בלאט 1 פון 8
MAY 26 1967 זאגט די CIA פון פאראויס גרויסע נביאות .....
נשלח: מאנטאג יוני 19, 2017 3:48 pm
דורך איש את רעהו
נשלח: מאנטאג יוני 19, 2017 3:54 pm
דורך ברוך בער
דא זאגן זיי אז מדינת ישראל וואלט פארלוירן ביז האלב פון איר פלי קראפט דאס הייסט שווערע צענדליגער טויזנטער קרבנות נו איז דאך גרויסע ניסים זיי זענען ארויס מיט קוים עטליכע הינדערט קרבנות. יישר כוח פארן מראה מקום.
נשלח: מאנטאג יוני 19, 2017 5:10 pm
דורך diff
או די אלטע חידושי תורה פורים מובא איז עס דען נישט געווען נסים
נשלח: מאנטאג יוני 19, 2017 5:18 pm
דורך סמבטיון
אלא מאי, ווילסט ארויסברענגן אז ליידער האבן די יודן געווינען און עס איז געווען א הסתר פנים?
ןןער עס האט נישט געזעהן די אפענע ניסים ביי מלחמת ששת הימים, אדער איז ער שוטה אדער א סאטמערע וואס איז פארכאפט אין שנאת ישראל.
נשלח: מאנטאג יוני 19, 2017 5:23 pm
דורך איש את רעהו
סמבטיון האט געשריבן:ווילסט ארויסברענגן אז ליידער האבן די יודן געווינען און עס איז געווען א הסתר פנים?
ןןער עס האט נישט געזעהן די אפענע ניסים ביי מלחמת ששת הימים
דאס האב איך געוואלט ארויסברענגען,
אפילו די מגושמ'דיגער גוי פון די CIA האט געזען די גרויסע נסים..
און נישט נאר בעת המלחמה, נאר איידער די קריג האט שוין געשיינט די התגלות צו זעהן די בעפארשטייענדע נסים.....
נשלח: מאנטאג יוני 19, 2017 9:32 pm
דורך berlbalaguleh
איש את רעהו: דו פארארבעטסט מעשים אז די ישועות ה' וואס די אידן האבן געהאט ביי די זעקס טאגיגע מלחמה ( רוף עס ששת ימי אפילה) ווען זיי זענען ניצול געווארן ממות לחיים זענען נישט געווען קיין נסים. ווען א יעדער נארמאלער מענטש פארשטייט אז ס'איז יא געווען. ווייל די פארשאלטענע אראבערס, ימ"ש זענען געשטאנען מיט זייערע אויסגעשארפטע שווערדן , להשמיד, להרוג ולאבד ח"ו אלע אידן אין ארץ ישראל.
ס'איז איראניש אז די אידן וועלכע וואלטן לכאורה געדארפט צו זיין די גרעסטע מאמינים זענען די שטערקסטע פראפאגאנדירער פון כוחי ועוצם ידי. אזוי ווי דו רעדטסט און האלטסט וואלט געפאסט פאר דעם פושע ישראל משה דיין. ווי ער האטציך טאקע אויסגעדרוקט מיט א שטארק נארישן און אפיקורסישן אויסדרוק. אבער א יעדער נארמאלער מענטש. א יעדער איד, אפילו קטן שבקטנים האט בחוש געזעהן די ישועת ה' כהרף עין...!
דו ווילסט ח"ו זיין אין איין ליגע מיט דעם גוי משה דיין. וועלכער איז שוין געבוירן ביי עלטערן עוכרי ישראל. זיי האבן איהם אפילו נישט געלאזט מל'ען נען. פאר איהם פאסט אזוי צו רעדן. ווען מ'האט איהם געפרעגט האלוקים היה בצד שלכם....? האט דער אפיקורס געענטפערט..."אנחנו היינו בצד האלוקים".. אויב דו פארשטייסט נישט קען איך עס דיר איבערטייטשן אויף אונגאריש...! נו, וועלכער נארמאלער, ערליכער איד וויל זיין אין איין כת מיט איהם....?!
נשלח: מאנטאג יוני 19, 2017 9:42 pm
דורך איש את רעהו
berlbalaguleh האט געשריבן:איש את רעהו: דו פארארבעטסט מעשים אז די ישועות ה' וואס די אידן האבן געהאט ביי די זעקס טאגיגע מלחמה
איך פארארבעט דען?
די רשעות'דיגע CIA איז געקומען און פארלאפען די וועג פאר די אותות ומופתים לבני חם צו גרייכן פאר די ישראלים
נשלח: מאנטאג יוני 19, 2017 9:54 pm
דורך berlbalaguleh
איש את רעהו: א שאד אז מ'קען זיך נישט אליינס לייקן.(אפשר דערף מען עס טאקע איינפיהרן.) איך זעה אז מיין תגובה שטייט נאכאלץ שטארק אקעיגן דיין ענטפער...!
Re: MAY 26 1967 זאגט די CIA פון פאראויס גרויסע נביאות .....
נשלח: מאנטאג יוני 19, 2017 10:33 pm
דורך גר ותושב
ווען אן אמעריקאנע אנגעפרעסענע פיקל וואס ווייסט נישט פון קיין צרות צו זאגן זאגט אז עס איז נישט געוועין קיין ניסים ונפלאות קומט עס לכאורה מתוך טיפשות און עס איז נישט ווערט קיין תירוץ אבער אויב איז עס נאר מחמת חוסר ידיעה דעמאלט זאל ער גיין שמועסן מיט די יודן וואס האבן מיטגעהאלטן די מלחמה און עס ליגט זיי נאך אין די ביינער די אויפראסן און די שיסערע פון איבער די גדר דורך די רוצחים נאכדעים קען מען רעדן.
דרך אגב דא האסטו צוויי נקודות וואס איך זעי אויבן אויף (איך האב נישט געפענט די לינק)
קודם כל עס האט געדורט קוים דריי טעיג צו איינעמען די קאנאל און נישט ציווישן זיבן צו ניין ווי זייער נביאות האט פאראויס געזאגט
ועוד זיי האבן געשאצט אז ישראל גייט ביישטיין די אטאקעס פון סיריע זיי האבן זיך אבער נישט געראכט אז ישראל גייט זיי גרינגער הייט געוואונען
נשלח: מאנטאג יוני 19, 2017 11:27 pm
דורך גאנצל
די אראבער זענען נאך געווען גאר פרימיטיוו אקעגן היינט
די מדינה האט געהאט די פארגעשריטנסטע כלים פון אמעריקא און נאך
די מדינה בכלל האט גענוצט די אראבישע נאיווקייט און זיי איבעראשט צענדליגע מאל
וואס נסים ווען נסים ס'האבן זיך געשלאגן א בער קעגן א הערש
רוסלאנד האט אויך געהאט נסים ווען זיי האבן זיך געשלאגן מיט גרוזי.............
Re: MAY 26 1967 זאגט די CIA פון פאראויס גרויסע נביאות .....
נשלח: מאנטאג יוני 19, 2017 11:46 pm
דורך גר ותושב
גאנצל האט געשריבן:די אראבער זענען נאך געווען גאר פרימיטיוו אקעגן היינט
די מדינה האט געהאט די פארגעשריטנסטע כלים פון אמעריקא און נאך
די מדינה בכלל האט גענוצט די אראבישע נאיווקייט און זיי איבעראשט צענדליגע מאל
איך האב שוין די שקר געהערט צענדליגע מאל און אט האט איר די ענטפער
June 3rd 1967
The New York Times reported that Britain declared the Egyptian blockade could lead to war. They further reported that four Syrian commandos had been intercepted in Israel
MILITARY BUILD-UP: By this time Egypt had 210,000 troops ready for deployment, with 100,000 of them with 930 tanks ready in the Sinai. They had 30 Tu-16 Russian-made bombers, which were a threat to Israel’s cities. Overall the Egyptian Air Force, by far the largest and the most modern of all the Arab air forces, consisting of about 450 combat aircraft, all Soviet-built and relatively new.
