בלאט 1 פון 4
שוין ווידער.. ארעסטס אין לעיקוואוד
נשלח: דינסטאג יוני 27, 2017 2:06 pm
דורך תורה ומדע
איך הער אז די פעדס האבן ארעסטירט אפאהר משפחות אין נוא דשערזי. דער עולם לערנט זיך ניט אפ? מיר זענען ממש ככלב שב על קיאו
נשלח: דינסטאג יוני 27, 2017 4:18 pm
דורך berlbalaguleh
תורה ומדע: ס'איז דא ווייניג דיטעילס איבער די פרשה פון דעם ארעסט פון הרב סאראצקין ומשפחתו. אבער לויט ווי די נייעס קוועלער געבן איבער האט דער חשוב'ער רב שליט"א געוואשן געלטער ביי א געוויסן סטאר. אזוי ארום (אזוי טענה'ן זיי) האבן זיי איהם געקענט כאפן...! לאמיר ווארטן ביז ס'וועט ארויסקומען מער פרטים איבער די פרשה. ווען דער געוועזענער יו.עס. אטוירני פריעט בהארארא זכותו יגון עלינו איז געווען אין אמט האט מען געקענט זאגן אז ער זוכט סענזאציאנאלע נייעס צו קענען מאכן גרויסע העדליינס. אבער דער איצטיגער באאמטער איז נישט באוואוסט צו זיין א פובליסיטי-הונגעריגער מענטש...!
נשלח: דינסטאג יוני 27, 2017 4:32 pm
דורך תורה ומדע
berlbalaguleh האט געשריבן:תורה ומדע: ס'איז דא ווייניג דיטעילס איבער די פרשה פון דעם ארעסט פון הרב סאראצקין ומשפחתו. אבער לויט ווי די נייעס קוועלער געבן איבער האט דער חשוב'ער רב שליט"א געוואשן געלטער ביי א געוויסן סטאר. אזוי ארום (אזוי טענה'ן זיי) האבן זיי איהם געקענט כאפן...! לאמיר ווארטן ביז ס'וועט ארויסקומען מער פרטים איבער די פרשה. ווען דער געוועזענער יו.עס. אטוירני פריעט בהארארא זכותו יגון עלינו איז געווען אין אמט האט מען געקענט זאגן אז ער זוכט סענזאציאנאלע נייעס צו קענען מאכן גרויסע העדליינס. אבער דער איצטיגער באאמטער איז נישט באוואוסט צו זיין א פובליסיטי-הונגעריגער מענטש...!
איך ווייס נישט גענוי וואס טוט זיך און עס איטרעסירט מיר ניט צופיעל. האועבער, איך בין מתפלל אז מיר זאללען שוין קענען מחזיר זיין עטרה ליושנה, און אונזערע מוסדות זאללען ארויסגעבען אינגעלייט ערליכע וואס קענען זיך מפרנס זיין בהיתר ובכבוד. זאלל עס זיין וויאזוי נאר, צו מיט קאללעדזש דעגריס, בירט קאנטראלל, וואקעישענעל סקולס, וכדו׳.
פארפאללען, מען קען קען נישט זיין אן ערליכער איד און נישט גורס זיין דעם ״לא תגנוב״ פונעם אמעריקאנער שטייער באצאהלער. נשאת ונתת באמונה איז דער ערשטער שאלה אין בי״ד של מעלה. דוכטצאך אז דאס איז פאר מען פרעגט צו ״ביזט גאגאנגען שטימען אין די ישראל׳ישע וואהלן אדער געגאנגען אין צה״ל״.
נשלח: דינסטאג יוני 27, 2017 4:41 pm
דורך נולד מאוחר
יעדער גנבט די רייכע איוועדן טעקס די ארימע כאפן סאשיעל סערוויסעס.
כוויל וויסן איימאלצפאר אלעמאל איז דא הארטע נומבערס אס חרידישע אידן ווערן געכאפט מער ווי אנדערע?
