מזל טוב! א נייער בלאט!! שכוח בארקליעס!!

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
באניצער אוואטאר
גאלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2379
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 07, 2012 1:42 pm
האט שוין געלייקט: 625 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1419 מאל

מזל טוב! א נייער בלאט!! שכוח בארקליעס!!

שליחה דורך גאלד »

איך ווייס נישט צו דער בארקליעס האט עפעס אויפגעטאן אינעם תחום הגיוס,

אבער אינעם תחום פון א נייער צייטונג פאר קהל הארונים האט עס זיכער אויפגעטאן הלכה למעשה.

נאך 17 יאר זינט איר גרינדונג, איז שמואל ווידער פארשיקט געווארן פון דער בלאט און מ'האט אריינגעזעצט א פנים חדשות,

ה"ה ר' משה יואל ווייס.

איני יודע ווער דאס איז, און מה טובו, אויב איינער קען ביטע אנרייכערן דעם עולם.

מצידי האט זיך דער בארקליעס אלעס געלוינט.
איש את רעהו
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2184
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 9:21 am
האט שוין געלייקט: 129 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 451 מאל

שליחה דורך איש את רעהו »

פריצייטיגע שמחה
אויב זאל די גאנצע הנהגה זיין אינטער פרומע קר"י פירער קענסטו שווער אויסרעכענען וואס עס וועט ברענגען.

דאס איז יא זיכער אז די שיטת מהר"א החדשה וועט יעצט אפיציעל באקומען פולשטענדיגע דעקונג
ביז היינט האט מהר"א זעלבסט געמיזט דערפאר קעמפן מיט גאר שארפע דרשות
דער נייער שופר וועט בלאזן די זעלבע ריכטונג, עטליעסט יעצט ביים התחלה.
באניצער אוואטאר
גאלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2379
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 07, 2012 1:42 pm
האט שוין געלייקט: 625 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1419 מאל

שליחה דורך גאלד »

ביסטאך אזא אומפארגינער, מיטאמאל 10 מינוט קורת רוח פארגינסטו מיר נישט.

נאט נייס.
באניצער אוואטאר
יואליש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2681
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1390 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4310 מאל

שליחה דורך יואליש »

משה יואל איז א טאלאנטפולער אינגערמאן און א יודע ספר. אבער לויט ווי כ'געדענק איז ער נישט קיין זשורנאליסט א שטייגער ווי אברהם פריעדמאן. כ'מיין ער איז מער א אמת'ער חסיד פון די סעקטע ווי א מידיא פיגור. די פרומע ארונים זענען מסתם צופרידן און דער בלאט פארוואלטונג - טרעפענדעג זיך אין די perfect storm וואס האט זיך געבויט קעגן איר פון אינערהאלב פון דעי וואן - האט פארמיטן א רעוואלט צו איר ביזנעס פונעם ערענסטע-פרומע ציבור. שמואל ווידער איז אויך נישט געווען קיין זשורנאליסט, נאר מער א צינישער פעיק נויז לץ. אלעס שפיגלעט אפ די רוח הזמן. ווען דער בלאט האט זיך געגרינדעט האבן אירע ליינער געלעכצט נאך קאקטעילס פון חיזוק טאבלעטן און ליצנות איינשפריצונגן צו פארגעסן פון די ביטערע פארניכטונג זיי זענען אויסגעשטאנען פון די דאמאלסדיגע עסטעבלירטע אינסטיטוציעס אין סאטמאר - דאן איז שמואל, כמו סענדער, ערשינען מיטן כמו צייטונג און געשפילט כמו קהילה פאר די כמו חסידות. כמעט צווי צענדליג יאר שפעטער און ס'איז פארהאן א נייע רעאליטעט. אן עכטע חסידות מיט אן עכטע רבי, עכטע קהילה און זיי פארלאנגן אן עכטע פראפאגאנדע שופר מיט עכטע, נישט פעיק, שוואנצונעס.

- אימאימפארמירטע אפהאנדלונג פון בויך ארויס.
איש את רעהו
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2184
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 9:21 am
האט שוין געלייקט: 129 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 451 מאל

שליחה דורך איש את רעהו »

גאלד האט געשריבן:מיטאמאל 10 מינוט קורת רוח פארגינסטו מיר נישט.



ווילסטיר פרייען און דערנאך קלאגן?
זעה צו מאכן די טויש אז ס'זאל זיין א פולקאמער פרייד.
באניצער אוואטאר
גאלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2379
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 07, 2012 1:42 pm
האט שוין געלייקט: 625 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1419 מאל

שליחה דורך גאלד »

האסטעמער געהערט אזאנס!!

דער [tag]איש את רעהו[/tag] שטייט דא אנגאנצן טאג על המשמר זיכער מאכן אז יעדער גוט ווארט לטובת הארונים זאל תיכף אפגעשלאגן ווערן.

וואס איז דאס מיט דיר?

איך שטעל מיך פאר ביסט זייער ציפרידן פון די בארקלעיס ראלי, נו וואס פאראלדאסגוטיאר פארגינסטו נישט עפעס פאר יענעם אויך.

אנביליוועבל!!!
איש את רעהו
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2184
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 9:21 am
האט שוין געלייקט: 129 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 451 מאל

שליחה דורך איש את רעהו »

[tag]גאלד[/tag] יעדער איז זייער פרייליך מיט דיין שמחה, אז די מאכסט א מסיבת לחיים וועל מיר אי"ה זיך משתתף זיין
אבער זיי נישט קיין נאר און טראכט א מינוט פאראויס, אויב וועט זיין א גענצליכע שליטה פון פרומע קרית יואל'ע קען ווערן נאך אזעלכע אויפרייסען אין אנדערע פארמען
אז מען עסטעבלישט שוין יא א נייע זאך זאל עס זיין מיט שלימות
[tag]גאלד[/tag] מזל טוב צו דיין שמחה.
I'm back
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 833
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 30, 2013 9:38 am
האט שוין געלייקט: 2105 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 315 מאל

שליחה דורך I'm back »

וועלן די בריוו שיקער ווייטער שיקן בריוון?
.
איש את רעהו
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2184
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 9:21 am
האט שוין געלייקט: 129 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 451 מאל

שליחה דורך איש את רעהו »

I'm back האט געשריבן:וועלן די בריוו שיקער ווייטער שיקן בריוון?

