בלאט 1 פון 2

נסיעה אלפי חסידי באבוב חודש אב עם הרה''ק מ'באבוב 45 שליט''א

נשלח: דאנערשטאג יוני 22, 2017 4:51 pm
דורך newkave
עס איז נארוואס באשטעטיגט געווארן מיט גרויס פרייד די בשורה טובה אז כבוד קדושת מרן ראש גולת אריאל אדמו''ר הגה''ק מ'באבוב 45 שליט''א וועט אפרייזן מיט טויזענטער חסידים פון איבער די גארע וועלט קיין ארץ ישראל, אי''ה דעם חודש אב.

ווי עס הייסט יעצט וועט אפגעראכטן ווערן א ריזיגע קבלת פנים דורכ'ן עדה החרדית, ווי עס וועט ווערן אפגעגעבן די ריכטיגע כבוד פאר די רבי, וואס איז באקאנט סיי מיט זיין חכמה, סיי מיט זיין תורה, און סיי מיט זיין עבודה.

פרטים וועלן ווערן אפדעיטעד דא אינעם אשכול.

נשלח: דאנערשטאג יוני 22, 2017 5:01 pm
דורך [NAMELESS]
וויפיל קאסט צו באקומען אזא קבלת פנים?

נשלח: דאנערשטאג יוני 22, 2017 5:07 pm
דורך מיש-נייעס
בן אדם האט געשריבן:וויפיל קאסט צו באקומען אזא קבלת פנים?


נישטיגע 6 צו 7 מיליון דאללער... וואס דער הייליגע בית דין 'צדק' לצים האבן פון איהם ארויסגעשווינדלט, וואס דאס האט גענויגט דעם דעת הקהל צו איהם'ן, און די קבלת פנים איז א חלק פון דעם ביז מען וועט באצאלן פאר די בית דין צדק העיר הקודש אז זיי זאלן איהם נידט מקבל פנים זיין

נשלח: דאנערשטאג יוני 22, 2017 5:08 pm
דורך קאווע טרינקער
newkave האט געשריבן:וואס איז באקאנט סיי מיט זיין חכמה, סיי מיט זיין תורה, און סיי מיט זיין עבודה.

פרטים וועלן ווערן אפדעיטעד דא אינעם אשכול.

פרטים איבער זיין חכמה אדער תורה?

נשלח: דאנערשטאג יוני 22, 2017 5:34 pm
דורך איך אויך
פתח בהרה''ק וסיים בהגה''ק, וועלכע אז ריכטיג?

נשלח: דאנערשטאג יוני 22, 2017 5:49 pm
דורך [NAMELESS]
newkave האט געשריבן:עס איז נארוואס באשטעטיגט געווארן מיט גרויס פרייד די בשורה טובה אז כבוד קדושת מרן ראש גולת אריאל אדמו''ר הגה''ק מ'באבוב 45 שליט''א וועט אפרייזן מיט טויזענטער חסידים פון איבער די גארע וועלט קיין ארץ ישראל, אי''ה דעם חודש אב.

פרטים וועלן ווערן אפדעיטעד דא אינעם אשכול.

קודם ווען מיינסטו ר' מרדכי דוד אדער ר' יושע? איך ווער אפט צומישט צווישען זיי.

און סתם פאר די נייגעריגקייט פון וועלכע חסידות גייט מען בארגען די טויזענטער חסידים?

נשלח: דאנערשטאג יוני 22, 2017 7:05 pm
דורך newkave
בן אדם האט געשריבן:וויפיל קאסט צו באקומען אזא קבלת פנים?


ביטע מאך ליצנות ערגעץ אנדערש.

נשלח: דאנערשטאג יוני 22, 2017 7:05 pm
דורך newkave
קאווע טרינקער האט געשריבן:
newkave האט געשריבן:וואס איז באקאנט סיי מיט זיין חכמה, סיי מיט זיין תורה, און סיי מיט זיין עבודה.

פרטים וועלן ווערן אפדעיטעד דא אינעם אשכול.

פרטים איבער זיין חכמה אדער תורה?


ר' פישעל'ע

נשלח: דאנערשטאג יוני 22, 2017 7:05 pm
דורך newkave
איך אויך האט געשריבן:פתח בהרה''ק וסיים בהגה''ק, וועלכע אז ריכטיג?


