בלאט 1 פון 1

ווי קען מען לערנען?

נשלח: מאנטאג יוני 26, 2017 9:26 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
לעצטענס האט זיך געשפראצט א נייעם פראבלעם אין דער געזעלשאפט אונזערע. יא, מ׳האט נאך נישט געפערטיגט מיט די אלטע, מ׳האט זיי נאך נישט אויסגעצימעסט און באוויינט, מ׳האט זיי נאך נישט גע׳ענדיגט צו אספספ׳ן און עצירות׳ן, און א נייע האט זיך אריינגערוקט.

ווי זאל מען גייען לערנען ביי נאכט?

אין רעסטאראנטען עסט מען, אין קאוועשטיבלעך שמועסט מען, אין ביה"כ קטנ׳ט מען, אין שטוב כראפעט מען, אין קאר שפילט מען מיט די פאון. ווי זאל מען לערנען?

איך האב אן עצה.

ס׳איז דא אין געגענט פיהל חתונה זאלען. מ׳זאל זיי אנפיהלען מיט בענקלעך און בענק, טישען און שטענדערס, פאליצעס און ש"ס׳ן, און אזוי וועט מען האבען ווי צו לערנען פאר ביליג.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

נשלח: מאנטאג יוני 26, 2017 10:08 pm
דורך [NAMELESS]
א"כ מה הועילו חכמים בתקנתן?
#חוזר_חלילה

נשלח: דינסטאג יוני 27, 2017 12:25 am
דורך [NAMELESS]
פיין געזאגט ליטוואק, שוין לאנג נישט געהערט פון דיר עפעס צום זאך.

Re: ווי קען מען לערנען?

נשלח: דינסטאג יוני 27, 2017 1:41 am
דורך קל וחומר
שלום שטיסל האט געשריבן:פיין געזאגט ליטוואק, שוין לאנג נישט געהערט פון דיר עפעס צום זאך.

א מחמאה מיט א שטאך בחדא מחתא?
וויזוי ארבעט דאס?
ער זאל דיר לייקן און דערנאך דיסלייקן?

נשלח: דינסטאג יוני 27, 2017 2:07 pm
דורך מיש-נייעס
@שטיסל, איך agree מיט דיר, פון אלע ליטוואק'ס תגובות איז דאס די מערסטע צו די זאך... :lol: :lol: