בלאט 1 פון 2

עקסידענט מיט בחורים אויף BQE שבת

נשלח: מוצ"ש יולי 21, 2012 11:58 pm
דורך ידען
כאב באקומען א טעקסט אז סע געווען א עקסידענט מיט בחורים אום שב״ק אויף די bqe.

נאכנישט זיכער אויב אמת אבער פון א גוטע source.

נשלח: זונטאג יולי 22, 2012 12:12 am
דורך דעינעש
א רחמנות.

נשלח: זונטאג יולי 22, 2012 12:23 am
דורך ענן כבד
אידישע בחורים? כ'גלייב נישט.

נשלח: זונטאג יולי 22, 2012 12:35 am
דורך קלוג און יונג
האפענטליך איז קיין ערנסט נישט געשען.
אבער פאר דער עולם גייט באלד אנהייבן מצדיק זיין את הדין אויף זייער חשבון
לאמיר נישט פארגעסען אז אידישע בחורים האבען געהאט עקסידענטס אלע אנדערע טעג פון די וואך אויך.
סא דע הסתרת פנים בלייבט אינטעקט. ליידער

נשלח: זונטאג יולי 22, 2012 12:57 am
דורך נולד מאוחר
בחורים דרייווען אין שבת אבער צייטונגען איז וויכטיג צי אסרן אזויווי באריכטעט אין אנדערע אשכול.
מסתצא האט דער שטרן געשריבן אז עפעס א רייכע גוי איז געפארן שבת .

נשלח: זונטאג יולי 22, 2012 1:12 am
דורך אלבערט
מסתמא האט זיי איינער מאלעסטעט...

נשלח: זונטאג יולי 22, 2012 1:41 am
דורך משכיל
איז דען דא א פראגראם פאר זיי ערגעץ ? האט זיי ווער אינוויטעט פאר שבת , סא וואס וויל מען פון זיי ?י

נשלח: זונטאג יולי 22, 2012 1:48 am
דורך ניו יארק
דיטעילס?

נשלח: זונטאג יולי 22, 2012 2:01 am
דורך טעלעפאן
עמיצער קען קאנפירמען אויב ס׳איז אמת?

נשלח: זונטאג יולי 22, 2012 2:26 am
דורך יונגערמאנטשיק
משכיל האט געשריבן:איז דען דא א פראגראם פאר זיי ערגעץ ? האט זיי ווער אינוויטעט פאר שבת , סא וואס וויל מען פון זיי ?י



דאס אז ס'נישטא קיין פראגראם פאר די בחורים אויף שבת איז קיין היתר צו פארן שבת אין א קאר.

איך גלייב נאכנישט די מעשה, איך ענטפער נאר פאר משכיל.

נשלח: זונטאג יולי 22, 2012 2:26 am
דורך זר זהב
איך בין געווען אין א קאר דערנעבן, ס'נישט געווען קיין אידישע בחורים.

נשלח: זונטאג יולי 22, 2012 2:43 am
דורך הדד בן בדד
משכיל האט געשריבן:איז דען דא א פראגראם פאר זיי ערגעץ ? האט זיי ווער אינוויטעט פאר שבת , סא וואס וויל מען פון זיי ?י


יא, אברומי רובין האט זיי אינווייטעד, און ער האט באצאלט דערפאר אז מען האט אים איינגע'מושב'ט און עס ווארט אים יעצט א שווערער קאורט קעיס...

נשלח: זונטאג יולי 22, 2012 3:01 am
דורך יונגערמאנטשיק
זר זהב האט געשריבן:איך בין געווען אין א קאר דערנעבן, ס'נישט געווען קיין אידישע בחורים.



פון וואס רעדסטו?

נשלח: זונטאג יולי 22, 2012 3:06 am
דורך זר זהב
נאר א וויץ

Re: עקסידענט מיט בחורים אויף BQE שבת

נשלח: זונטאג יולי 22, 2012 9:33 am
דורך איחוד פעלד
מן הסתם זענען זיי געפארען מיט א גויעשע דרייווער העלפען א חבר אין שפיטאל.
בכהאי גוונא קען מען אפשר מקיל זיין.
אנדרעש טאר מען נישט גלייבען אזעלכע מעשיות, די מעשיות ווערען פאבריצירט דורך שונאי הדת וואס ווילען קאלט מאכען אידישקייט...
בכלל קען מען פין דא זעהן ווי שעדליך טעקסט מעסעדזעס זענען, און איגלאי מילתא ווי גערעכט די מוכיחים זענען.