מען שיקט ווייטער, די נייע בלאט וועט עס נישט אפשטעלן
עס וועט פארבלייבן אין היסטאריע די בריוון שיקעריי.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20419
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

איש את רעהו האט געשריבן:פריצייטיגע שמחה
אויב זאל די גאנצע הנהגה זיין אינטער פרומע קר"י פירער קענסטו שווער אויסרעכענען וואס עס וועט ברענגען.

דאס איז יא זיכער אז די שיטת מהר"א החדשה וועט יעצט אפיציעל באקומען פולשטענדיגע דעקונג
ביז היינט האט מהר"א זעלבסט געמיזט דערפאר קעמפן מיט גאר שארפע דרשות
דער נייער שופר וועט בלאזן די זעלבע ריכטונג, עטליעסט יעצט ביים התחלה.

איש את רעהו" מצדי קען ער ווייטער בלאזן אין די זעלבער ריכטונג. נאר איך האב איין בקשה. אז הרב ש.ב. מרגליות המכונה שמואל שלמה טעללער זאלל שוין שרייבן א ביסל נארמאלער. איך ווארט שוין בכליון עיניים צו ליינען איין קאלום וועלכעס זאלל מיר פארציילן א חידוש. איך זאלל ליינען עפעס א נייע זאך. נישט זיינע אלטע, אויסגעדראשענע שטותים והבלים וואס נאכ'ן ליינען די ערשטע 2 שורות ווייסטו שוין וואס די מסקנא גייט זיין...! ער דארף געדענקען אז ער איז נישט קיין קינדערגארטן מלמד און ער רעדט צו 5 יעריגע יונגעלעך...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20419
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

I'm back האט געשריבן:וועלן די בריוו שיקער ווייטער שיקן בריוון?

יא. די זעלבע כעלעמער אידן וועלכע זיצן א גאנצן טאג און קלאצן אוועק און ווערן משוגע פאר ליידיגיין וועללן ווייטער שרייבן. און אויב נישט קען דער רעדאקטאר פון דער בלאט מיט זיין סטעף פון ישיבה בחורים גאנץ פיין אויפמאכן בריוון מיט דיאלאגן וועלכע וואלטן געקענט געשריבן ווערן און פארקומען. און בשעת הדחק גדול קענמען גנבנ'ען א בריוו אדער 2 פון קאווע שטיבל. כבר היה לעולמים...!
באניצער אוואטאר
שושן פורים
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 816
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2013 12:11 am
האט שוין געלייקט: 500 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1005 מאל

שליחה דורך שושן פורים »

אלטס א שטארקע סימפאטיקער צו צד מהרז"ל (כאטש בעצם א דרויסנדיגע נייטראלער כמנהגינו פה קאווע שטיבל והגלילות) בינעך זיך גענצליך משתתף בשמחת חברינו [tag]גאלד[/tag] נירו יאיר ויזרח כשמש בצהריים, א שמחה ביי אייך איז א שמחה פאר אונז אלע.

די סטעפ איז זיכער א מאוו אין די ריכטיגע דירעקציע, עניטינג אדער ווי דער ביליגע טעבלויד שרייבער ווידער איז גוט, פון דעם ווייס האבעך קיינמאל געהערט באט העי!! יו גאטע גיוו דע גיי עי טשענס.
דער חסיד פארן מאדערן ארטאדאקס איז פונקט ווי דער לב טהור פארן חסיד ודו'ק
איסר האטלקי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2265
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 955 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1361 מאל

שליחה דורך איסר האטלקי »

איז דא א קראנטע מקור צום נייעם בלאט?
כפי ידיעתי האלט מען נאך נישט ביים אריבערמישן דאס בלאט מיט שמואל'ן אזוי שנעל.
יעלה ויבא
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 296
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 19, 2014 8:51 pm
האט שוין געלייקט: 1997 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 300 מאל

שליחה דורך יעלה ויבא »

C/P

איך וועל פרובירן אראפצוגעבן אן אביעקטיווע כראנאלאגיע איבער דעם גאנצן "דער בלאט" סומאטוכע וואס שפילט זיך אויס די טעג אין אונזערע לאגערן. כ'בעט אבער בכל לשון של בקשה ס'זאל פון דעם גרופ נישט ארויסגיין. לאמיר נישט פארגעסן די זאליס האבן אונז אייניג פיינט אפגעזען פון די תוצאות וואס וועט זיך דא אויסקאכן, אלזא איז איבריג צו זאגן אז מיטן ארומשיקן און עס זאל אנקומען צו אומגעוואונטשענע הענט שיסט מען זיך אליינס אין די פוס.

אנגעהויבן האט זיך עס דאנערשטאג צופרי ווען עס איז אויף וואטסעפפ אנגעקומען דער פראנט פעידזש פונעם בלאט. אלע פון אונז זענען געווען זיכער אז דאס איז א פאלשער בלאט פאבריצירט דורך אפאר ליצים (פרענק). עס האט אבער נישט לאנג גענומען און א פייער האט אנגעהויבן ברענען. כ'קען זאגן כ'דענק נישט פריער אמאל די זאליס זאלן האבן אזא פרייליכן דאנערשטאג, נאך די פרייליכע וואך וואס זיי האבן געהאט בכלליות.

אינפארמירט דעם רבי'ן איבער דעם בלאט האט מתתי' דייטש. און כדרכו האט ער נישט אפגעשוינט קיין שמוץ ווערטער אויף די מנהלי הבלאט אז זיי האבן עס געטון בדווקא צו מצער זיין דעם רבי'ן, און די סארט נאן סענס.

אויך איז צוגעקומען דער פאקט אז ווען מ'האט זיך אנגעהויבן פאראינטערעסירן וואס איז טאקע פשט פונעם בלאט קאווער האבן די ארויסגעבער נישט געהאט קיין נארמאלע תירוץ וואס דאס האט געדארפט מיינען, און וואס זיי האבן געוואלט עקאמפלישאן.

עס האט יעדער ביי אונז פארשטאנען אז די פרשה גייט נישט און קען נישט בשתיקה אדורכגיין. מיר זענען געווארן ללעג ולקלס פאר די גאנצע וועלט. מיר האבן געטראגן א פנים פון אומערצויגענע חיות אן א שום גאנג. פאריגע וואך איז געווען א קהל'ס צעטיל *אין אנו משתתפים* צוליב כבוד הרבנים און א קנאפע וואך שפעטער האלט עס שוין ביים שיקן בריוו פאר די אלע ראשי ישיבות.

