בלאט 1 פון 3
א' חקת גרויסער "כינוס העסקנים" בראשות הרב מ'סאטמאר
נשלח: פרייטאג יוני 23, 2017 1:45 pm
דורך איש את רעהו
די סאטמארע רב פארופט א גרויסע 'כינוס' פאר עסקנים צו דיסקוסירען די טעמע בנוגע די אפיס פון מרכז עזרה ויעוץ וואס שטייט אין שפיץ פון הרב שישא פון תו"א וואס זיי שטייען אסאך צו הילף פאר אידישע בחורים בארה"ק צו קענען זיך פטר'ן פינעם מיליטער.
הרב שישא איז היינט זייער גרויס ביי די פאליצייאישע אינסטאנצן און העלפט גאר אסאך ארויס פאר אידן וואס ווערן פארפלאנטערט מיטן געזעץ.
די אסיפה איז א 'געהיימע' אסיפה און עס איז 'ערלויבט כניסה' נאר פאר געלאדענטע עסקנים.
די גרויסער כינוס קומט פאר אין שאטן פין די פארשידענע נוסחאות וואס גייען ארום ביים ציבור וועגן די אגייענדע סכנת הגיוס אין אר"י און די זאכן דארפן א קלארקייט
איין נוסח לויטעט:
מען טרייבט איבער וועגן די גזירה
2] מען דארף שיקן צו די ראשי ישיבה בריוון אויף א ארגענעזירטע אופן
3}מען דארף א לויער צו קענען פארשטיין וואס די גזירה איז
4} מען דארף טון אבער נאר בתנאי אז מען פארזאמעלט אסאך רבנים פין פארשידענע קרייזן
5} עס איז היינט א פאליטיק און מען קען גארנישט טון
6}מען מעג נאר מוחה זיין מיט נאך אנדערע קרייזן נישט אליין
7} פון איין זייט איז דא מגזימים פון די צווייטע זייט ליגנער'ס
8} די ח"כ זאגן אז ס'יז שוין אלדינג מסודר
9} ס'איז פארוואנדעלט אין א פאליטיק ס'שווער צו דן זיין איבער דעם
ועוד ועוד..
אין ליכט פינעם אומקלארקייט וועט אינטער 'פארמאכטע' טירן פארקומען א זיצונג מיט די עסקנים וואס האבן באקומען רשות כניסה.
איין זאך איז נישט קלאר פארוואס די פובליק טאר עס נישט מיטהאלטן, און פארוואס נאר גערופענע עסקנים.
נשלח: פרייטאג יוני 23, 2017 1:57 pm
דורך קורקלענד
מיר איז אלץ געווען שווער צו פארשטיין דער שישא ביזנעס.
מ'שטעלט זיך נישט צום לשכה ווי א מענטש פאר א פטור ווייל מען אנערקענט נישט די מדינה/גזירות/מיליטער. פאלט מען אריין אין א פלאנטער. נאך דעם קומט שישא העלפן מיט קאנעקשאנס.
פארוואס ווען ס'קומט צו שישא'ס לעוועל איז ער אויסגעהאלטן און זיינע מעשים רעספעקטירט אזש אז אזוינס ווי איש את רעהו זאגט אויף איהם אזעלכע גרויסע שבחים ווי
"הרב שישא איז היינט זייער גרויס ביי די פאליצייאישע אינסטאנצן און העלפט גאר אסאך ארויס פאר אידן וואס ווערן פארפלאנטערט מיטן געזעץ."
פרוש נישט. אבער שישא יא.
מיר איז עס פשוט שווער צו פארשטיין. אויב איינער קען מיר מסביר זיין וואלט איך שטארק הנאה.
נשלח: פרייטאג יוני 23, 2017 2:01 pm
דורך [NAMELESS]
.
נשלח: פרייטאג יוני 23, 2017 2:11 pm
דורך איש את רעהו
קורקלענד האט געשריבן:
פארוואס ווען ס'קומט צו שישא'ס לעוועל איז ער אויסגעהאלטן און זיינע מעשים רעספעקטירט אזש אז אזוינס ווי איש את רעהו זאגט אויף איהם אזעלכע גרויסע שבחים ווי
"הרב שישא איז היינט זייער גרויס ביי די פאליצייאישע אינסטאנצן און העלפט גאר אסאך ארויס פאר אידן וואס ווערן פארפלאנטערט מיטן געזעץ."
פרוש נישט. אבער שישא יא.
הגאון הצ' רבי מיכאל בער זצ"ל און להבדיל די קאפאו'ס האבן געהאנדעלט מיט די נאצי'ס
וואס איז די הבדל צווישן די צוויי מיטארבעטער ?
נשלח: פרייטאג יוני 23, 2017 2:16 pm
דורך קורקלענד
ווייסמאנדל איז טאקע דורכגעפאלן. ווידעראום די גוטע קאפא'ס האבן אויפגעטוהן.
