בלאט 1 פון 4

זאכן איך האס

נשלח: דינסטאג יוני 27, 2017 12:46 pm
דורך יואלי וואלפסאן
די וואס דרייוון ארום אנגעטון מיט די היט און שמונה בגדים

די וואס ספעלן אמעריקע אמעריקא

די וואס לאזן זייער וואצאפ אלעמאל אן א פראפייל בילד

די וואס ביים זיך אויסטון אין מקוה געבן זיי אזא שטארקע שאקל אויס אין די לופטן דעם ר''ת הויזן

נשלח: דינסטאג יוני 27, 2017 12:50 pm
דורך חברהמאן
דער וואס פארקט די עסקעלעט דאבלפארק לויפט אריין אין גרסערי אין באצאלט מיטן פס קארד

נשלח: דינסטאג יוני 27, 2017 12:58 pm
דורך קאווע טרינקער
די וואס האסן מענטשען.

נשלח: דינסטאג יוני 27, 2017 1:03 pm
דורך אייז קריעם
שלשה הקדוש ברוך הוא שונאן המדבר א' בפה ואחד בלב והיודע עדות בחבירו ואינו מעיד לו והרואה דבר ערוה בחבירו ומעיד בו יחידי

נשלח: דינסטאג יוני 27, 2017 1:07 pm
דורך יואלי וואלפסאן
קאווע טרינקער האט געשריבן:די וואס האסן מענטשען.

אגב איך גלייך אויך נישט ווען מ'ספעלט מענטשן מענטשען ;) :?

נשלח: דינסטאג יוני 27, 2017 1:51 pm
דורך קאצקע ציקער
דער וואס שאקעלט זיך ווי א מטורף ביי די שטייעדיגע בית כיסא

Re: מענטשן איך האס

נשלח: דינסטאג יוני 27, 2017 1:55 pm
דורך דער גאלדענער אדלער
און דער וואס בלאזט אריין זיין גאנצע חרון אף אין די מקוה האנטעך

נשלח: דינסטאג יוני 27, 2017 4:30 pm
דורך berlbalaguleh
יואלי וואלפסאן האט געשריבן:
קאווע טרינקער האט געשריבן:די וואס האסן מענטשען.

אגב איך גלייך אויך נישט ווען מ'ספעלט מענטשן מענטשען ;) :?

מר. וואלפסאן: איך וואלט אייך געראטן (אפשר האביך עפעס געספעלט וואס געפעלט אייך נישט...?) איהר זאלט זיך זעהן במוקדם האפשרי מיט א טעראפיסט/טערעפיסט. ווייל איך מיין אז איהר ליידט אויף או.סי.די. מעגליך אז איהר האט נאך א פאר אנדערע מיחושים אויך. דאס איז שוין פאר די פראפעסיאנאלע מענטשן פעסטצושטעללן. מעדקעיד און מעדיקעיר באצאללן פאר די טריעטמענטס און דיאגנאז. מיך פערזענליך שטערט נישט ווען איהר לופטערט אויס די ר"ת גאטשעס אין מקוה נעבן מיר. נאר נישט אין מיין פנים אריין...!

Re: מענטשן איך האס

נשלח: דינסטאג יוני 27, 2017 4:39 pm
דורך קל וחומר
לא תשנא את אחיך בלבביך

נשלח: דינסטאג יוני 27, 2017 4:43 pm
דורך וואלווי
ס'שוין גארנישט בלבבך, מ'קען זען די פארע פון די האס אין זיינע אותיות...

Re: מענטשן איך האס

נשלח: דינסטאג יוני 27, 2017 5:16 pm
דורך דער גאלדענער אדלער
טויש דעם קעפל צו "זאכן" וואס איך האס

נשלח: דינסטאג יוני 27, 2017 8:24 pm
דורך קאצקע ציקער
איך האב געהאט א געפיל אז ר' בערעלע גייט אריינקימען קלאר דא :lol:

נשלח: דינסטאג יוני 27, 2017 8:28 pm
דורך berlbalaguleh
קל וחומר האט געשריבן:לא תשנא את אחיך בלבביך

קל וחומר: וואדען זאלל ער טון?! זיך קריעגן מיט א יעדן...! ער'ט נישט פארטיג ווערן. ס'וועט זיין א לאנגע ליין...!