צוריק צום רבי'ן. דער רבי איז געווען אויס מענטש פון דעם קאווער. עס האבן נישט געפעלט קיין הולכי רכיל וואס זאלן אויסנוצן די מינוטן צו העצן דעם רבי'ן אויף שמואל ווידער און אלימלך דייטש. מ'האט ארויסגענומען פון קלאזעט אלע אלטע טאלקינג פוינטס וואס משה גבאי און אליעזר קעסטנבוים האבן נאך גענוצט ביים ברך משה אים צו אנדרייען קעגן רבי'ן און אונזערע ראשי קהילה בשעתו. דער רבי איז געווען געפערליך צעשאקעלט און זיך ניטאמאל געקענט צוזאמקלויבן צום דאווענען. למעשה איז חיים שלמה פישער אנגעקומען און מ'האט אפגעשמועסט אז קהל גייט ארויסגעבן א צעטיל צו פארדאמען דעם בלאט און ארויסשרייבן אז דער בלאט איז א פריוואטע ביזנעס וואס האט מיט קהל גארנישט און אונזער שיטה איז בהחלט אנטקעגן סיי וועלכע סארט מעשי פראות. אונטער נארמאלע אומשטענדן וואלט זיך די פרשה דא געדארפט ענדיגן, העכסטענס מיט א התנצלות פון שמואל און אלימלך (וואס איז סייווי געקומען פרייטאג), און קעיס קלאוזד.

למעשה איז אונזער קאמפאני ליידער ביטער געשלאגן מיט עטליכע בריונים און טראבל מעיקערס וואס וועלן אייביג זוכן צו אנדרייען חורבנות אפילו ווען ס'איז נישט דא פארוואס, כש"כ ווען עס איז דא אויף וואס זיך צו אנכאפן. (כ'האב מיך פארגענומען נישט צו שרייבן קיין נעמען, חוץ פון די הויפט שפילערס כמובן. אבער יעדער קען לכאורה מיט איין טעלעפאן קאל געוואויר ווערן ווער די חברה זענען.)

עס איז געווארן א מצב אז פון איין זייט האבן זיך געשטעלט חברה וואס האבן נאר געוואלט בלוט, מ'זאל זיך אין שמואל און אין אלימלך נוקם זיין, כ'גיי נישט יעצט אריין אין די רשעות וואס ליגט אונטער די חברה, עס איז אבער קיין ספק אז קיינער פון זיי קומען נישט צו לקרסולי רגלם פון שמואל און אלימלך, צוויי אידן וועם מיר האבן צו פארדאנקען אונזער עקזיסטענץ עד היום הזה. אבער די חברה האבן גע'טענה'ט און אויך אנגעדרייט דעם רבי'ן אז יעצט איז די צייט פטור צו ווערן פון שמואל, רייטנדיג אויפן רבינ'ס שוואכקייט פון פרשת יצחק רז"ב מקום קבורה, ואכמ"ל.

לעומת זה האבן זיך געיאוועט א גרופע רשעים ארום שמואל און אים אנגעדרייט אז ער מוז יעצט פייטן פאר זיין לעבן, און געריטן אויף זיינע פערזענליכע שוואכקייטן (וד"ל) אז ער זאל זיך נישט לאזן יעצט באגראבן פון דורשי ומבקשי דמו ורעתו.

געבליבן ביים רבי'ן נאך א קורצע באראטונג אין ישיבה איז, אז מ'וועט ארויסגעבן א בריוו אונטערגעשריבן דורך די ראשי קהילה צו פארדאמען דעם בלאט. דער צעטיל איז עפעס אזוי פראוויזאריש אויפגעהאנגען געווארן אין בית המדרש אויף הופפער (בעיקר פארן וואטסעפפ בילד וואס איז דא געווען אויפן גרופ...), און אין קרית יואל איז עס בכלל נישט געהאנגען געווארן. (טעות נומער איינס פון די שמואל ווידער חברה. זיי וואלטן געדארפט פייטן אז דער צעטיל זאל יא זיין אומעטום אויפגעהאנגען און אזוי ארום מעביר זיין דעם חרון אף.) ביני לביני האט דער רבי געזאגט פאר עטליכע אידן אז ער שפירט נישט גוט און וויל צוליב דעם נישט אריינפארן אין וויליאמסבורג. עס איז ביי מיר קיין ספק אז דער בלאט פרשה האט נישט צוגעגעבן געזונט צום רבי'ן.

דא איז אונטערגעקומען א פרישע אנטוויקלונג. ווי דערמאנט האט דאך שמואל ווידער אויך א קליקע רשעים ארום זיך, און די חברה האבן אנגעדרייט שמואל ביז די נאז, אזוי ווייט אז ויצא העגל הזה: עס איז ארויסגעקומען דער ביטערע דריי-זייטענדיגער פאשקעוויל אונטערן לעדערהעד פון בלאט, וואו מ'האט שטארק מיאוס ארונטערגעריסן דעם רבי'ן פארן זיך נישט צושטעלן צום בארקלעיס פראטעסט, און דאס ארומגעשיקט פאר די גאנצע וועלט פון וואס עס איז ארויסגעקומען א בזיון נאך אפשר גרעסער פונעם בלאט קאווער.

פארשטייט זיך אז מ'האט צום ערשט חושד געווען די זאליס אין דאס ארויסגעבן, אבער מביני דבר האבן גלייך געוואוסט צו זאגן אז דאס איז געצילט אין פינטל און עס מוז זיין אן *אינסייד דזשאב*. דערויף האט זיך דער פייער ווידער צופלאמט און ס'האט ווייטער אנגעהויבן גיין הויעכע טענער. איז געבליבן (ביים מיטונג צווישן חש"פ מטעם רבינו און שש"ט מטעם מיילעך) אז מיילעך דייטש גייט ארויסגעבן אליינס א התנצלות און גלייכצייטיג אויך אראפרייסן דעם פאשקעוויל (א שטארקע טעות מצד חש"פ, ווייל דאס האט אנגענצינדן רויטע לעמפלעך ביי סתם מענטשן אז דער פאשקעוויל מיטן בלאט'ס נאמען איז עפעס מער ווי א זאלי ווערק).

