול פארן עפענען א נייעם.
שטייענדיג אזוי דעם שבת ביים ראש חודש בענטשן אין בית המדרש, הערענדיג אז חודש תמוז איז אן דע וועי, טראכט אזוי צו מיר, תמוז איז דאך די ראשי תיבות פון "זמני תשובה ממשמשין ובאין" און אב איז אלול בא, ווי ס'ווערט געברענגט אין די ספה"ק,און אלול איז די זאך אליין, טראכט איך אזוי, פארוואס פונקט פארן אנהייבן די וואקאציע סעזאן אויף וואס מיר אלע ווארטן שוין א גאנץ יאר, מ'איז קוים ארויס פונעם פרילינג, קוים אנגערירט דעם זימער מיט אירע הערליכע און געשמאקע טעג מער ליכטיגער, ווארעמער, אנגענעם, און שוין מיטשעט מען אינז מיטן תשובה סעזאן וואסי נאך איבער 2 חדשים אוועק! לאז קומען צו זיך אביסעל, זיך אביסעל אנווארעמען פון די פיינע שמעקעדיגע זימער טעג, און בכלל וואס וואלט ווען שלעכט געווען ווען זומער איז איין לאנגע איינגענעהמע תקופה, פון פסח ביז נאך סוכות אן ווערן איבערגעהאקט מיט נישט טארן הערן מוזיק פאר זיבן וואכן און שפעטער פאר נאך 3 וואכן, און נאכהער הייבט זיך די תשובה סעזאן וואס עווענטואל מישט זיך עס אויס מיט די בין הזמנים טעג, וואס וואלט ווען שלעכט געווען ווען די תשובה סעזאן וואלט ווען געווען א חלק פונעם שובבי"ם, לאמער זאגן פרשת משפטים ווען די פראסטיגע שניי פראסקעט אין פנים ווען יעדע רב/דיין/רבילע/מו"צ איז ביזי מיט חטאת נעורים עניוועי, וואלט מען שוין צוגעלייגט דאס אויכעט, און ווידעראום אין זימער לאז דעם עולם ליפטערן?
אולי קען זיין, דערמאנט מען שוין ביי די פיינע ווארעמע תמוז טעג אז זמני תשובה... און אלול בא, אז כדי צו טוהן א פעסטע תשובה דארף מען פריער גיין אויף אן פעסטע וואקאציע אנגעפילט מיט רואיגקייט, זעהן גאטס וואונדערליכע בריאה און איר פולער פראכט, וואקאציע איז די ריכטיגע צוגרייטונג צו תשובה. תשובה וואס קומט פון זויערקייט אין ביטערניש צוקוועטשקייט אדער אויסגעמאטערטקייט איז צום בעסטן, א שוואכע בדיעבדיגע תשובה.
ועל של עכשיו באתי, עמער לאזן די תשובה ענינים פאר נאכן וואקאציע, קודם מוז מיר זיך צוגרייטן מיט א פעסטן וואקאציע.
דער געדאנק פון וואקאציע, איז ביי יעדן אנדערש, אבער דער צד השוה שבהן איז אז מ'קערט זיך אפ פונעם טאג טעגליכן גערויש, און ביי רוב מענטשן מיינט עס אויך אוועקפארן פון דערהיים ערגעץ, צו אין די נאענט אדער ווייטענס