בלאט 1 פון 3

ווער קען מער לערנען? קוועסטשען מארק תרתי משמע בל' בתמיה

נשלח: דאנערשטאג יוני 22, 2017 1:06 am
דורך ליפא
נארישע שאלה סארי. אבער אין אן אנדערע אשכול טוטזיך אזא טענה'ריי אויף צוויי רבנים ווער ס'קען מער לערנען :roll: סוי אפשר קען מען עס אויסשפרייטן און מאכן א שמועס איבער אנדערע אויך און די באנק קוועטשער צווישן אונז וועלן עפעס פארדינען נייע טערמינען נעמען פון ספרים (שו''ת מהרלב''ח? קיינמאל געהערט). סוי לעט די פייטט בעגין. (גארנישט מיט מנחם)

ווער האט געקענט מער לערנען?
טשעבינע רב ז''ל
הרב עובדיה יוסף ז''ל
הרב ש''ך ז''ל
שבט הלוי ז''ל
הרב אלישיב ז''ל
ר''מ פיינשטיין ז''ל
הירשפרונג ז''ל
ר''ח קרייזווירטה ז''ל
חזון איש ז''ל
קלויזענבורג רב ז''ל
ר''י ראטה
סאטמאר רב ז''ל
ר' יונתן שטייף ז''ל
רש''ז אויערבאך ז''ל
ר' מיכל ליפקאוויץ ז''ל
ר''א קאטלער ז''ל
הרב קאפעלמאן ז''ל
ליובאוויטש רבי ז''ל
דאס איז דער טשולענט פאר יעצט

נשלח: דאנערשטאג יוני 22, 2017 1:26 am
דורך קאווע טרינקער
ר' פישעלע

נשלח: דאנערשטאג יוני 22, 2017 1:30 am
דורך קאווע טרינקער
לערנען וואס?
זוהר? ר' דניאל פריש
ליקוטי מוהר"ן? מהוראש שיק
חושן משפט? ר' יעקב בלוי
ויואל משה?

נשלח: דאנערשטאג יוני 22, 2017 1:36 am
דורך ליפא
''כל התורה כולו'' as they say

ש''ס בבלי ירושלמי ד' חלקי שו''ע ספרא מכילתא נגלה נסתר פרד''ס מדרש שוחר טוב?...

נשלח: דאנערשטאג יוני 22, 2017 1:39 am
דורך וואלווי
ר' חיים קאניעבסקי. ער מאכט א סיום אויף אלעס איין מאל א יאר, נישט אזוי זאגט מען?

נשלח: דאנערשטאג יוני 22, 2017 1:40 am
דורך [NAMELESS]
ליפא האט געשריבן:''כל התורה כולו'' as they say

ש''ס בבלי ירושלמי ד' חלקי שו''ע ספרא מכילתא נגלה נסתר פרד''ס מדרש שוחר טוב?

אויך מיר א קונץ... גיי אריין אין היכל הקודש יעדע עווריטש בחור ענדיגט דאס כאטש איין מאל א יאר.

יא! קוק מיר נישט אזוי אן, יעדע האלב נארמאלע בחור ענדיגט דאס לפחות אחת לשנה.

נשלח: דאנערשטאג יוני 22, 2017 1:51 am
דורך [NAMELESS]
קאווע טרינקער האט געשריבן:לערנען וואס?
זוהר? ר' דניאל פריש
ליקוטי מוהר"ן? מהוראש שיק
חושן משפט? ר' יעקב בלוי
ויואל משה?

אשר בנחל - ר' יואל ראטה

נשלח: דאנערשטאג יוני 22, 2017 2:00 am
דורך ליפא
עמעזאן האט געשריבן:
ליפא האט געשריבן:''כל התורה כולו'' as they say

ש''ס בבלי ירושלמי ד' חלקי שו''ע ספרא מכילתא נגלה נסתר פרד''ס מדרש שוחר טוב?

אויך מיר א קונץ... גיי אריין אין היכל הקודש יעדע עווריטש בחור ענדיגט דאס כאטש איין מאל א יאר.

יא! קוק מיר נישט אזוי אן, יעדע האלב נארמאלע בחור ענדיגט דאס לפחות אחת לשנה.

העט מען מוזן איינזעצן אז דער בעל יביע אומר האט חוץ דאס אלעס אויך געקענט חידושי תורה תשט''ז ?