למאי נפקא מינא?

נשלח: דאנערשטאג יוני 22, 2017 7:06 pm
דורך newkave
עמעזאן האט געשריבן:
newkave האט געשריבן:עס איז נארוואס באשטעטיגט געווארן מיט גרויס פרייד די בשורה טובה אז כבוד קדושת מרן ראש גולת אריאל אדמו''ר הגה''ק מ'באבוב 45 שליט''א וועט אפרייזן מיט טויזענטער חסידים פון איבער די גארע וועלט קיין ארץ ישראל, אי''ה דעם חודש אב.

פרטים וועלן ווערן אפדעיטעד דא אינעם אשכול.

קודם ווען מיינסטו ר' מרדכי דוד אדער ר' יושע? איך ווער אפט צומישט צווישען זיי.

און סתם פאר די נייגעריגקייט פון וועלכע חסידות גייט מען בארגען די טויזענטער חסידים?


כיכיכי, מען גייט ברענגען הרב ראבי.

נשלח: דאנערשטאג יוני 22, 2017 8:07 pm
דורך אישתישבי
פליז, ער פארט און עס גייט זיין א טראסק, ביטע פארגינען דער טראסק און צולייגען א צאתכם לשלום פאר די אמת'ע באבאווער פינף און פערציגער רבי.

דער אויבערשטער זאל העלפען אז די נסיעה זאל טאקע זיין א טראסק ווי עס פאסט פאר א באבאווער רבי.

נשלח: דאנערשטאג יוני 22, 2017 8:26 pm
דורך גאנצל
הצלחה פאר באבוב רבי און זיינע חסידים

וועט זיין אינטערסאנט מיט צו האלטן די נסיעה ביטע אפדעיטן

חודש אב איז עפעס א אינטערסאנטע אויסוואל

נשלח: דאנערשטאג יוני 22, 2017 8:28 pm
דורך newkave
עמעזאן האט געשריבן:
newkave האט געשריבן:עס איז נארוואס באשטעטיגט געווארן מיט גרויס פרייד די בשורה טובה אז כבוד קדושת מרן ראש גולת אריאל אדמו''ר הגה''ק מ'באבוב 45 שליט''א וועט אפרייזן מיט טויזענטער חסידים פון איבער די גארע וועלט קיין ארץ ישראל, אי''ה דעם חודש אב.

פרטים וועלן ווערן אפדעיטעד דא אינעם אשכול.

קודם ווען מיינסטו ר' מרדכי דוד אדער ר' יושע? איך ווער אפט צומישט צווישען זיי.

און סתם פאר די נייגעריגקייט פון וועלכע חסידות גייט מען בארגען די טויזענטער חסידים?

דזשאסט פאר דיין אינפא, די חסידות באשטייט פון מער פון 4,000 משפחות אלוועלטליך.

נשלח: דאנערשטאג יוני 22, 2017 8:30 pm
דורך newkave
גאנצל האט געשריבן:הצלחה פאר באבוב רבי און זיינע חסידים

וועט זיין אינטערסאנט מיט צו האלטן די נסיעה ביטע אפדעיטן

חודש אב איז עפעס א אינטערסאנטע אויסוואל


סוף אב. מען האט געטראכט פון ווינטער, אבער די רבי האט באשלאסן צו פארן פריער, כדי מחזק צו זיין די יהדות החרדית וואס גייט דורך שווערע תקיפות פון די רשעי בית עמינו, און כידוע איז הרה'ק מ'באבוב זיעועכ''י געווען א קנאי, בעיקר ווען ער איז געווען אלס בחור אין אר''י.

Re: נסיעה אלפי חסידי באבוב חודש אב עם הרה''ק מ'באבוב 45 שליט

נשלח: דאנערשטאג יוני 22, 2017 8:39 pm
דורך קפה נמס
newkave האט געשריבן:
סוף אב. מען האט געטראכט פון ווינטער, אבער די רבי האט באשלאסן צו פארן פריער, כדי מחזק צו זיין די יהדות החרדית וואס גייט דורך שווערע תקיפות פון די רשעי בית עמינו, און כידוע איז הרה'ק מ'באבוב זיעועכ''י געווען א קנאי, בעיקר ווען ער איז געווען אלס בחור אין אר''י.

