בלאט 1 פון 1
ברעיקינג: אייניקלעך קערן זיך צוריק קיין ראצפערט, אונגארן!
נשלח: מאנטאג יוני 19, 2017 12:04 am
דורך איש את רעהו
א גרופע אידן פון ארה"ק וואס זיכן פאר ביליג דירות, פלאנען אין די נאנטע צייט צו זיך אריבערציען לארץ מגורי אבותיהם אונגארין !
פילע שתדלנים ארבעטן אויס די לעגאליטעטן אז מען זאל קענען באקומען די נויטיגע פאפירן, די דירות זענען יעצט פאר שפאט ביליג, פאר איין דאון פעימענט ביי אינז אין גלות ברוקלין קענט איר קריגן עטליכע אויסגעצאלטע הערליכע הייזער.
נשלח: מאנטאג יוני 19, 2017 12:18 am
דורך קאווע טרינקער
ישראלים כשהן יורדים... רח"ל.
אין גאנץ ארץ ישראל קען מען נישט טרעפן נאך אזוי ביליג?
משוגעים.
נשלח: מאנטאג יוני 19, 2017 12:20 am
דורך שמעקעדיג
הא? ביליג אין ארץ ישראל? ווען האסטו לעצט געטשעקט פרייזן דארט?
Re: ברעיקינג: אייניקלעך קערן זיך צוריק קיין ראצפערט, אונגארן
נשלח: מאנטאג יוני 19, 2017 12:25 am
דורך קלוגע יודל
איש את רעהו האט געשריבן:א גרופע אידן פון ארה"ק וואס זיכן פאר ביליג דירות, פלאנען אין די נאנטע צייט צו זיך אריבערציען לארץ מגורי אבותיהם אונגארין !
פילע שתדלנים ארבעטן אויס די לעגאליטעטן אז מען זאל קענען באקומען די נויטיגע פאפירן, די דירות זענען יעצט פאר שפאט ביליג, פאר איין דאון פעימענט ביי אינז אין גלות ברוקלין קענט איר קריגן עטליכע אויסגעצאלטע הערליכע הייזער.
האט עס עפעס מיט גיוס?
גייען זיי פון ארץ ישראל וועגן גיוס?
נשלח: מאנטאג יוני 19, 2017 12:39 am
דורך I'm back
ער זעט א תגובה וואס א לץ האט געשריבן אין אייוועלט, און ער מאכט שוין אויף א אשכול דא מיט א גאנצע בארד...
נשלח: מאנטאג יוני 19, 2017 12:42 am
דורך איש את רעהו
I'm back האט געשריבן:א לץ האט געשריבן אין אייוועלט, און ער מאכט שוין אויף א אשכול
וואס ? ווי ?
עס איז שוין מפורסם א שטיק צייט איבער די פלענער, לעצטענס האבן עסקנים צוגעלייגט א האנט צו די ליגאלע פאפירן.
Re: ברעיקינג: אייניקלעך קערן זיך צוריק קיין ראצפערט, אונגארן
נשלח: מאנטאג יוני 19, 2017 12:44 am
דורך דער גאלדענער אדלער
קאווע טרינקער האט געשריבן:ישראלים כשהן יורדים... רח"ל.
אין גאנץ ארץ ישראל קען מען נישט טרעפן נאך אזוי ביליג?
משוגעים.
וויפיל אידן וואלטן געוואלט עולה זיין צו אינזער לאנד, און דע וואוינען דארט און מופן ארויס פון דארט, פאטעטיק!!
נשלח: מאנטאג יוני 19, 2017 3:15 am
דורך [NAMELESS]
משיח גייט קומען קיין ארץ ישראל, און נישט קיין ראצפערט.
נשלח: מאנטאג יוני 19, 2017 7:48 am
דורך אישתישבי
דער עיקר שאלה איז צו אויף זיי וועט חל זיין די תקנות פין מילהאוויץ.
צד אויף יא, היות עס איז נתקבל געווארען דורך די יושבי ראצפערט בשעתו ווערט עס קיינמאל נישט בטל.
צד אויף נישט, היות די אידען וואוינען שוין נישט דארט, און דאס איז אנדערע אידען.
צד אויף יא היות עס איז דא אידען וואס ביי זיי איז קיינמאל נישט נשתכח געווארען אז זיי זענען יוצאי אונגארען, איז יעדער וואס קומט צוריק פאלט ממילא צוריק אריין אין די גדר התקנה.
תן לחכם ויחכם עוד
נשלח: מאנטאג יוני 19, 2017 12:57 pm
דורך [NAMELESS]
דאס איז איינע פון די סיבות פארוואס מ'גייט בלייבן וואוינען אין וומסב"ג, קיינער זוכט נישט די עכטע סעלושען, ענדערשט עפעס אינטערסאנט אדער פאוני, טיילמאל אפילו א גוטע אינוועסמענט אויפן חשבון פון ארימע משפחות וואס זענען גרייט צו מאכן א שווערע באשלוס אין לעבן.
ווען מ'רעדט פון ביליג דירות דארף מען נישט גיין קיין ראצפערט ווי ס'איז גאראנטירט אז ס'גייט נישט זיין קיין פרנסה, מ'קען גיין אין איינע פון די סטעיטס אין אמעריקא ווי מ'קען טרעפן דירות פאר פונקט אזוי ביליג. און אוודאי נישט דזשערזי סיטי ווי א נארמאלע מענטש ציטערט ארויסצוגיין אין גאס, כ'האב מיר אסאך ארומגעדרייט דארט לעצטענס, כ'וואלט נישט געראטן פאר קיינעם דארט ארויס צו גיין פון שטוב אן א ביקס, דזשערזי סיטי איז די אמאליגע הארלעם. בלומינגבורג איז א ריינע לאם אינוועסטמענט, גארנישט ביליג, מ'קען טרעפן פאר ביליגער גראד לעבן מאנרא ווי דער עולם מופט לעצטענס, מ'האט סתם געהאקט א קאפ דערמיט דערמיט.
בקיצור שטייען אפאר לצים וואס ווילן מאכן אפאר דוללער, אדער אפאר אומערפארענע אינגעלייט און פארראטן דעם עולם.
נשלח: מאנטאג יוני 19, 2017 7:30 pm
דורך diff
מאך נישט קיין חשבונות גיי שוין
נשלח: דינסטאג יוני 20, 2017 1:42 am
דורך שמעקעדיג
I beg to diff
Re: ברעיקינג: אייניקלעך קערן זיך צוריק קיין ראצפערט, אונגארן
נשלח: דינסטאג יוני 20, 2017 8:29 pm
דורך יהודי פשוט
דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:קאווע טרינקער האט געשריבן:ישראלים כשהן יורדים... רח"ל.
אין גאנץ ארץ ישראל קען מען נישט טרעפן נאך אזוי ביליג?
משוגעים.
וויפיל אידן וואלטן געוואלט עולה זיין צו אינזער לאנד, און דע וואוינען דארט און מופן ארויס פון דארט, פאטעטיק!!
זיי מאכן פלאץ פאר דע אנדערע וואס וויל אזוי פ שטארק וואוינען דארט
נשלח: דינסטאג יוני 20, 2017 10:38 pm
דורך I'm back
ווי איז דער נענסטע איזראעלי קאנסולאט, אינעם גלילות פון ראצפערט?