נשלח: דאנערשטאג יוני 22, 2017 4:05 am
דורך berlbalaguleh
ליפא: ווער ביניך דען? בערל בעל עגלה אז איך זאלל זאגן מבינות איבער די גאוני וגדולי ארץ וויפיהל זיי האבן געקענט לערנען. און ווער ס'האט געקענט לערנען מער פון א צווייטן. אבער, איבער (כמעט, אובער) איין פערזענליכקייט וועל איך יא זאגן מיין ארימע מיינונג. הרב פינחס הירשפרונג פון מאנטריאל, קענעדע. איך האב דאס אליינס צוגעזעהן. זיין מנהג איז געווען אז א יעדן אינדערפריה נאך שחרית, ביי וועלכן מנין ער האט געדאוונט, איז א יעדער צוגעקומען און געפרעגט שאלות איבער די גמרא וואו ער האט געהאלטן אין פארשידענע מסכתות פון ש"ס. ער האט פאר א יעדן געענטפערט אין אלע עניינים וואו זיי האבן געהאט א שאלה, אן זיך אפשטעללן אפילו אויף א רגע. דא האט ער גערעדט מיט איינעם אין מסכת שבת...באלד איז ער אריבער רעדן אין מסכת חולין, ערובין, ערכין, וכו'. אן אפשטעללן זיך צו טראכטן אפילו פאר א סעקאנד.גאנץ ש"ס איז ביי איהם געלעגן כאילו מונח בקופסא. אבער ער איז נישט געווען קיין רב הפוסק. און זיינע פסקים זענען ווערד געווען זירא...!

Re: ווער קען מער לערנען? קוועסטשען מארק תרתי משמע בל' בתמיה

נשלח: דאנערשטאג יוני 22, 2017 4:49 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
האסט קיינמאל נישט געהערט פון שו"ת מהרלב"ח? דער וואס איז געווען דער הויפט פיהרער אין דער חידוש הסמיכה מלחמה?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

נשלח: דאנערשטאג יוני 22, 2017 9:58 am
דורך תורה ומדע
פון דיין גאנצע ליסטע שפרי נגעל ארויס צוויי נעמען, דער חזו״א און רבי משה זצל.

נשלח: דאנערשטאג יוני 22, 2017 10:03 am
דורך סמבטיון
וויאזוי איז מעגליך צו ענפערן אזא שאלה? האט דען איינער פארהערט די אלע גאונים?

נשלח: דאנערשטאג יוני 22, 2017 10:32 am
דורך חסיד
יעדער גדול האט אודאי זיין אייגענארטיגקייט אין עיון אדער בקיאות אדער הבנה עמקות וכדומה און עס איז נישט דוקא דא א וועג צו מעסטן גדולים.

אגב הרה"ג הגדול ר' פנחס הירשפרונג זצ"ל איז כידוע געוועהן א גרויסע בקי וחריף און פלעגט שטיפן לומדים צו לערנען און זיין בקי אין וואס מער מקצועות ווי איידער לערנען מעט בעיון.
אמאל האט ער געברענגט די גמרא אמר רבי יוחנן: פליגו בה רבן שמעון בן גמליאל ורבנן. חד אמר: "סיני עדיף", וחד אמר: "עוקר הרים עדיף". רב יוסף - סיני. רבה - עוקר הרים. שלחו לתמן (=לשם, לארץ ישראל), "איזה מהם קודם?". שלחו להו: "סיני עדיף, דאמר מר: הכול צריכין למרי חטיא
האט ער געפרעגט סיני איז דאך א בארג און דער עוקר הרים קען אים אויסרייסן איז פארוואס דער סיני עדיף?
ועפ"י דרכו החריף האט הגר"פ געזאגט: יא יא דער עוקר הרים קען אויסרייסן דעם סיני אבער ער ווייסט פשוט נישט ווי דער סיני געפונט זיך! (שהחריף שאינו בקי אין חריפתו מן המנין)

Re: ווער קען מער לערנען? קוועסטשען מארק תרתי משמע בל' בתמיה

נשלח: דאנערשטאג יוני 22, 2017 10:33 am
דורך קל וחומר
הגר"מ פיינשטיין עולה על כולנא בכח הפסק והוראה.

טשובינער רב, גר"מ פיינשטיין און יביע אומר זענען בערך אויף איין דרגה אין ידיעת התורה (די לעצטיגע ספרים וואס ר"ע האט געקענט אינו מעלה ומוריד).
רמ"פ האט געפסקנט פון גמרא ארויס, געבויט אויף שטארקע יסודות כדוגמת הנודע ביהודה.
טשובינער רב האט געפסקנט ווי גדולי פולין דוגמת המהרש"ם ור"מ אריק.
ר"ע האט געפסקנט לפי כללי הספרדים.