Syria had 63,000 troops and Jordan 55,000 – totalling 328,000 troops ready to fight Israel.
The Arabs had twice the number of tanks compared to Israel (2,330 against 1000) and far more combat aircraft too (682 compared to Israel’s 286); They had 1,845 armoured personnel carriers compared to Israel’s 1,500.
However, by fully mobilizing Israel could muster 250,000 men. Israel would need to rely on the training and motivation of this largely civilian army to counter the numeric superiority of the Arabs in manpower and weaponry. [15]
Israel’s newly-appointed Defence Minister Moshe Dayan, wishing to confine hostilities if possible to the imminent battles against Egypt, ordered the Israeli Army not to open a second front with Jordan in the West Bank in the event of war. He instructed the head of the Israeli Army Central Command: “You must not do anything to entangle Israel with the Jordanians...” [6]
נשלח: מאנטאג יוני 19, 2017 11:48 pm
דורך איסר האטלקי
berlbalaguleh האט געשריבן:איש את רעהו: א שאד אז מ'קען זיך נישט אליינס לייקן.(אפשר דערף מען עס טאקע איינפיהרן.) איך זעה אז מיין תגובה שטייט נאכאלץ שטארק אקעיגן דיין ענטפער...!
לייקן גיבט נישט צו צום ווארהייט אדער צום אמת'דיגן מציאות. עס ווענד זיך וואו די מערהייט "נייטראלע" שרייבער געהערן צו. שוין כמה פעמים מוכיח געווען דא אין שטיבל.
נשלח: מאנטאג יוני 19, 2017 11:49 pm
דורך איסר האטלקי
גאנצל האט געשריבן:די אראבער זענען נאך געווען גאר פרימיטיוו אקעגן היינט
די מדינה האט געהאט די פארגעשריטנסטע כלים פון אמעריקא און נאך
די מדינה בכלל האט גענוצט די אראבישע נאיווקייט און זיי איבעראשט צענדליגע מאל
וואס נסים ווען נסים ס'האבן זיך געשלאגן א בער קעגן א הערש
רוסלאנד האט אויך געהאט נסים ווען זיי האבן זיך געשלאגן מיט גרוזי.............
אלעס איז אמת ויציב, אין ארץ ישראל איז אבער נישט פארהאן קיין איינציגער וואס האט אזוי געהאלטן. בלויז אמעריקאנער סאטמארער חסידים זענען אויפגעקומען און אנטדעקט די רעיונות.
Re: MAY 26 1967 זאגט די CIA פון פאראויס גרויסע נביאות .....
נשלח: מאנטאג יוני 19, 2017 11:50 pm
דורך גר ותושב
גאנצל האט געשריבן:
די מדינה בכלל האט גענוצט די אראבישע נאיווקייט און זיי איבעראשט צענדליגע מאל
פארשטייט זיך מהאט זיי איבעראשט קוק איבער אין נ"ך ביי רוב מלחמות איז געוועין תכסוסי מלחמה מיט טרעפס וכדומה ווילסטו זאגן אז עס איז געוועין דרך הטבע אן דער יד השם?
נשלח: דינסטאג יוני 20, 2017 12:03 am
דורך סמבטיון
איך האב נישט קיין ספק אז אויב וואלטן די אראבער געווינען ח"ו, וואלט מען לכאורה געטיילט לעקעך און בראנפן אין ראדני.
שוטים וואס איר זענט! וועלכע יוד האט דאן נישט געזען דעם יד השם ?
נשלח: דינסטאג יוני 20, 2017 12:05 am
דורך איסר האטלקי
סמבטיון האט געשריבן:איך האב נישט קיין ספק אז אויב וואלטן די אראבער געווינען ח"ו, וואלט מען לכאורה געטיילט לעקעך און בראנפן אין ראדני.