אזוי איז אריבער שבת, און אנשטאט צו בארואיגן די געמיטער האבן די העצערס פון ביידע זייטן געארבעט אויף אווערטיים. שמואל זעלבסט האט געפירט א קופקע אין שול און צוזאמגערעדט כל דבר אסור על השם ועל משיחו. מתתי' דייטש לעומת זה מיט זיינע קראוניס האבן געשאסן הייסע לאווע אז דער שמואל איז נאך די לעצטע נגע פון וועם מ'ברויך פטור ווערן (נאך יצחק רז"ב, יודא רז"ב, נפתלי משה אינדיג וכו' וכו') און בלויז נאכדעם וועט די קאמפאני צוריקגעשטעלט ווערן אויף די פוס.

מוצ"ש איז צום רבי'ן אנגעקומען די ידיעה מיט ערשט-האנטיגע באווייז אז נישט קיין צווייטער ווי שמואל ווידער שטייט אונטער דעם פרייטאג'דיגן פאשקעוויל. כ'דארף אייך נישט זאגן דעם רבינ'ס מצב נאכן הערן דעם ידיעה. אינדערצווישן איז מיילעך געוואויר געווארן אז דער רבי ברענט איז ער אריבערגעקומען מדעת עצמו צום רבי'ן. דער רבי האט אים געזאגט אז שמואל מוז גיין און דאס איז ענדגילטיג. טאמער נישט, וועט ער נישט קענען אפהאלטן די ראשי קהילה וואס זאגן אז זיי זענען גרייט צו עפענען א נייעם צייטונג. מיילעך האט אנגעהויבן זאגן אז מצדו איז ער גרייט צו שיקן שמואל און אויפנעמען א צווייטן במקומו, ער האלט אבער נישט ביים צאלן צוויי מענטשן וועידזשעס (ס'איז דאך א דבר פשוט אז די ערשטע שטיק צייט מוז מען נאך צאלן פאר שמואל, ריגארדלעס). איז געבליבן אז דעם חלק מוז מען נאך אויסארבעטן.

זונטאג האט דער רבי גערופן די ראשי קהילה זאגן אז ס'איז אויס מיטינג אויף ביינאכט ווייל מ'ארבעט שוין אויף א תיקון. מאנטאג נאכט האט שמואל אפיציעל באקומען דעם שטויס ארויס פון בלאט, טראץ וואס זיינע חברה האבן געפייט א גאנצן טאג ביים רבי'ן אז מ׳קען און מ'טאר אים פון בלאט נישט ווארפן, העכסטענס שטעלן איינעם העכער אים. למעשה האט דער רבי באשלאסן מאנטאג אז ער וויל מער פון שמואל נישט הערן און שפעט ביינאכט זענען געזעצן מיילך מיט חש"פ און באשלאסן אז מ'נעמט משה יואל ווייס פאר רעדאקטער און שמואל פליעט.

עד כאן וואס איך ווייס קראנט און וואס איך האב קאנפירמד אויף הונדערט פראצענט.
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

איך ווייס נישט וואס מ'זאגט אז רבי'ס לעבן א שוואוילטאג. איך האב א קאפוויי אין אלע מיין גלידער נאר פון ליינען די געשיכטע, שטעל זיך פאר די צרות פון רבי'ן אליינס?

יעצט שטעלט זיך די פראגע, פארוואס איז איהם אזוי וויכטיג צו זיין רבי, מיט די אלע צרות? ס'קען נאר זיין לש"ש.

און דאס ברענגט א דריטע קשיא.........
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
סאדאם חוסעין
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 57
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 08, 2015 12:56 pm
האט שוין געלייקט: 35 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 19 מאל

שליחה דורך סאדאם חוסעין »

יעלה ויבא האט געשריבן:C/P

איך וועל פרובירן אראפצוגעבן אן אביעקטיווע כראנאלאגיע איבער דעם גאנצן "דער בלאט" סומאטוכע וואס שפילט זיך אויס די טעג אין אונזערע לאגערן. כ'בעט אבער בכל לשון של בקשה ס'זאל פון דעם גרופ נישט ארויסגיין. לאמיר נישט פארגעסן די זאליס האבן אונז אייניג פיינט אפגעזען פון די תוצאות וואס וועט זיך דא אויסקאכן, אלזא איז איבריג צו זאגן אז מיטן ארומשיקן און עס זאל אנקומען צו אומגעוואונטשענע הענט שיסט מען זיך אליינס אין די פוס.

אנגעהויבן האט זיך עס דאנערשטאג צופרי ווען עס איז אויף וואטסעפפ אנגעקומען דער פראנט פעידזש פונעם בלאט. אלע פון אונז זענען געווען זיכער אז דאס איז א פאלשער בלאט פאבריצירט דורך אפאר ליצים (פרענק). עס האט אבער נישט לאנג גענומען און א פייער האט אנגעהויבן ברענען. כ'קען זאגן כ'דענק נישט פריער אמאל די זאליס זאלן האבן אזא פרייליכן דאנערשטאג, נאך די פרייליכע וואך וואס זיי האבן געהאט בכלליות.

אינפארמירט דעם רבי'ן איבער דעם בלאט האט מתתי' דייטש. און כדרכו האט ער נישט אפגעשוינט קיין שמוץ ווערטער אויף די מנהלי הבלאט אז זיי האבן עס געטון בדווקא צו מצער זיין דעם רבי'ן, און די סארט נאן סענס.

אויך איז צוגעקומען דער פאקט אז ווען מ'האט זיך אנגעהויבן פאראינטערעסירן וואס איז טאקע פשט פונעם בלאט קאווער האבן די ארויסגעבער נישט געהאט קיין נארמאלע תירוץ וואס דאס האט געדארפט מיינען, און וואס זיי האבן געוואלט עקאמפלישאן.

עס האט יעדער ביי אונז פארשטאנען אז די פרשה גייט נישט און קען נישט בשתיקה אדורכגיין. מיר זענען געווארן ללעג ולקלס פאר די גאנצע וועלט. מיר האבן געטראגן א פנים פון אומערצויגענע חיות אן א שום גאנג. פאריגע וואך איז געווען א קהל'ס צעטיל *אין אנו משתתפים* צוליב כבוד הרבנים און א קנאפע וואך שפעטער האלט עס שוין ביים שיקן בריוו פאר די אלע ראשי ישיבות.