נשלח: פרייטאג יוני 23, 2017 2:18 pm
דורך איש את רעהו
קורקלענד האט געשריבן:ווייסמאנדל איז טאקע דורכגעפאלן.
די נידון דא איז נישט ווער עס פאלט דורך,
אין אנדערע ווערטער זאגסטי, די וואס האבן געהעצט די דייטשען און די וואס האבן זיי געהאלפן פארניכטן אידן זענען מוצלחים
און להבדיל אלף אלפי הבדלות הרב ווייסמאנדל וואס האט מיט זיין געלט געהאלפן אידן צו ניצול ווערן ער איז די דורכפאל
וואט עי שעים.
נשלח: פרייטאג יוני 23, 2017 2:31 pm
דורך diff
סנישטא קיין הבדל זיי ארבעטען צוזאמען
נשלח: פרייטאג יוני 23, 2017 2:33 pm
דורך קורקלענד
ניין. עס זענען געווען כל ערליי קאפא'ס אזעלכע און אזעלכע. טייל פון זיי האבן אסאך געטוהן פאר זייערע ברידער. אנדערע האבן האבן געטאן פארקערט. ר' משה האפפמאן ע''ה דער גרינדער פון שומרים איז געווען א קאפא און ער האט קיינער נישט וויי געטוהן. אדרבה ער האט געהאלפן אידן.
ווידעראום ווייסמאנדל לויט וואס איך האב געהערט האט צוגעזאגט צו ברענגען געלט. אבער למעשה איז די געלט קיינמאל נישט געקומען. ס'דא וואס טענה'ן אז זיין גאנצע אנדריי האט גורם געווען מער קרבנות ווי ווען נישט. ווייל ווען די נאציס האבן געזען אז דאס געלט קומט נישט האבן זיי זיך גאר שטארק נוקם געווען.
ענק האבן זיך אזוי ארויף געכאפט אויף די פיר ווערטער ''פרוש נישט שישא יא. באמת גערעדט וואס א חילוק ווען מ'שטעלט זיך צו צו די מדינה צו ס'איז פארן ארעסט אדער נאכ'ן ארעסט?
נשלח: פרייטאג יוני 23, 2017 2:52 pm
דורך diff
וואס קענען סאטמער עסקנים מער ווי שאפן געלד
נשלח: פרייטאג יוני 23, 2017 2:56 pm
דורך קורקלענד
עמעזאן האט געשריבן:פרוש ארבייט פאר די מדינה און ער איז משוחד ווייל ער וויל זיין גוט מיט זיי
אויב די פראבלעם איז אז ''ער וויל זיין גוט מיט די מדינה'' דאן האט שישא דעם זעלבן פראבלעם.
Re: א' חקת גרויסער "כינוס העסקנים" בראשות הרב מ'סאטמאר
נשלח: פרייטאג יוני 23, 2017 3:17 pm
דורך דער גאלדענער אדלער
עמעזאן האט געשריבן:קורקלענד האט געשריבן:פארוואס ווען ס'קומט צו שישא'ס לעוועל איז ער אויסגעהאלטן און זיינע מעשים רעספעקטירט אזש אז אזוינס ווי איש את רעהו זאגט אויף איהם אזעלכע גרויסע שבחים ווי
"הרב שישא איז היינט זייער גרויס ביי די פאליצייאישע אינסטאנצן און העלפט גאר אסאך ארויס פאר אידן וואס ווערן פארפלאנטערט מיטן געזעץ."
פרוש נישט. אבער שישא יא.
מיר איז עס פשוט שווער צו פארשטיין. אויב איינער קען מיר מסביר זיין וואלט איך שטארק הנאה.
שישא האט נישט געשווארן געטרייעשאפט פאר מדינת ישראל פרוש יא.
שישא איז א אינדרויסענדיגער וואס שטאדלט ער האט קיין שייכות מיט די מדינה.
פרוש ארבייט פאר די מדינה און ער איז משוחד ווייל ער וויל זיין גוט מיט זיי
עטס קומסט מיר דא פאר ווי דע חברה וואס טענהנן אז נאר נאטרישעניסטס מיט העלט מעשוגעים קענען היילן, משא"כ דאקטוירים, ווייל די דאקטוירים זענען משוחד פון די מידעצינען אינדאסטרי און זיי באקומען א געוואלד מיט קאמישען פאר יעדע מעדיצין וואס זיי פארשרייבן פארן פאציענט
נשלח: פרייטאג יוני 23, 2017 3:42 pm
דורך [NAMELESS]
מאיר פרוש איז אן אמת'ער עסקן לשם שמים ווייל ער פלעגט אלע יארן ארויסנעמען די מפגינים פון תפיסה אבער אנשטאט די יישר כח פלעגט ער באקומען א שטויס.
Re: א' חקת גרויסער "כינוס העסקנים" בראשות הרב מ'סאטמאר
נשלח: פרייטאג יוני 23, 2017 3:49 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
בן אדם האט געשריבן:מאיר פרוש איז אן אמת'ער עסקן לשם שמים ווייל ער פלעגט אלע יארן ארויסנעמען די מפגינים פון תפיסה אבער אנשטאט די יישר כח פלעגט ער באקומען א שטויס.
איך מיין דו מיינסט מנחם פרוש, וואס פלעגט שטארק ארבעטען פאר קנאים אין תפיסה, וואס האבען איהם באדאנקט מיט אלץ וואס זיי האבען.
אבי מ׳קען אויסארבעטען א מחאה מיט א הצדקה למפרע.
(׳כהאב א שאלה. ווען מהרז"ל\מהר"א\מהרח"י מסאטמאר קומט ארויס בכח תורתו אז דער גאנצע קנאות איז א שטיק בלאף, האט ער א מעגליכקייט דאס צו זאגען אין דער עפענטליך? אדער ווייסט ער אז זיין אמט אלץ רעבע פון די סאטמארער חסידים וועט אפשר אוועק גענומען ווערען לטובת אחיו? אלזא, זיין מיינונג איז פונקט אזוי פיהל ווערט, פאר די סבה מיט אנדערע)
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
נשלח: פרייטאג יוני 23, 2017 4:32 pm
דורך איסר האטלקי
לפי הנ"ל קוקט אויס אז ווען דער באשוואוירענער אונטערגעקויפטער משוחד מאיר פרוש שרצק"ח וואס ארבעט האנט ביי האנט מיט די רשעים, נעמט ארויס אידן פון תפיסה איז זיין שכר אסאך גרעסער ווי דער קדוש מרחם אמו שישא וואס איז בלויז אונטערגעקויפט פאר אמעריקאנער כבוד און געלט, ער האט נישט קיין שום נסיון נישט צו העלפן אידן ארויסצוקומען פון תפיסה, משא"כ דער ... פרוש האט אזויפיל סיבות און נסיונות זיך נישט וויסנדיג צו מאכן פון די אידן הנתונים בצרה, און אעפ"כ טוט ער אויף א געוואלד.
נו, ווער איז חשובער??
נשלח: פרייטאג יוני 23, 2017 5:22 pm
דורך [NAMELESS]
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:איך מיין דו מיינסט מנחם פרוש,
ניין, איך רעד פון מאיר. ער איז א גרויסע פאליטיקאנט, אבער ער האט אויך א הארץ פון גאלד.
Re: א' חקת גרויסער "כינוס העסקנים" בראשות הרב מ'סאטמאר
נשלח: זונטאג יוני 25, 2017 9:33 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
מ׳האט זיך מתאספפף געווען? וואס האט מען מחליט געווען? אז מ׳זאל זיך עצירות׳ן וואס מער? אדער גאר בלייבען אינדערהיים? ציונים טויגען שוין ווידער נישט?
די סטאדער דארף איהר גראז
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
נשלח: זונטאג יוני 25, 2017 9:43 pm
דורך איש את רעהו
אדמו"ר מהר"א בביתו בוומ"ס עושה היום כינוס לקראת הד' שנים של העצרת במנהטן עם כל השכבות ופלגות.
נשלח: זונטאג יוני 25, 2017 11:00 pm
דורך berlbalaguleh
diff האט געשריבן:וואס קענען סאטמער עסקנים מער ווי שאפן געלד
דיףף: פאר געלט קענמען דינגען גוטע לאיערס...!
נשלח: זונטאג יוני 25, 2017 11:20 pm
דורך איש את רעהו
הרבי הופיע אצל הכינוס
הרב לאוב דרש
גם הרשש טלער
נשלח: זונטאג יוני 25, 2017 11:21 pm
דורך איש את רעהו
קרוב למאה עסקנים התכנסו
רב ש. שישא דיבר מהוקאפ
נשלח: מאנטאג יוני 26, 2017 12:24 am
דורך I'm back
איש את רעהו האט געשריבן:קרוב למאה עסקנים התכנסו
רב ש. שישא דיבר מהוקאפ
איז הרה''צ רבי ראבי דארט געווען?
נשלח: מאנטאג יוני 26, 2017 12:54 am
דורך berlbalaguleh
איי עם בעק:הרב ראבי כבר לא שם. העיפו אותו ממשרתו. לאחר שהרעיש את כל בני הגולה עם קול בכייתו מנהמת ליבו הטהור. ועלו על השקרים שהוא ניסה למכור להעגלים אמריקנים בשפת לשון הקודש עם הברה אשכנזית...!
נשלח: מאנטאג יוני 26, 2017 9:23 am
דורך סאדאם חוסעין
איש את רעהו האט געשריבן:הרבי הופיע אצל הכינוס
הרב לאוב דרש
גם הרשש טלער
ראיתי הרש"ש טעלער 9:00 בערב בקרית יואל. אפשר דרש הרש"ש בשעה 11:00