Sent from my SPH-D700 Using ForumTouch for Android

נשלח: זונטאג יולי 22, 2012 11:06 am
דורך טעפל
זר זהב האט געשריבן:נאר א וויץ

פליז, מאך נישט אזאלעכע וויצען....
אין אדם משים עצמו רשע..

נשלח: זונטאג יולי 22, 2012 3:22 pm
דורך פריינדליך
עס איז נישט דא קיין עדים מיט התראה, ישראך ע"פ שחטא ישראל הוא מסתמא עשה תשובה, חרטה בוואדי יש כאן,

נשלח: זונטאג יולי 22, 2012 3:37 pm
דורך יואליש
א בחור האט א תאווה צו דרייווען, שבת האט זיך אים געמאכט די געלעגנהייט, ביג דיעל. זיי קענען נאך אויפשטעלן בתים נאמנים לה' ולתרתו אזש מ'וועט זיך רייסן זיך משדך זיין ציט זיי (באזירט אויף אן אמת'ע מעשה). אבער דאס ארומטראגן די בחורים'ס נעמען קען זיי אפשעכטן. קיינער וועט זיי פאר קיין איידעם נישט נעמען און דארט וועט זיך זייער אידיש לעבן ענדיגן.

נשלח: זונטאג יולי 22, 2012 3:56 pm
דורך משכיל
יעצט גערעד מיט איינעם וואס האט געהערט די קאל עס איז געווען אויפן פראספעקט עקספרעסוועי ארום צוויי אזייגער נאכמיטאג עס האט זיך איבערגעדרייט א קאר מיט צוויי בחורים זיי זיינען געווען אויפן וועג קיין מאנהעטען

נשלח: זונטאג יולי 22, 2012 4:01 pm
דורך משולם שטיינפעלד
יואליש האט געשריבן:א בחור האט א תאווה צו דרייווען, שבת האט זיך אים געמאכט די געלעגנהייט, ביג דיעל. זיי קענען נאך אויפשטעלן בתים נאמנים לה' ולתרתו אזש מ'וועט זיך רייסן זיך משדך זיין ציט זיי (באזירט אויף אן אמת'ע מעשה). אבער דאס ארומטראגן די בחורים'ס נעמען קען זיי אפשעכטן. קיינער וועט זיי פאר קיין איידעם נישט נעמען און דארט וועט זיך זייער אידיש לעבן ענדיגן.

יאך קען איינעם וואס האט געדרייווט שבת, זיין נאמען איז ארומגעפארן, און אף על פי כן האט מען זיך געריסן....

אויב איז באשערט די שידוך, וועט גארניקס העלפן.

נשלח: זונטאג יולי 22, 2012 4:01 pm
דורך יואליש
כ'בין בכלל נישט סופרייזט. מה שהיה הוא שיהיה.

נשלח: זונטאג יולי 22, 2012 4:03 pm
דורך געפילטע פיש
יעצט געהערט די זעלבע מעשה ממקור ממוסמך, און כגעפילטע ועוד ליואליש, ביטע נישט שרייבען די נעמען, אם תעזביני יום, מאכט זיי נישט שווערער די וועג אויף צוריק.

נשלח: זונטאג יולי 22, 2012 5:26 pm
דורך ידען
מען טאר ממילא נישט שרייבן קיין נעמען דא אין קאווע שטיבל און איז פון די וויכטיגסטע תקנות וואס מען קען פארלירן רשות צו שרייבן דא.

ספיציעל אז מע רעד דא פון א זאך וואס זייער ווייניג ווייסן בכלל די נעמען פון די בחורים און בעלי שכל וועלן פארשטיין אז מען געט עס נישט ארויס פאר קיינעם.

איי וועסטע פרעגן פארוואס כאב עס ארויפגעלייגט? אז מע זאל וויסן ווי ווייט טעלעפאן קען ברענגען.

זעכער האט זיך עס אנגעהויבן מיט די אינטערנעט ווען מע האט ארומגעקיקט ווי מע קען גיין, אבער די טעלעפאן האט געשפיעלט א גרויסע ראלע, ווייל אזוי דורך די טמאנע כלי האט מען געוואר געווארן אז סע געווען א עקסידענט אויף די bqe און די שאנדע איז דורך דעם כלי משחית ארויסגעקומען.

היטס אפ ענקערע קינדער פון צירירן א טעלעפאן ח״ו.