צוריק צום רבי'ן. דער רבי איז געווען אויס מענטש פון דעם קאווער. עס האבן נישט געפעלט קיין הולכי רכיל וואס זאלן אויסנוצן די מינוטן צו העצן דעם רבי'ן אויף שמואל ווידער און אלימלך דייטש. מ'האט ארויסגענומען פון קלאזעט אלע אלטע טאלקינג פוינטס וואס משה גבאי און אליעזר קעסטנבוים האבן נאך גענוצט ביים ברך משה אים צו אנדרייען קעגן רבי'ן און אונזערע ראשי קהילה בשעתו. דער רבי איז געווען געפערליך צעשאקעלט און זיך ניטאמאל געקענט צוזאמקלויבן צום דאווענען. למעשה איז חיים שלמה פישער אנגעקומען און מ'האט אפגעשמועסט אז קהל גייט ארויסגעבן א צעטיל צו פארדאמען דעם בלאט און ארויסשרייבן אז דער בלאט איז א פריוואטע ביזנעס וואס האט מיט קהל גארנישט און אונזער שיטה איז בהחלט אנטקעגן סיי וועלכע סארט מעשי פראות. אונטער נארמאלע אומשטענדן וואלט זיך די פרשה דא געדארפט ענדיגן, העכסטענס מיט א התנצלות פון שמואל און אלימלך (וואס איז סייווי געקומען פרייטאג), און קעיס קלאוזד.

למעשה איז אונזער קאמפאני ליידער ביטער געשלאגן מיט עטליכע בריונים און טראבל מעיקערס וואס וועלן אייביג זוכן צו אנדרייען חורבנות אפילו ווען ס'איז נישט דא פארוואס, כש"כ ווען עס איז דא אויף וואס זיך צו אנכאפן. (כ'האב מיך פארגענומען נישט צו שרייבן קיין נעמען, חוץ פון די הויפט שפילערס כמובן. אבער יעדער קען לכאורה מיט איין טעלעפאן קאל געוואויר ווערן ווער די חברה זענען.)

עס איז געווארן א מצב אז פון איין זייט האבן זיך געשטעלט חברה וואס האבן נאר געוואלט בלוט, מ'זאל זיך אין שמואל און אין אלימלך נוקם זיין, כ'גיי נישט יעצט אריין אין די רשעות וואס ליגט אונטער די חברה, עס איז אבער קיין ספק אז קיינער פון זיי קומען נישט צו לקרסולי רגלם פון שמואל און אלימלך, צוויי אידן וועם מיר האבן צו פארדאנקען אונזער עקזיסטענץ עד היום הזה. אבער די חברה האבן גע'טענה'ט און אויך אנגעדרייט דעם רבי'ן אז יעצט איז די צייט פטור צו ווערן פון שמואל, רייטנדיג אויפן רבינ'ס שוואכקייט פון פרשת יצחק רז"ב מקום קבורה, ואכמ"ל.

לעומת זה האבן זיך געיאוועט א גרופע רשעים ארום שמואל און אים אנגעדרייט אז ער מוז יעצט פייטן פאר זיין לעבן, און געריטן אויף זיינע פערזענליכע שוואכקייטן (וד"ל) אז ער זאל זיך נישט לאזן יעצט באגראבן פון דורשי ומבקשי דמו ורעתו.

געבליבן ביים רבי'ן נאך א קורצע באראטונג אין ישיבה איז, אז מ'וועט ארויסגעבן א בריוו אונטערגעשריבן דורך די ראשי קהילה צו פארדאמען דעם בלאט. דער צעטיל איז עפעס אזוי פראוויזאריש אויפגעהאנגען געווארן אין בית המדרש אויף הופפער (בעיקר פארן וואטסעפפ בילד וואס איז דא געווען אויפן גרופ...), און אין קרית יואל איז עס בכלל נישט געהאנגען געווארן. (טעות נומער איינס פון די שמואל ווידער חברה. זיי וואלטן געדארפט פייטן אז דער צעטיל זאל יא זיין אומעטום אויפגעהאנגען און אזוי ארום מעביר זיין דעם חרון אף.) ביני לביני האט דער רבי געזאגט פאר עטליכע אידן אז ער שפירט נישט גוט און וויל צוליב דעם נישט אריינפארן אין וויליאמסבורג. עס איז ביי מיר קיין ספק אז דער בלאט פרשה האט נישט צוגעגעבן געזונט צום רבי'ן.

דא איז אונטערגעקומען א פרישע אנטוויקלונג. ווי דערמאנט האט דאך שמואל ווידער אויך א קליקע רשעים ארום זיך, און די חברה האבן אנגעדרייט שמואל ביז די נאז, אזוי ווייט אז ויצא העגל הזה: עס איז ארויסגעקומען דער ביטערע דריי-זייטענדיגער פאשקעוויל אונטערן לעדערהעד פון בלאט, וואו מ'האט שטארק מיאוס ארונטערגעריסן דעם רבי'ן פארן זיך נישט צושטעלן צום בארקלעיס פראטעסט, און דאס ארומגעשיקט פאר די גאנצע וועלט פון וואס עס איז ארויסגעקומען א בזיון נאך אפשר גרעסער פונעם בלאט קאווער.

פארשטייט זיך אז מ'האט צום ערשט חושד געווען די זאליס אין דאס ארויסגעבן, אבער מביני דבר האבן גלייך געוואוסט צו זאגן אז דאס איז געצילט אין פינטל און עס מוז זיין אן *אינסייד דזשאב*. דערויף האט זיך דער פייער ווידער צופלאמט און ס'האט ווייטער אנגעהויבן גיין הויעכע טענער. איז געבליבן (ביים מיטונג צווישן חש"פ מטעם רבינו און שש"ט מטעם מיילעך) אז מיילעך דייטש גייט ארויסגעבן אליינס א התנצלות און גלייכצייטיג אויך אראפרייסן דעם פאשקעוויל (א שטארקע טעות מצד חש"פ, ווייל דאס האט אנגענצינדן רויטע לעמפלעך ביי סתם מענטשן אז דער פאשקעוויל מיטן בלאט'ס נאמען איז עפעס מער ווי א זאלי ווערק).