נשלח: דינסטאג יוני 27, 2017 6:11 pm
דורך תורה ומדע
נולד מאוחר האט געשריבן:יעדער גנבט די רייכע איוועדן טעקס די ארימע כאפן סאשיעל סערוויסעס.
כוויל וויסן איימאלצפאר אלעמאל איז דא הארטע נומבערס אס חרידישע אידן ווערן געכאפט מער ווי אנדערע?
יעדער גנב׳ט איז איבערהויפט ניט קיין תירץ אין געריכט אדער פארן באוואוסטזיין.
נשלח: דינסטאג יוני 27, 2017 7:03 pm
דורך קאווע טרינקער
תורה ומדע האט געשריבן:איך הער אז די פעדס האבן ארעסטירט אפאהר משפחות אין נוא דשערזי. דער עולם לערנט זיך ניט אפ? מיר זענען ממש ככלב שב על קיאו
ס'איז א גרויסע קידוש השם... ס'ווייזט אז אלע אידן זענען אייניג, בני איש אחד, אפגעזעהן ווי גוט מ'האט געלערנט ענגליש אלץ קינד..
נשלח: דינסטאג יוני 27, 2017 7:39 pm
דורך [NAMELESS]
קאווע טרינקער האט געשריבן:ס'איז א גרויסע קידוש השם... ס'ווייזט אז אלע אידן זענען אייניג, בני איש אחד, אפגעזעהן ווי גוט מ'האט געלערנט ענגליש אלץ קינד..
איך וואלט עס נישט אנגערופן קידוש השם, אבער דאס איז זיכער אז ס׳איז נישטא ווער ס׳זאל שרייען חילול השם, אזאך וואס פאסירט געווענדליך ווען מ׳ארעסטירט חסידים.
נשלח: דינסטאג יוני 27, 2017 7:43 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
דער קידוש ה׳ איז אז די פרומע נייעס קוועלער האבען געהאט גענוג רחמנות דאס נישט צו מעלדען.
מ'שמועסט אז ס'קומט נאך ארעסטן מארגן און איבער-מארגן. א קאפיטעל תהלים וואלט נישט געשאדט.
מענטשען וואס האבן געליינט די קלאגעס זענען ערשטוינט ווי שוואך זיי זענען. מ'דארף זיך עכט שרעקן, ס'איז מדת הדין מתוחה.
נשלח: דינסטאג יוני 27, 2017 8:17 pm
דורך berlbalaguleh
שלום שטיסל האט געשריבן:קאווע טרינקער האט געשריבן:ס'איז א גרויסע קידוש השם... ס'ווייזט אז אלע אידן זענען אייניג, בני איש אחד, אפגעזעהן ווי גוט מ'האט געלערנט ענגליש אלץ קינד..
איך וואלט עס נישט אנגערופן קידוש השם, אבער דאס איז זיכער אז ס׳איז נישטא ווער ס׳זאל שרייען חילול השם, אזאך וואס פאסירט געווענדליך ווען מ׳ארעסטירט חסידים.
שלום שטיסל: און דער ריעל עסטעיט שווינדלער און גנב, וועם דער ..."משפחה"... האט אנגערופן ..."נגיד"... איז אויכעט נישט קיין פארחניאק'טער חסיד וואס קען נישט קיין 2 ווערטער ענגליש. אויך גייט ער נישט מיט א שטריימל און בעקישע...! אבער ווען ס'געשעהט ביי די..."האסידים"...דאמאלס וועקן זיך אלע ..."חילול השם"...מענטשן אויף!
נשלח: דינסטאג יוני 27, 2017 8:54 pm
דורך סמבטיון
קען איינער געבן מער פרטים וואס איז פארגעקומען און וואס זייער עבירה איז געווען?
נשלח: דינסטאג יוני 27, 2017 11:02 pm
דורך תנחום
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:דער קידוש ה׳ איז אז די פרומע נייעס קוועלער האבען געהאט גענוג רחמנות דאס נישט צו מעלדען.