ר"פ הירשפרונג מיט סאטמער רבי זענען בערך די זעלבע אין כח הפלפל וחריפות, ר"פ האט געקענט אלע בעיסיקס אויף אויסעווייניג מיטן לשון. סאטמער רבי לא שמענו. (א שיינער ת"ח איז ער געווען).

שבט הלוי, דברי יציב, רב אלישיב, רש"ז אויערבאך ר' פישעלע זענען בערך אויף די זעלבע לעוועל אין פסק. מסודריגע אחרונים מיט א שטארקן כח ההוראה.

גר"א קוטלער מיטן חזו"א זענען שטארקע אין די ישיבה וועלט (חזו"א אויך אביסל אין הלכה) ר"א קוטלער איז געווען מער פארנומען מיט לומדות בעת די חזו"א האט גוט אויסגעחשבונט דעם סוגיא לויט די ראשונים.

ליובאוויטשער רבי איז געווען א גאון וכעדותו של ר"פ הירשפרונג ור"ש וואזנער.

נשלח: דאנערשטאג יוני 22, 2017 10:35 am
דורך [NAMELESS]
קל וחומר האט געשריבן:הגר"מ פיינשטיין עולה על כולנא בכח הפסק והוראה.

טשובינער רב, גר"מ פיינשטיין און יביע אומר זענען בערך אויף איין דרגה אין ידיעת התורה (די לעצטיגע ספרים וואס ר"ע האט געקענט אינו מעלה ומוריד).
רמ"פ האט געפסקנט פון גמרא ארויס, געבויט אויף שטארקע יסודות כדוגמת הנודע ביהודה.
טשובינער רב האט געפסקנט ווי גדולי פולין דוגמת המהרש"ם ור"מ אריק.
ר"ע האט געפסקנט לפי כללי הספרדים.

ר"פ הירשפרונג מיט סאטמער רבי זענען בערך די זעלבע אין כח הפלפל וחריפות, ר"פ האט געקענט אלע בעיסיקס אויף אויסעווייניג מיטן לשון. סאטמער רבי לא שמענו. (א שיינער ת"ח איז ער געווען).

שבט הלוי, דברי יציב, רב אלישיב, רש"ז אויערבאך ר' פישעלע זענען בערך אויף די זעלבע לעוועל אין פסק. מסודריגע אחרונים מיט א שטארקן כח ההוראה.

גר"א קוטלער מיטן חזו"א זענען שטארקע אין די ישיבה וועלט (חזו"א אויך אביסל אין הלכה) ר"א קוטלער איז געווען מער פארנומען מיט לומדות בעת די חזו"א האט גוט אויסגעחשבונט דעם סוגיא לויט די ראשונים.

ליובאוויטשער רבי איז געווען א גאון וכעדותו של ר"פ הירשפרונג ור"ש וואזנער.

א מין טשולענט געמאכט דא... כמעט קיין איין דמיון קלעבט נישט.

נשלח: דאנערשטאג יוני 22, 2017 10:38 am
דורך [NAMELESS]
סמבטיון האט געשריבן:וויאזוי איז מעגליך צו ענפערן אזא שאלה? האט דען איינער פארהערט די אלע גאונים?

למשל אז ר' משה פיינשטיין'ס חברותא איז מעיד אז יעדע ערענסטע שוועריקייט פלעגט ער עם שיקן פרעגן סאטמר רב, און יעדע מאל האט עם סאטמר רב גענטפערט מיניה וביה כאילו ער טוט יעצט אין די סוגיא.

דאס זאגט אויף די גדלות התורה פון סאטמר רב זצ''ל

Re: ווער קען מער לערנען? קוועסטשען מארק תרתי משמע בל' בתמיה

נשלח: דאנערשטאג יוני 22, 2017 10:38 am
דורך קל וחומר
אדרבה לאז הערן חוות דעתך פונקטליך וואס דו האלטסט איך האב זיך טועה געווען ונברר יחד.

Re: ווער קען מער לערנען? קוועסטשען מארק תרתי משמע בל' בתמיה

נשלח: דאנערשטאג יוני 22, 2017 10:40 am
דורך קל וחומר
עמעזאן האט געשריבן:
סמבטיון האט געשריבן:וויאזוי איז מעגליך צו ענפערן אזא שאלה? האט דען איינער פארהערט די אלע גאונים?

למשל אז ר' משה פיינשטיין'ס חברותא איז מעיד אז יעדע ערענסטע שוועריקייט פלעגט ער עם שיקן פרעגן סאטמר רב, און יעדע מאל האט עם סאטמר רב גענטפערט מיניה וביה כאילו ער טוט יעצט אין די סוגיא.