מען האט געטיילט אזוי אויך! פאר יעדער אידישער סאלדאט וואס איז אוועק האט מען געטרינקן א באזונדער גלעזל. א שאד איך האב שוין נישט די בילדער דערפון.
נשלח: דינסטאג יוני 20, 2017 12:11 am
דורך [NAMELESS]
[.
נשלח: דינסטאג יוני 20, 2017 12:15 am
דורך I'm back
איז עס שוין 50 יאר זייט די מדינה שטייט?
נשלח: דינסטאג יוני 20, 2017 12:17 am
דורך [NAMELESS]
I'm back האט געשריבן:איז עס שוין 50 יאר זייט די מדינה שטייט?
פארוואס פרעגסטו? אלס די מימרא פון די חזו''א???
און וואס הערט זיך מיט בעלז וועט זיין א ווינקל.....
נשלח: דינסטאג יוני 20, 2017 12:20 am
דורך I'm back
עמעזאן האט געשריבן:I'm back האט געשריבן:איז עס שוין 50 יאר זייט די מדינה שטייט?
פארוואס פרעגסטו? אלס די מימרא פון די חזו''א???
און וואס הערט זיך מיט בעלז וועט זיין א ווינקל.....
סאקמירער רעבע האט זיך אויסגעדריקט אז ס'וועט נישט האלטן קיין 50 יאר.
וויאזוי ספינט מען דאס?
נשלח: דינסטאג יוני 20, 2017 12:26 am
דורך קאווע טרינקער
I'm back האט געשריבן:סאקמירער רעבע האט זיך אויסגעדריקט...
לא מכיר. מי זה?
Re: MAY 26 1967 זאגט די CIA פון פאראויס גרויסע נביאות .....
נשלח: דינסטאג יוני 20, 2017 12:29 am
דורך יהושע חיים
גאנצל האט געשריבן:די אראבער זענען נאך געווען גאר פרימיטיוו אקעגן היינט
די מדינה האט געהאט די פארגעשריטנסטע כלים פון אמעריקא און נאך
די מדינה בכלל האט גענוצט די אראבישע נאיווקייט און זיי איבעראשט צענדליגע מאל
וואס נסים ווען נסים ס'האבן זיך געשלאגן א בער קעגן א הערש
רוסלאנד האט אויך געהאט נסים ווען זיי האבן זיך געשלאגן מיט גרוזי.............
גר תושב האט שוין אביסל גענפערט אבער נישט גענדיגט
געווער האבן די אראבער (עגיפטן און סוריא, ירדן ווייס איך נישט) די נייעסטע רוסישע טאנקען, עראפלאנען וכו'
מד"י האט געהאט אלטע פראנצויזישע און דייטשע טאנקען (זיי האבן עס אביסל איבערגעמאכט אבער ווייט אזוי גוט) עס האט זיך למעשה אויסגעשטעלט אז די עלטערע טאנקען האבן געצילט אסאך בעסער (ווייל עס איז געווען קלענערע געווער) און מען האט זיך געשלאגן גאנץ נאנט. און פון די עראפלאנען איז בכלל נישט געווען קיין רעדע ווייל זיי האבן זיך ניטאמאל געקענט הייבן.
נשלח: דינסטאג יוני 20, 2017 12:31 am
דורך קאווע טרינקער
berlbalaguleh האט געשריבן:
ס'איז איראניש אז די אידן וועלכע וואלטן לכאורה געדארפט צו זיין די גרעסטע מאמינים זענען די שטערקסטע פראפאגאנדירער פון כוחי ועוצם ידי.... א יעדער נארמאלער מענטש. א יעדער איד, אפילו קטן שבקטנים האט בחוש געזעהן די ישועת ה' כהרף עין...!
בערל, צו הערן פון דיר אזעלכע דיבורים וואס סענדער דייטש וואלט אין זיין לעבן נישט געשריבן... איז א חידוש!