אזוי איז אריבער שבת, און אנשטאט צו בארואיגן די געמיטער האבן די העצערס פון ביידע זייטן געארבעט אויף אווערטיים. שמואל זעלבסט האט געפירט א קופקע אין שול און צוזאמגערעדט כל דבר אסור על השם ועל משיחו. מתתי' דייטש לעומת זה מיט זיינע קראוניס האבן געשאסן הייסע לאווע אז דער שמואל איז נאך די לעצטע נגע פון וועם מ'ברויך פטור ווערן (נאך יצחק רז"ב, יודא רז"ב, נפתלי משה אינדיג וכו' וכו') און בלויז נאכדעם וועט די קאמפאני צוריקגעשטעלט ווערן אויף די פוס.

מוצ"ש איז צום רבי'ן אנגעקומען די ידיעה מיט ערשט-האנטיגע באווייז אז נישט קיין צווייטער ווי שמואל ווידער שטייט אונטער דעם פרייטאג'דיגן פאשקעוויל. כ'דארף אייך נישט זאגן דעם רבינ'ס מצב נאכן הערן דעם ידיעה. אינדערצווישן איז מיילעך געוואויר געווארן אז דער רבי ברענט איז ער אריבערגעקומען מדעת עצמו צום רבי'ן. דער רבי האט אים געזאגט אז שמואל מוז גיין און דאס איז ענדגילטיג. טאמער נישט, וועט ער נישט קענען אפהאלטן די ראשי קהילה וואס זאגן אז זיי זענען גרייט צו עפענען א נייעם צייטונג. מיילעך האט אנגעהויבן זאגן אז מצדו איז ער גרייט צו שיקן שמואל און אויפנעמען א צווייטן במקומו, ער האלט אבער נישט ביים צאלן צוויי מענטשן וועידזשעס (ס'איז דאך א דבר פשוט אז די ערשטע שטיק צייט מוז מען נאך צאלן פאר שמואל, ריגארדלעס). איז געבליבן אז דעם חלק מוז מען נאך אויסארבעטן.

זונטאג האט דער רבי גערופן די ראשי קהילה זאגן אז ס'איז אויס מיטינג אויף ביינאכט ווייל מ'ארבעט שוין אויף א תיקון. מאנטאג נאכט האט שמואל אפיציעל באקומען דעם שטויס ארויס פון בלאט, טראץ וואס זיינע חברה האבן געפייט א גאנצן טאג ביים רבי'ן אז מ׳קען און מ'טאר אים פון בלאט נישט ווארפן, העכסטענס שטעלן איינעם העכער אים. למעשה האט דער רבי באשלאסן מאנטאג אז ער וויל מער פון שמואל נישט הערן און שפעט ביינאכט זענען געזעצן מיילך מיט חש"פ און באשלאסן אז מ'נעמט משה יואל ווייס פאר רעדאקטער און שמואל פליעט.

עד כאן וואס איך ווייס קראנט און וואס איך האב קאנפירמד אויף הונדערט פראצענט.

איך ווייס נישט ווי קראנט דו ווייסט אבער געוויסע זאכן זענען זיכער שקר הידוע לכל, א שטייגער ווי אז אין קרית יואל האט נישט געהאנגען קיין צעטיל און די צייט וואס די בהמ"ד איז געווען גוט באקלעבט ממיט עס אין יעדער האט עס געען, און נאך אזעלכע זאכן סא פראבעבלי איז עס א געבאקענע בריוו
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

זיס ווי צוקער
גאנצל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3150
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 414 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1056 מאל

שליחה דורך גאנצל »

סאו ווער איז דער קאפי פעיסט שמואל אליין אדער זיין גרופע מתתי' דייטש אדער זיין גרופע

די ארונים וואלטן זיך געמעגט לערנען פון די זאליס דער ראבי מיט זיין קראקדיל טרערן איפוא רחמים........ האט געברענגט בזיונות ביז'ן הארץ פון הימל אראפגעברענגט די גאנצע כינוס און וואס טוען זיי ער ווערט יעצט די הירואו זיי רופן אים רעדן ער גייט יעצט זיין אין א מדריגה העכער ווי טורטשין מיט אויערבאך............
יעקב מענטש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1127
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 28, 2015 5:40 pm
האט שוין געלייקט: 876 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 935 מאל

שליחה דורך יעקב מענטש »

ס'איז אביסל אינטערסאנט ווי דער צד וואס פלעגט באצייכענען זייערע קעגנער אלץ מואב-מדין שותפות מיט א קאמאן ענעמי, זאל אליינס ליידן פון אינערליכע צושפליטירונג.

איך ווייס נישט צו דער ק/פ איז קראנט (ס'איז גראדע עפעס וואס 'וואלט געקענט זיין אמת'), אבער דאס האב איך שוין געהערט לאנג צוריק פון אן ארוני, אז דער מהר"א וואגן האט צופיל בעלי עגלה וואס שלעפן עס צו אנדערע ריכטונגן, טייל האט צו טוהן מיט רוחניות און א טייל איז פשוט די מי בראש סינדראם.

עניוועי, איי וויש דעם גוד לאק, איך זעה נישט פונקטליך פארוואס/אויף וואס מ'קריגט זיך.
באניצער אוואטאר
signout
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1415
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 2:50 pm
האט שוין געלייקט: 1207 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 271 מאל

שליחה דורך signout »

סאדאם חוסעין האט געשריבן:
יעלה ויבא האט געשריבן:C/P

איך וועל פרובירן אראפצוגעבן אן אביעקטיווע כראנאלאגיע איבער דעם גאנצן "דער בלאט" סומאטוכע וואס שפילט זיך אויס די טעג אין אונזערע לאגערן. כ'בעט אבער בכל לשון של בקשה ס'זאל פון דעם גרופ נישט ארויסגיין. לאמיר נישט פארגעסן די זאליס האבן אונז אייניג פיינט אפגעזען פון די תוצאות וואס וועט זיך דא אויסקאכן, אלזא איז איבריג צו זאגן אז מיטן ארומשיקן און עס זאל אנקומען צו אומגעוואונטשענע הענט שיסט מען זיך אליינס אין די פוס.

אנגעהויבן האט זיך עס דאנערשטאג צופרי ווען עס איז אויף וואטסעפפ אנגעקומען דער פראנט פעידזש פונעם בלאט. אלע פון אונז זענען געווען זיכער אז דאס איז א פאלשער בלאט פאבריצירט דורך אפאר ליצים (פרענק). עס האט אבער נישט לאנג גענומען און א פייער האט אנגעהויבן ברענען. כ'קען זאגן כ'דענק נישט פריער אמאל די זאליס זאלן האבן אזא פרייליכן דאנערשטאג, נאך די פרייליכע וואך וואס זיי האבן געהאט בכלליות.