נאך א מזל מ'האט עס נישט אפגעשטופט.
שטעל דיך פאר אז די צובראכענע יהדות החרדית אין ארה"ק דארף ווען ווארטן ביז די ווינטער פאר די חיזוק פון די איידעם פון דער וואס איז געווען א קנאי אלץ בחור...

נשלח: דאנערשטאג יוני 22, 2017 8:50 pm
דורך newkave
קפה נמס האט געשריבן:
newkave האט געשריבן:
סוף אב. מען האט געטראכט פון ווינטער, אבער די רבי האט באשלאסן צו פארן פריער, כדי מחזק צו זיין די יהדות החרדית וואס גייט דורך שווערע תקיפות פון די רשעי בית עמינו, און כידוע איז הרה'ק מ'באבוב זיעועכ''י געווען א קנאי, בעיקר ווען ער איז געווען אלס בחור אין אר''י.

נאך א מזל מ'האט עס נישט אפגעשטופט.
שטעל דיך פאר אז די צובראכענע יהדות החרדית אין ארה"ק דארף ווען ווארטן ביז די ווינטער פאר די חיזוק פון די איידעם פון דער וואס איז געווען א קנאי אלץ בחור...


עפריי לפומא!!
א זון קען מען נישט אויסוועלן, משא'כ א איידעם, און עאכו'כ איינער וואס איז לכל הדעות א חתנו כבנו!

נשלח: דאנערשטאג יוני 22, 2017 8:54 pm
דורך סמבטיון
ווי האסטו 4000 משפחות פינקלעך? ארה"ב איז דא בערך 1000 שיין ברייט גערעד, און ארץ ישראל לאמער שוין זאגן 300 און אין יוראפ זענט עטס אויך א מיעוט פון די באבובע קהילה, לאמער זאגן נאך אפאר הינדרעט, ווי קומט מען אן צו 4000?? סתם געשאסן א נאמבער.

מיר וואונטשן אים א צאתכם לשלום און די נסיעה זאל זיין א חיזוק פאר באבובע חסידים אין די גאנצע וועלט

נשלח: דאנערשטאג יוני 22, 2017 9:38 pm
דורך קורקלענד
newkave האט געשריבן:
בן אדם האט געשריבן:וויפיל קאסט צו באקומען אזא קבלת פנים?


ביטע מאך ליצנות ערגעץ אנדערש.

ס'גארנישט קיין ליצנות. עס איז ברייט באקאנט אז די קבלת פנים'ס מיט די עדה קאסטן איבער זיבן דיגיטס. סאטמאר האט דאס אייביג געהאט ווייל די רבי האט מיט געברענגט א רענצל. מיט די צייט האבן אנדערע הויפן אויסגעפונען דעם סוד און זאפארט נאכגעטאן.

נשלח: דאנערשטאג יוני 22, 2017 11:11 pm
דורך אישתישבי
4000 חסידים, עדה החרדית, חיזוק פאר די גזירת גיוס, און זיין שווער איז געוועהן א קנאי,

אבער ביטע נישט מאכען דא קיין ליצנות.

מיר האבען שטארק הנאה פין איינער וואס האט געהאט דער קוראזש צו ווערען א רבי פין גארנישט, אבער ווי די אליין זאגסט, ביטע מאך נישט קיין ליצנות.

נשלח: פרייטאג יוני 23, 2017 12:32 am
דורך ארי נוהם
אומגלויבליך!
א לץ עפנט אן אשכול, טרייבנדיג ליצנות פון באבוב 45, און דער עולם פאלט פאר זיין ספין...

נשלח: פרייטאג יוני 23, 2017 1:07 am
דורך שמעון וואלף
איינער ווייסט פארוואס די אשכול איז נישט אין צימעס?

גבאים איכם?!

נשלח: פרייטאג יוני 23, 2017 9:25 am
דורך געוואלדיג
דערווייל באלאנגט עס נאך אין נייעס אדער אין שמייכל, ווען די פלעין באבוב ניקס וועלן נתעורר ווערן וועט דאס אפגעברוינט ווערן.

נשלח: מוצ"ש יוני 24, 2017 11:47 pm
דורך איסר האטלקי
די נסיעה איז נישט מזחק צו זיין די צובראכענע גיוס/שמד/קברים/פריצות געליטענע, נאר לרגל שמחת החתונה בבית פרישוואסער.