דאס זאגט אויף די גדלות התורה פון סאטמר רב זצ''ל

ווער איז געווען דער חברותא?
כפי ידיעתי האט ער נישט געהאט קיין חברותא, ער פלעגט געבן שיעורים ביי אים אין כולל תפארת ירושלים פון וואס ער האט געדריקט זיין דברות משה.
ס'איז נישט מסתבר אז איינער וואס האט געענדיקט ש"ס 200 מאהל זאל אנפרעגן ביי א רבי וואס איז געווען פארנומען מיטן כלל און הכנות לתפלה.

נשלח: דאנערשטאג יוני 22, 2017 10:42 am
דורך [NAMELESS]
שבט הלוי דברי יציב רש''ז רב אלישיב ר' פישעלע
איך זעה נישט קיין שום קשר צווישען זיי יעדע מיט זיין אייגנארטיגע מהלך.

ר''א קוטלער מיט די חזו''א? וואס די דמיון בכלל?

אגרות משה מיט יביע אומר?

וואלט געווען אינטרסאנט צו הערן מער וועגען די ב' עדים אויף די ליובאוויטשער

נשלח: דאנערשטאג יוני 22, 2017 10:45 am
דורך [NAMELESS]
קל וחומר האט געשריבן:
עמעזאן האט געשריבן:
סמבטיון האט געשריבן:וויאזוי איז מעגליך צו ענפערן אזא שאלה? האט דען איינער פארהערט די אלע גאונים?

למשל אז ר' משה פיינשטיין'ס חברותא איז מעיד אז יעדע ערענסטע שוועריקייט פלעגט ער עם שיקן פרעגן סאטמר רב, און יעדע מאל האט עם סאטמר רב גענטפערט מיניה וביה כאילו ער טוט יעצט אין די סוגיא.

דאס זאגט אויף די גדלות התורה פון סאטמר רב זצ''ל

ווער איז געווען דער חברותא?

הרה''ג אפרים גרינבלאט

נשלח: דאנערשטאג יוני 22, 2017 10:46 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
עמעזאן האט געשריבן:
סמבטיון האט געשריבן:וויאזוי איז מעגליך צו ענפערן אזא שאלה? האט דען איינער פארהערט די אלע גאונים?

למשל אז ר' משה פיינשטיין'ס חברותא איז מעיד אז יעדע ערענסטע שוועריקייט פלעגט ער עם שיקן פרעגן סאטמר רב, און יעדע מאל האט עם סאטמר רב גענטפערט מיניה וביה כאילו ער טוט יעצט אין די סוגיא.

דאס זאגט אויף די גדלות התורה פון סאטמר רב זצ''ל


דאס איז די נערישקייט פון אזא אשכול. אז מ'קען נעמען א מעשה'לע און אויפבויען אן ענדגילטיגע פסק דערפון.

מ'דארף קיין טפש נישט זיין. דער סאטמארער רב האט זיך נישט געקימערט מיט די ספקות פון ר' משה פיינשטיין, ווייל די סארט שאלות זענען נישט זיינס. ר' גרינבלאט האט געזאגט "זאל איך פרעגען סאטמאר רב ווען איך גיי אריין צו איהם?" האט ר' משה גע'ענטפערט "פארוואס נישט?" און פון דעם האט זיך געוואקסען א מעשה. ער האט צוגעלייגט, דער שרייבער האט צוגעלייגט, ויצא ה*** הזה. (איך ווייס נישט פאר זיכער, אזוי קען מען ענטפערען אזא מעשה).

טאמער מ'וויל טאקע וויסען ווער קען 'מער' לערנען, דארף מען קוקען אין די ספרים פון די פון די רשימה וואס האבען געשריבען א ספר.

Re: ווער קען מער לערנען? קוועסטשען מארק תרתי משמע בל' בתמיה

נשלח: דאנערשטאג יוני 22, 2017 10:51 am
דורך קל וחומר
די דמיון פון די פוסקים מיינט נישט אז זיי האבן געהאט דעם זעלבן מהלך אין פסק, זיי זענען אבער בערך אויפן זעלבן דרגה אלס פוסק וק"ל.

גר"א קוטלער מיטן חזו"א זענען ביידע אין ישיבה וועלט.

ביטע נישט ליינען קיין האלבע זאכן, ייש"כ.

נשלח: דאנערשטאג יוני 22, 2017 10:51 am
דורך אישתישבי
כ'מיין מען זאל טוישן דער שאלה ווער עס האט דער ווייניגסטער געקענט לערנען.