מ'שמועסט אז ס'קומט נאך ארעסטן מארגן און איבער-מארגן. א קאפיטעל תהלים וואלט נישט געשאדט.
מענטשען וואס האבן געליינט די קלאגעס זענען ערשטוינט ווי שוואך זיי זענען. מ'דארף זיך עכט שרעקן, ס'איז מדת הדין מתוחה.
jp updates האט עס יא געמאלדן
נשלח: מיטוואך יוני 28, 2017 11:39 am
דורך תורה ומדע
לויט די פרעסע מעלדונגען האט מען ארעסטירט נאך זעקס מענשען. דריי מענער און דריי פרויען. זיי זאגען אז סקומען נאך מער רח״ל.
רבותי, אוואו זענען די רבנים און עסקנים פון בארקלעיס... שומו שמים ...
מוואלט געדארפען ארויס גיין מיט מאסן פראטעסטן אנטקעגן די אללע וואס האבען אוועקגעשטעלט אונזער געזעלשאפט פון לוקסוס און איבריגקייט באיצטלא דרבנן, און שרייען ״דאס איז נישט דער דרך התורה אין גלות פאר משיח וועט קומען, מען טאר נישט לאזען דעם עולם גנבנען פונעם אמעריקאנער בירגער אזוי ווי עס ווייסט כל אוזן ששמעה על הר סיני ׳לא תגנוב׳. ״
דאס לוקסוס און קאלטור פון גניבה פארעקלט אונזער דמות בעיני הבריות, און טריפה׳נער געלדט איז נישט דער דרך התורה. לערנען אן אומנות, אפשטיפען די חתונה, אדער דאס גע וירדן קינדער ביז ווען מהאט א פרנסה קלה ונקיה איז ניט קיין עבירה. אבער געקייטעלטע אינגעלייט מיט זייערע ווייבער איז א מרפסין אגרא׳דיגער עוולה וואס שרייט ארויס קעגען אונז, אונזערע מנהיגים און ח״ו די תוה״ק זעלבסט.
נשלח: מיטוואך יוני 28, 2017 1:01 pm
דורך היסטאריקער
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:דער קידוש ה׳ איז אז די פרומע נייעס קוועלער האבען געהאט גענוג רחמנות דאס נישט צו מעלדען.
קאווע טרינקער האט געשריבן:איך וואלט עס נישט אנגערופן קידוש השם, אבער דאס איז זיכער אז ס׳איז נישטא ווער ס׳זאל שרייען חילול השם, אזאך וואס פאסירט געווענדליך ווען מ׳ארעסטירט חסידים.
Re: שוין ווידער.. ארעסטס אין לעיקוואוד
נשלח: מיטוואך יוני 28, 2017 1:19 pm
דורך דער גאלדענער אדלער
תורה ומדע האט געשריבן:לויט די פרעסע מעלדונגען האט מען ארעסטירט נאך זעקס מענשען. דריי מענער און דריי פרויען. זיי זאגען אז סקומען נאך מער רח״ל.
רבותי, אוואו זענען די רבנים און עסקנים פון בארקלעיס... שומו שמים ...
מוואלט געדארפען ארויס גיין מיט מאסן פראטעסטן אנטקעגן די אללע וואס האבען אוועקגעשטעלט אונזער געזעלשאפט פון לוקסוס און איבריגקייט באיצטלא דרבנן, און שרייען ״דאס איז נישט דער דרך התורה אין גלות פאר משיח וועט קומען, מען טאר נישט לאזען דעם עולם גנבנען פונעם אמעריקאנער בירגער אזוי ווי עס ווייסט כל אוזן ששמעה על הר סיני ׳לא תגנוב׳. ״
דאס לוקסוס און קאלטור פון גניבה פארעקלט אונזער דמות בעיני הבריות, און טריפה׳נער געלדט איז נישט דער דרך התורה. לערנען אן אומנות, אפשטיפען די חתונה, אדער דאס גע וירדן קינדער ביז ווען מהאט א פרנסה קלה ונקיה איז ניט קיין עבירה. אבער געקייטעלטע אינגעלייט מיט זייערע ווייבער איז א מרפסין אגרא׳דיגער עוולה וואס שרייט ארויס קעגען אונז, אונזערע מנהיגים און ח״ו די תוה״ק זעלבסט.