נשלח: מיטוואך יוני 28, 2017 12:37 am
דורך שמעון וואלף
ראבערט מאזעס, א איד וואס האט פארפיגט איבער די קאנסטראקשן און דעזיין פון די פארשאלטענע FDR DRIVE.

נשלח: מיטוואך יוני 28, 2017 1:18 am
דורך וואלווי
שמעון וואלף האט געשריבן:ראבערט מאזעס, א איד וואס האט פארפיגט איבער די קאנסטראקשן און דעזיין פון די פארשאלטענע FDR DRIVE.


פאר זיין בי קיו אי מיט די מערדזשינג לעינס פאר ענטערענס און עקסיטס וואס זענען דוקא אויף ענגעלס און קורווס וואלט איך אויך מקיים געווען דעם תשנא את אחיך.

אבער פאר די עף די אר, נישט. ס'דא בעסטע פרי רעסינג טרעק אויף די איסט קאוסט, און די בעסטע ניו קאר טעסט דרייו עריע.

נשלח: מיטוואך יוני 28, 2017 2:08 am
דורך berlbalaguleh
שמעון וואלף און וואלווי: ס'איז דא נאך א סאך זאכן פארוואס און מענטשן וואס האסן ראבערט מאזעס. למשל. ער האט חרוב געמאכט גאנצע גאסן אין וויליאמסבורג כדי צו בויען דעם בי.קיו.אי. כאטש ער האט צוגעזאגט אז ס'וועט לויפן ביים ברעג ים און נישט אדורכהאקן אין מיטן וויליאמסבורג. אזוי האט ער געטון איבעראל. ער האט צוגעזאגט הרים וגבעות כדי צו בארואיגן דעם עולם. און נאכדעים האט ער אנגעפיפן. און געטון וויאזוי ער האט געוואלט אדער פארשטאנען...!

נשלח: מיטוואך יוני 28, 2017 2:20 am
דורך וואלווי
דא אין ברוקלין איז נישט די איינציגסטע פלאץ ווי ער האט געסקרויט די איינוואוינער. ליין די לינק פון שמעון וואלף.

נשלח: מיטוואך יוני 28, 2017 4:41 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
אן אבל וואס דאווענט טעגליך פאר'ן עמוד, בערך 65 יאר אלט, וואס דארף טעגליך ללא שום יוצא מן הכלל שרייען הויך די ווערטער "צדיקים אנחנו" ביי תחנון כאילו ער איז היינט אויפגעקומען מיט דער וויץ.

נשלח: מיטוואך יוני 28, 2017 8:40 am
דורך איך אויך
שמעון וואלף האט געשריבן:ראבערט מאזעס, א איד וואס האט פארפיגט איבער די קאנסטראקשן און דעזיין פון די פארשאלטענע FDR DRIVE.

ווער איך געוואויר אז דער איז גאר געווען א משומד רח''ל.

נשלח: פרייטאג יוני 30, 2017 1:03 pm
דורך יואב
מענטשן וועלכע...

בוקן זיך ביי שמונה עשרה אויך האריזאנטעלי, און ביי "שהם משתחווים" — א 180.

דערוואקסענע וועלכע קלאפן ביי המן, אבער מיט אזא זויערן בדיעבד, א פארווע שאקל מיט'ן פוס, ווי ס'איז א חיוב פארבינדן מיט באדייטנדן שכר ועונש.

האבן א סיסטעם פאר די ציצית פעדים, אזוי אז אלע פיר געהענגלעך זאלן אריינפארן אין טאַש מיט בעיוטי.

זאגן "סאויט אכט."

שטינקן דינסטאג פארמיטאג פון העררינג.

עסן פרייטאג טועמיה ווייל מ'מוז, און פרעגן אנדערע צי מ'האט שוין געהאט, אנשטאט צי מ'וויל האבן.

זאגן "'ער' זאגט מיר," און ערשט נאכדעם מעלדן דער נאמען פונעם מאן דאמר, רוב מאל דורך אלטערנאטיווע אופנים.

כאפן אריין חמץ ערב פסח.

פורים האלטן זיי שוין עלף אזייגער פארמיטאג נאך דער סעודה, און קוקן א גאנצן טאג אויפ'ן זייגער צי מ'קען שוין דאווענען מעריב.