אינפארמירט דעם רבי'ן איבער דעם בלאט האט מתתי' דייטש. און כדרכו האט ער נישט אפגעשוינט קיין שמוץ ווערטער אויף די מנהלי הבלאט אז זיי האבן עס געטון בדווקא צו מצער זיין דעם רבי'ן, און די סארט נאן סענס.

אויך איז צוגעקומען דער פאקט אז ווען מ'האט זיך אנגעהויבן פאראינטערעסירן וואס איז טאקע פשט פונעם בלאט קאווער האבן די ארויסגעבער נישט געהאט קיין נארמאלע תירוץ וואס דאס האט געדארפט מיינען, און וואס זיי האבן געוואלט עקאמפלישאן.

עס האט יעדער ביי אונז פארשטאנען אז די פרשה גייט נישט און קען נישט בשתיקה אדורכגיין. מיר זענען געווארן ללעג ולקלס פאר די גאנצע וועלט. מיר האבן געטראגן א פנים פון אומערצויגענע חיות אן א שום גאנג. פאריגע וואך איז געווען א קהל'ס צעטיל *אין אנו משתתפים* צוליב כבוד הרבנים און א קנאפע וואך שפעטער האלט עס שוין ביים שיקן בריוו פאר די אלע ראשי ישיבות.

צוריק צום רבי'ן. דער רבי איז געווען אויס מענטש פון דעם קאווער. עס האבן נישט געפעלט קיין הולכי רכיל וואס זאלן אויסנוצן די מינוטן צו העצן דעם רבי'ן אויף שמואל ווידער און אלימלך דייטש. מ'האט ארויסגענומען פון קלאזעט אלע אלטע טאלקינג פוינטס וואס משה גבאי און אליעזר קעסטנבוים האבן נאך גענוצט ביים ברך משה אים צו אנדרייען קעגן רבי'ן און אונזערע ראשי קהילה בשעתו. דער רבי איז געווען געפערליך צעשאקעלט און זיך ניטאמאל געקענט צוזאמקלויבן צום דאווענען. למעשה איז חיים שלמה פישער אנגעקומען און מ'האט אפגעשמועסט אז קהל גייט ארויסגעבן א צעטיל צו פארדאמען דעם בלאט און ארויסשרייבן אז דער בלאט איז א פריוואטע ביזנעס וואס האט מיט קהל גארנישט און אונזער שיטה איז בהחלט אנטקעגן סיי וועלכע סארט מעשי פראות. אונטער נארמאלע אומשטענדן וואלט זיך די פרשה דא געדארפט ענדיגן, העכסטענס מיט א התנצלות פון שמואל און אלימלך (וואס איז סייווי געקומען פרייטאג), און קעיס קלאוזד.

למעשה איז אונזער קאמפאני ליידער ביטער געשלאגן מיט עטליכע בריונים און טראבל מעיקערס וואס וועלן אייביג זוכן צו אנדרייען חורבנות אפילו ווען ס'איז נישט דא פארוואס, כש"כ ווען עס איז דא אויף וואס זיך צו אנכאפן. (כ'האב מיך פארגענומען נישט צו שרייבן קיין נעמען, חוץ פון די הויפט שפילערס כמובן. אבער יעדער קען לכאורה מיט איין טעלעפאן קאל געוואויר ווערן ווער די חברה זענען.)

עס איז געווארן א מצב אז פון איין זייט האבן זיך געשטעלט חברה וואס האבן נאר געוואלט בלוט, מ'זאל זיך אין שמואל און אין אלימלך נוקם זיין, כ'גיי נישט יעצט אריין אין די רשעות וואס ליגט אונטער די חברה, עס איז אבער קיין ספק אז קיינער פון זיי קומען נישט צו לקרסולי רגלם פון שמואל און אלימלך, צוויי אידן וועם מיר האבן צו פארדאנקען אונזער עקזיסטענץ עד היום הזה. אבער די חברה האבן גע'טענה'ט און אויך אנגעדרייט דעם רבי'ן אז יעצט איז די צייט פטור צו ווערן פון שמואל, רייטנדיג אויפן רבינ'ס שוואכקייט פון פרשת יצחק רז"ב מקום קבורה, ואכמ"ל.

לעומת זה האבן זיך געיאוועט א גרופע רשעים ארום שמואל און אים אנגעדרייט אז ער מוז יעצט פייטן פאר זיין לעבן, און געריטן אויף זיינע פערזענליכע שוואכקייטן (וד"ל) אז ער זאל זיך נישט לאזן יעצט באגראבן פון דורשי ומבקשי דמו ורעתו.

געבליבן ביים רבי'ן נאך א קורצע באראטונג אין ישיבה איז, אז מ'וועט ארויסגעבן א בריוו אונטערגעשריבן דורך די ראשי קהילה צו פארדאמען דעם בלאט. דער צעטיל איז עפעס אזוי פראוויזאריש אויפגעהאנגען געווארן אין בית המדרש אויף הופפער (בעיקר פארן וואטסעפפ בילד וואס איז דא געווען אויפן גרופ...), און אין קרית יואל איז עס בכלל נישט געהאנגען געווארן. (טעות נומער איינס פון די שמואל ווידער חברה. זיי וואלטן געדארפט פייטן אז דער צעטיל זאל יא זיין אומעטום אויפגעהאנגען און אזוי ארום מעביר זיין דעם חרון אף.) ביני לביני האט דער רבי געזאגט פאר עטליכע אידן אז ער שפירט נישט גוט און וויל צוליב דעם נישט אריינפארן אין וויליאמסבורג. עס איז ביי מיר קיין ספק אז דער בלאט פרשה האט נישט צוגעגעבן געזונט צום רבי'ן.

דא איז אונטערגעקומען א פרישע אנטוויקלונג. ווי דערמאנט האט דאך שמואל ווידער אויך א קליקע רשעים ארום זיך, און די חברה האבן אנגעדרייט שמואל ביז די נאז, אזוי ווייט אז ויצא העגל הזה: עס איז ארויסגעקומען דער ביטערע דריי-זייטענדיגער פאשקעוויל אונטערן לעדערהעד פון בלאט, וואו מ'האט שטארק מיאוס ארונטערגעריסן דעם רבי'ן פארן זיך נישט צושטעלן צום בארקלעיס פראטעסט, און דאס ארומגעשיקט פאר די גאנצע וועלט פון וואס עס איז ארויסגעקומען א בזיון נאך אפשר גרעסער פונעם בלאט קאווער.