@תורה ומדע: כ'בין א גרויסע חסיד פון דיין נאמען. דו זאגסט גוט, האסט א גוטע פאוינט, אז מ'טאר נישט גנבנען פון קיינעם נישט פון א איד און נישט פון א גוי און אפילו נישט פון פעטער שמואל, און בכלל דע געדאנק פון לעבן אויף יענעמס חשבון איז נישט קיין אויסגעהאלטנע זאך.
אבער איין טעות וואס דו מאכסט איז, אז די ישועה וועט לכאורה נישט קומען פון די מנהיגים וואס זיצן על סיר הבשר און פארוואלטן אויף ריזיגע באנק אקאונטס מיט אויסגעצאלטע ריעלעסטעיט וואס זיי האבן ארויסגענוגט פון זייערע צאן קדשים, זיי האבן אפילו נישט די פרעשור ווען איינער גייט אין חד גדיא, וואס אפילו ס'געטוהן געווארן לכבוד זיי ווייל זיי זענען קלוגער פון דעם, זייערע נעמען זענען ריין, כידוע.
די ישועה וועט לכאורה נאר קומען פון יעדן יחיד וואס וועט אפמאכן אז אינאפ איז אינאפ, אז די ריכטיגע וועג איז "תורה ומדע" תורה ויראה האט מען שוין פרובירט פאר כמעט 60 יאר ענד סאם האו איט דידנט ווערק, גאט האט אסאך בעסער ליעב "תורה ומדע"
כ'ווייס אז ס'דא חברה וואס גייען שרייען אז ס'דא פראבלעמען דארט אויך, אמת, אבער פרעצענטואל זעהט מען דארט ווייניגער פראבלעמען, והשנית ס'דא א חילוק ווען א מענטש האט די ברירה צו לעבן ווי א נארמאלע מענטש, און ער וועהלט צו לעבן קרום, קעגן א מענטש וואס האט בכלל נישט אזא טשויס, גלייך ווען ער הייבט נאר אן צו טראכטן עפעס נארמאל דערזעהט ער זיך אלל אוו עי סאדן מיט 4 קינדער מיט אומגעהוירע רענט וואס גראבט א לאך טיפער ווי די תהום און ווען ער וויל זיך העלפן פרובירט ער אלע משוגענע זאכן.
זאל דער בוכ"ע חונן דעת אלע אידישע קינדער בקרוב ממש, ווייל ס'כלו כל הקיצין
נשלח: מיטוואך יוני 28, 2017 1:31 pm
דורך תורה ומדע
איי.... מיין הארץ טריפט מיט בלוט
איך שפיר ווי ירמי׳ הנביא אין די גאסען פון ירושלים בעת׳ן חורבן זאגענדיג ״איי טאולד יוא סא״.
נשלח: מיטוואך יוני 28, 2017 2:21 pm
דורך רוסישער
כדי צו עס מאכען מער דראמאטיש שרייבען זיי אין די נייעס אז סך הכל האט מען גע'גנב'ט 'איבער א מילליאן' דאלער, כאטש אז דאס איז צווישן אכט מענטשן. איז דאס א נארמאלער זאך?
Re: שוין ווידער.. ארעסטס אין לעיקוואוד
נשלח: מיטוואך יוני 28, 2017 3:21 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
מ׳מאכט הנחות און מ׳דרייט זיך מיט טענות.