שניידן נישט די וואנצעס.

זאגן "מ'קען נישט," אנשטאט "לויט דער (אידישער) הלכה טאר מען נישט."

שטאלצירן מיט אידישע קעפ.

אינוועסטירן אין זייער אתרוג, און ווערן באליידיגט אויב עמיצער גיבט א פלייאינג פ*ק נישט צי ס'איז שיין, און נישט וויפיל געלט ער האט געצאלט דערפאר.

זענען מבינים אויף טאבאק.

קומען צו שאלעשידעס מיט'ן רעגן-שטריימל, אפגעזען דעם וועטער אינדרויסן.

רעדן ווען זיי זענען הייזעריג.

טוען זיך אן ישיבה-כאלאטן דווקא און בלויז ביים פאָרן אויף א נסיעה צו קברי צדיקים, תעניתים, אדער ביים בויען די סוכה.

קויפן עליות.

עסן די פיאות אין ספרים געשעפטן.

זענען פאר'תאווה'ט פאר די קניידלעך אחרון של פסח.

שיקן קאפיטלעך תהילים אויף וואטסעפפ.

פראבירן זיין שעפעריש מיט זייערע ערב ראש השנה געווינטשאכץ.

נעמען פערזענליך ווען אנדערע פארלעצן די כתיבה/גמר חתימה טובה/גוט-קוויטל ווינטשעריי-געזעצן.

שפילן שוואך ביי תעניתים.

טרייבן אוועק בחורים פון קופקעס.

זאגן ארויס "אם-ירצה-השם" אויף אן אופן אזא מ'זאל וויסן אז ס'באשטייט פון דריי באזונדערע ווערטער, און נישט איין ווארט.

גייען מיט א שאַל אינעם ווינטער אפילו אינדאָאָרס.

זענען מנדב עסן לעילוי נשמת ר' ישעיה'לע.

שלעפן מיט זייער הוט צו חתונות ביי וועלכע זיי גייען מיט א שטריימל, אבער בלייבן מיט דער בעקיטשע.

גיבן זאכן פון זייערע הויזן טאשן, ווען זיי זענען נאך ווארעם.

האבן אויף זייערע העמעדער שטיקער געל אונטער די ארעמס, און שווארצע פאסן ביים קאָלנער.

זאגן "פיר רעדער און ס'פארט, דאס איז אלץ וואס כ'ברויך האבן," און דרייוון העכסט-טייערע קארס.

אקערן זייער בארד מיט די פינגער.

פיצן נישט די ציין.

עסן שבת זכור פיר קוגלען פשוט צוליב עמלק'ן.

נשלח: פרייטאג יוני 30, 2017 1:29 pm
דורך גראף
ניצן זייער פיאות אלס דענטעל פלאוס.
ניצן זייער ברילן אלס קיו-טיפס.

Re: מענטשן איך האס

נשלח: פרייטאג יוני 30, 2017 1:55 pm
דורך הבל וריק
גאונות! @יואב

נשלח: פרייטאג יוני 30, 2017 2:44 pm
דורך [NAMELESS]
יואב האט געשריבן: דערוואקסענע וועלכע קלאפן ביי המן, אבער מיט אזא זויערן בדיעבד, א פארווע שאקל מיט'ן פוס, ווי ס'איז א חיוב פארבינדן מיט באדייטנדן שכר ועונש.
ריזיג!

עסן פרייטאג טועמיה ווייל מ'מוז, און פרעגן אנדערע צי מ'האט שוין געהאט, אנשטאט צי מ'וויל האבן.
גאונות!

טוען זיך אן ישיבה-כאלאטן דווקא און בלויז ביים פאָרן אויף א נסיעה צו קברי צדיקים, תעניתים, אדער ביים בויען די סוכה.
כ'קענישט אטעמען...


שיקן קאפיטלעך תהילים אויף וואטסעפפ.
ערשטקלאסיג!

עסן שבת זכור פיר קוגלען פשוט צוליב עמלק'ן.
מאכטפול!


אזוי ארויסברענגן אזעלכע פעלער איז ריזיג... ווער רעדט נאך פון די חאלאט אידן... אייזן!

יואב, ווי וואנט מאר לייק דיס.