בלאט 1 פון 1

לעיסיק אויגן סורזשערי

נשלח: מוצ"ש יולי 21, 2012 10:36 pm
דורך אבי גערעדט
איך מוטשע מיך זייער שטארק מיט לענסעס, אין גלעזער איז אויך זייער נישט געאייגנט פאר מיר.
איך האב באשלאסן אז יעבור עלי מה, איך מיז מאכן די וואונדערבארע אפעראציע, יעצט איז די שאלה, ווי הייב איך אן? ווער איז גוט אין ביליג בענאזאם? האט איינער סיי וועלכע עקספיריענס אדער אינפארמאציע?


יש"כ למפרע

נשלח: מאנטאג יולי 23, 2012 1:55 pm
דורך אבי גערעדט
נו, אפשר דאך?

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 7:54 pm
דורך town1
איך בין געווען א שטיק צייט צירוק ביי א לעיסיק דאקטאר וועל איך מיטטיילן מיין אינפארמאציע מיטן ציבור:

וואס איז לעיסיק? - לעיסיק מיינט אויף די אויגן זענען דא א קארניע אזויווי א קאפל וואס דורך א לעיסיק סורדזשערי נעמט מען אראפ די קארניע און מען פארעכט דורך לעיזער די אויגן און מען באקומט א 20/20 וויזשאן,

ווי לאנג נעמט עס? - פארן סורדזשערי נעמט מען אויגן טראפן פאר בערך איין שעה דערנאך נעמט די סורדזשערי 20 מינוט (10 מינוט איין אויג)

עס זענען דא סייד עפעקס? - ביי מענטשן פון 60 יאר און העכער איז דא א טעשנס פאר א אינפעקשן, אבער די טשענס איז זייער קליין

וויפיל קאסט עס? - עס קאסט ארום $4,500 עס זענען דא אינשורענס קאמפעני'ס וואס געבן צירוק א טייל פון די געלט

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 8:02 pm
דורך אבי גערעדט
פיין, יעצט לאמיר הערן ווייטער, ווער איז גוט דערפאר?

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 8:10 pm
דורך town1
איך ווייס נישט איך בין נאר געווען ביי איינעם

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 14, 2013 1:07 am
דורך ניעק
I did it like 5 or 6 years ago and i m still crying PLEASE dont touch your eyes

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 14, 2013 7:53 pm
דורך געפילטע פיש
זיי מסביר, וואסערע מין האסטו געטוהן, ביי וועמען?

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 14, 2013 8:23 pm
דורך ניעק
I did the PRK which he said is the most safest to do. and i did it at DIAMOND VISION

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 14, 2013 8:42 pm
דורך געפילטע פיש
?And what problems do you have? did you go for follow up adjustments

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 14, 2013 9:41 pm
דורך ניעק
געפילטע פיש האט געשריבן:?And what problems do you have? did you go for follow up adjustments

after like 2-3 years my eye priscription started to go up nd up. and i lost the shiny/glossy of my eyes and started to c blurry.

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 14, 2013 9:43 pm
דורך געפילטע פיש
און וואס זאגט די קליניק?

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 14, 2013 9:50 pm
דורך ניעק
געפילטע פיש האט געשריבן:און וואס זאגט די קליניק?

I went several times and sometimes even with false name... one time they tald me to redo the surgery and sometimes they tald me i cant do it again because my eyes r allready very thin it w.as a 650 and now its like 400 which is very thin eyes to scrape off more

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 14, 2013 10:04 pm
דורך ניעק
I hope u understand and it was helpfull

נשלח: מיטוואך אפריל 03, 2013 2:15 pm
דורך אויס מענטש
ניעק וואס איז געעווען דיין נאמבער פאר די לעיזיק ?

און ווייסט איינער מער עפעס דעם דאקטער Dr. Stephen Perrone,
זיין אפיס איז ערגעץ צווישן וומ"ס און בארא פארק
אויב איינער ווייסט עפעס אינפארמעישין איבער אים, און בכלל נאך איבער לעיזיק, זאל ביטע מיטיילן לתועלת הציבור
יישר כח

נשלח: פרייטאג אפריל 12, 2013 2:17 am
דורך געפילטע פיש
ביי די זאכן איז א גרויסע חילוק צו וועם מ'גייט, אויב און ווען איך וועל עס מאכן וועל איך זיך לאזן קאסטן און גיין צו די בעסטע.
ס'דא לפחות דריי מיני פראסידזשערס וואס מ'מאכט, LASIK, און PRK, און LASEK, וואס איז ענדליך צו PRK. ס'דא חילוקי דעות וואס איז בעסער, לעיסיק ווערט שוין פראקטיצירט אין אמעריקע מיט די FDA עפראוואל פון די אנהויב ניינציגער יארן, די לעיזער חלק איז דוכט זיך די זעלבע ביי אלע, די חילוק איז ווי אזוי אנצוקומען אינעווייניג, מיט לעיסיק שניידט מען אויף א קליינע טירל אין די קארניע פונעם אויג, דערנאך רימאדעלט מען די פארום פונעם אינעווייניגסטע חלק פון די אויג מיט די לעיזער. PRK איז א רעלאטיוו נייערע פראסידזשער, וואס שניידט נישט אויף, נאר מ'קראצט אראפ א קליין חלק פון די דרויסענדע קארניע, און מ'מאכט די סוירדזשערי אזוי, ס'סאונד טאקע זייער פיינפול, אבער די קארניע וואקסט צוריק זייער שנעל און היילט זיך אויס אין געציילטע שעה. די אמעריקאנע מיליטער רעקאמענדירט PRK פאר קאמבאט דייווערס און free fall קאמאנדאוס וויבאלד די לעיסיק קען פאראורזאכן פראבלעמען ביי שנעלע שינוים אין פרעשור, און אין די ספעשעל אפערעישענס פארסעס לאזן זיי בכלל נישט אריין קיין לעיסיק פאציענטן, נאר PRK.
לעיסיק האט א שנעלערע היילונג פראסעס, און PRK האט א שטיקל קלענערע ריזיקע אויף סייד עפעקטס און קאמפליקאציעס, אבער מ'דארף אלעמאל וויסן אז אזוי ווי יעדע פראסידזשער, ווען מ'לייגט זיך אונטערן מעסער איז אלץ דא די קליינע ריזיקע אז דו וועסט זיין פון די איינס אין א טויזענט וואס וועט יא בלייבן מיט סייד עפעקטס.

ממילא, ביטע נעמט נישט אן מיין אדווייס ווי מעדיקאל עדווייס, נאר גייטס ארום פאר א סעקאנד אפיניען, און א דריטע, און א פערדע אויב ס'פעלט אויס.

נשלח: מיטוואך אפריל 17, 2013 7:40 pm
דורך אויס מענטש
וועלכע גוטע דאקטאר איז דא פאר prk
און וויפיל בערך קאסט דאס ?

לעיסיק אויגן סורזשערי

נשלח: דאנערשטאג אפריל 25, 2013 5:17 pm
דורך באשערט
לויט ווי איך פארשטיי איז די אויג זייער א סענסיטיווע איבר, און ס'איז לאגיש אז טאמער מען רורט צו צו דעם קען עס מאכן נאר ערגער. איך וואלט ענדערש פראבירט ביי אזא עמפינדליכע איבר צו פטור ווערן פון ברילן נאטורליך.
איך לייג דא 2 לינקס די ערשטע פירט צו א פראגראם וואס איז באזירט אויף דאקטער בעיטס מאטאד און די צווייטע קוקט אויס ענליך צו דעם, ביידע קאסטן 37 דולר און עס האט א גאראנטי ביז 2 חדשים אויף די גאנצע סומע.
טאמער איר קויפט איינע פון די פראגראמען ביטע מיך לאזן וויסן (דא אדער אויף מיין אימייל אדרעס zechish@gmail.com ) טאמער די עקטיוויטיס וואס זיי ווייזן צו מאכן מיט די אויגן ווערט געוויזן דורך א מאן אדער א פרוי און טאמער מען דארף קענען פארשטיין א פראפעשנאל ענגליש צו נאכגיין די פראגראמען
יישר כח פון פאראויס

vision without glasses

rediscover your vision

נשלח: דאנערשטאג אפריל 25, 2013 5:32 pm
דורך דבילה
ווי נאר ס'וועט ערמעגליכט ווערן צו קענען מאכן גרינג אן אויגן טראנספלאנט ווער 'ך א קאנדידאט פאר לעיסיק סורדשערי. ביז דאן וועלן די בריללן מיר ווייטער ערליך דינען אזויווי זיי האבן געדינט אבות אבותינו מימות בענעדיקדוס פון אמסטערדאם.