פארשטייט זיך אז מ'האט צום ערשט חושד געווען די זאליס אין דאס ארויסגעבן, אבער מביני דבר האבן גלייך געוואוסט צו זאגן אז דאס איז געצילט אין פינטל און עס מוז זיין אן *אינסייד דזשאב*. דערויף האט זיך דער פייער ווידער צופלאמט און ס'האט ווייטער אנגעהויבן גיין הויעכע טענער. איז געבליבן (ביים מיטונג צווישן חש"פ מטעם רבינו און שש"ט מטעם מיילעך) אז מיילעך דייטש גייט ארויסגעבן אליינס א התנצלות און גלייכצייטיג אויך אראפרייסן דעם פאשקעוויל (א שטארקע טעות מצד חש"פ, ווייל דאס האט אנגענצינדן רויטע לעמפלעך ביי סתם מענטשן אז דער פאשקעוויל מיטן בלאט'ס נאמען איז עפעס מער ווי א זאלי ווערק).

אזוי איז אריבער שבת, און אנשטאט צו בארואיגן די געמיטער האבן די העצערס פון ביידע זייטן געארבעט אויף אווערטיים. שמואל זעלבסט האט געפירט א קופקע אין שול און צוזאמגערעדט כל דבר אסור על השם ועל משיחו. מתתי' דייטש לעומת זה מיט זיינע קראוניס האבן געשאסן הייסע לאווע אז דער שמואל איז נאך די לעצטע נגע פון וועם מ'ברויך פטור ווערן (נאך יצחק רז"ב, יודא רז"ב, נפתלי משה אינדיג וכו' וכו') און בלויז נאכדעם וועט די קאמפאני צוריקגעשטעלט ווערן אויף די פוס.

מוצ"ש איז צום רבי'ן אנגעקומען די ידיעה מיט ערשט-האנטיגע באווייז אז נישט קיין צווייטער ווי שמואל ווידער שטייט אונטער דעם פרייטאג'דיגן פאשקעוויל. כ'דארף אייך נישט זאגן דעם רבינ'ס מצב נאכן הערן דעם ידיעה. אינדערצווישן איז מיילעך געוואויר געווארן אז דער רבי ברענט איז ער אריבערגעקומען מדעת עצמו צום רבי'ן. דער רבי האט אים געזאגט אז שמואל מוז גיין און דאס איז ענדגילטיג. טאמער נישט, וועט ער נישט קענען אפהאלטן די ראשי קהילה וואס זאגן אז זיי זענען גרייט צו עפענען א נייעם צייטונג. מיילעך האט אנגעהויבן זאגן אז מצדו איז ער גרייט צו שיקן שמואל און אויפנעמען א צווייטן במקומו, ער האלט אבער נישט ביים צאלן צוויי מענטשן וועידזשעס (ס'איז דאך א דבר פשוט אז די ערשטע שטיק צייט מוז מען נאך צאלן פאר שמואל, ריגארדלעס). איז געבליבן אז דעם חלק מוז מען נאך אויסארבעטן.

זונטאג האט דער רבי גערופן די ראשי קהילה זאגן אז ס'איז אויס מיטינג אויף ביינאכט ווייל מ'ארבעט שוין אויף א תיקון. מאנטאג נאכט האט שמואל אפיציעל באקומען דעם שטויס ארויס פון בלאט, טראץ וואס זיינע חברה האבן געפייט א גאנצן טאג ביים רבי'ן אז מ׳קען און מ'טאר אים פון בלאט נישט ווארפן, העכסטענס שטעלן איינעם העכער אים. למעשה האט דער רבי באשלאסן מאנטאג אז ער וויל מער פון שמואל נישט הערן און שפעט ביינאכט זענען געזעצן מיילך מיט חש"פ און באשלאסן אז מ'נעמט משה יואל ווייס פאר רעדאקטער און שמואל פליעט.

עד כאן וואס איך ווייס קראנט און וואס איך האב קאנפירמד אויף הונדערט פראצענט.

איך ווייס נישט ווי קראנט דו ווייסט אבער געוויסע זאכן זענען זיכער שקר הידוע לכל, א שטייגער ווי אז אין קרית יואל האט נישט געהאנגען קיין צעטיל און די צייט וואס די בהמ"ד איז געווען גוט באקלעבט ממיט עס אין יעדער האט עס געען, און נאך אזעלכע זאכן סא פראבעבלי איז עס א געבאקענע בריוו

די ארטיקעל קומט פין מהרז''ל'ס שרייבער, כ'ווינדער מיך אז נאך אזופיל ספינעריי זענען נאך דא תמימות'דיגע מענטשן וואס כאפען נישט גלייך, אין ס'איז כמובן פיל מיט ליגענטס א שטייגער ווי דער איד/פארמעגליך/באלאנד, והעיקר, אז ווי ס'האלט יעצט האט דער בלאט ''נישט'' ארויסגעווארפן שמואל ווידער נאר מ'האט צוגענומען משה יואל ווייס, ולצד מהרז''ל פתרונים
באניצער אוואטאר
signout
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1415
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 2:50 pm
האט שוין געלייקט: 1207 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 271 מאל

שליחה דורך signout »

וויאזוי עס זאל נישט זיין, זיי זאגען אז משה יואל האט זיך שטארק אריינגעלייגט ארויפצוארבייטן די בלאט אין עס ארויפברענגן אויף די ריכטיגע רעלסן, כ'בין נייגעריג אויב ער וועט למעשה האבען די לעצטע ווארט,
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

איך זעה נישט פארוואס סיינאוט לייגט ארויף יעדע שמוץ וואס קומט פאר אין זיין קהילה אויף די צד שכנגד.

עס איז קלאר די רייבערייען אינערהאלב די קהילה וואס האט זיך נאר פארשטערקערט זינט ר' יצחק רז''ב האט זיך געזעגנט.

עס איז אויך קלאר אז שמואל ווידער ווי זיין געוועזענע שותף שלום לנדא האבן מיט די רבי גארנישט איינגעלייגט זיי האלטן נישט פון עם קיין כי הוא זה.
גאנצל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3150
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 414 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1056 מאל

שליחה דורך גאנצל »

וואס נאך איז קלאר ?...........
פארשפארט