איינער פון די היינטיגע ארעסטאנטען קען איך זייער גוט. לוקסוס?! וואס ווען ווי?! ער לעבט בדחקות נורא ובצמצום גדול! א צדיק פון א יונגערמאן.
דער רעגירונג האט זיך פארלייגט אויף לעיקוואוד, ווארשיינדליך פאר פאליטישע סבות.
יא, מ׳וואלט געמעגט מער אכטונג געבען. אבער דאס זאגען אז די אלע ארעסטאנטען האבען געלעבט א שוואוילטאג אויף דער רעגירונג׳ס חשבון, איז פון די שקרים פון די צייטונגען.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
נשלח: מיטוואך יוני 28, 2017 4:00 pm
דורך תורה ומדע
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:מ׳מאכט הנחות און מ׳דרייט זיך מיט טענות.

יישר כוח פארן אויפמערקן דעם עולם אז דער אינגערמאן איז א חשובער איד. פון דער אנדערען צד, ברענגט דאך דאס ארויס דאס געפערליכער מצב אין וועלכער מיר געפונען זיך...
נשלח: מיטוואך יוני 28, 2017 4:01 pm
דורך תורה ומדע
זיצען און לערנען איז אויך בבחינה מסיומת א לוקסוס...
Re: שוין ווידער.. ארעסטס אין לעיקוואוד
נשלח: מיטוואך יוני 28, 2017 4:02 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
ס׳איז א פרטישע מעשה, נישט פארבונדען מיט דער געזעלשאפט. יא, ס׳איז מסתמא דא מענטשען וואס שפילען דער סיסטעם, און דאס איז מעגליך פארבונדען מיט א גלויבונג אז משפטים בל ידעום, אבער דא איז דאס נישט די מעשה, עכ"פ נישט ביי אלע ארעסטאנטען.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
נשלח: מיטוואך יוני 28, 2017 4:05 pm
דורך שבת אחים
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:מ׳מאכט הנחות און מ׳דרייט זיך מיט טענות.
איינער פון די היינטיגע ארעסטאנטען קען איך זייער גוט. לוקסוס?! וואס ווען ווי?! ער לעבט בדחקות נורא ובצמצום גדול! א צדיק פון א יונגערמאן.
דער רעגירונג האט זיך פארלייגט אויף לעיקוואוד, ווארשיינדליך פאר פאליטישע סבות.
יא, מ׳וואלט געמעגט מער אכטונג געבען. אבער דאס זאגען אז די אלע ארעסטאנטען האבען געלעבט א שוואוילטאג אויף דער רעגירונג׳ס חשבון, איז פון די שקרים פון די צייטונגען.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
פעי״ק ניו״ס בלע״ז...
נשלח: מיטוואך יוני 28, 2017 4:35 pm
דורך berlbalaguleh
שבת אחים: רעד קלארע דיבורים. דו האלטסט אז די ארעסטירטע אידן אין לעיקוואוד זענען גילטי אדער נאט גילטי. דער סיסטעם טויג דאך נישט. און מ'מוז ווערן או.טי.די. ווייל דו זעהסט דאך וואס ס'קומט ארויס פון די ערליכע אידן וועלכע זיצן און לערנען...בלא...בלא...בלא...יו אר טו פרעדיקטעבל..!
נשלח: מיטוואך יוני 28, 2017 6:08 pm
דורך איך אויך
כ'האב געזעהן ברענגן אז די גאווערמענט האט עטליכע יאר צוריק עמטליך געווארנט (וואס איז אנדערש ווי געווענליך ווי די רעגירונג זוכט דווקא איינצומיירן כידוע) די קאמיויטי לידערס אז מען זאל אנזאגן דעם עולם זאל סטאפן די פראודס. אויב דאס איז אמת זאלן די חברה פיין זיצן.
אה''נ אז די שווארצע און מעקסיקאנער דארפן אויך זיצן אבער דאס זאלן זיי דיסקאסירן אין זייערע ק''ש, דא רעדט מען בנוגע היימישע אידן גנבים.