על הא ועל דא (א')
נשלח: דינסטאג יולי 04, 2017 10:04 pm
ווער עס וועט איבערליינען מיין ערשטע תגובה אין ק"ש, ביים "ברוכים הבאים" אשכול, וועט זען ווי איך דערצייל איבער מיין נישטערן אין אוצר הספרים'ס א.א.וו.
ווי א ריכטיגער פאציענט פון די שוידערליכע אומהיילבארע קרענק, גערופן "הציץ ונפגע" סינדראם, האט איין ספר געברענגט דעם צווייטן, דער צווייטער דעם דריטן, און דער דריטער דעם פערטן. די נעמען און די אינהאלט פון די ספרים, האבן זיך אויך געטוישט מיט די צייט - הגם ס'איז נישט געקומען "זה במקום זה" נאר "לא זו אף זו". הצד השווה שבהם, אז אפילו אין ספרים על טהרת הקודש, כאפט דער אויג שוין אויף אסאך טשיקאווע שטיקלעך און מאדנע הערות, וואס זענען ווערד פאראייביגט צו ווערן.
איך האף דא אנצוהייבן ארויפלייגן אינטערעסאנטע בלעטער פון ספרים, וואס זאגן פארשידענע חידושים וואס מיר האבן נישט געוואוסט אדער זיך פארגעשטעלט אז זיי וועלן עס שרייבן.
[center]*[/center]
אין ירושלים האט געוואוינט דער באקאנטער צדיק און גאון מופלג, רבי דוד בהר"ן (זיין פאטער איז געווען דער צדיק פלא רבי נחום שאדיקער זצ"ל, וואס דער חפץ חיים איז אינספירירט געווארן פון אים. ער איז אויך געווען א ברודער פון רבי זלמן בהר"ן, א צדיק וגאון פאר זיך). ער איז געווען א תלמיד פון רבי יהושע לייב דיסקין, אן איידעם ביים טשיקאווער קנאי רבי עקיבא יוסף שלעזינגער, א חברותא מיטן ליטווישן מקובל דער "לשם", און ער איז אויך געווען פון די ירושלימ'ע רבנים וואס האבן שטארק געשטיצט דעם עדה החרדית. פאר מער איבער אים, ליינט דא.
תמונת קדשו של רבי דוד בהר"ן:
האבנדיג א קורצע בליק אויף זיין עכט-פרומע לעבן, לאמיר גיין צום פונקט.
קנאפע זעקס יאר צוריק, איז ערשינען א ספר'ל מיטן נאמען "ארח דוד", וואו זיינס אן אייניקל האט צאמגעקליבן אלע "הלכות והליכות, חידושים ומכתבים, אורחות ותולדות" פון רבי דוד בהר"ן, און זיין משפחה.
בתוך הדברים ווערט געברענגט א פסק, וואס פארשטייענדיג פון וועמען מיר רעדן דא, איז עס היבש מחודש'דיג. רבי דוד האט גע'פסק'נט, אז מ'זאל נישט זאגן דעם באקאנטן נוסח "מי שברך" פאר א חולה, וואו מ'דערמאנט אז ער זאל האבן א רפואה ברמ"ח אבריו ושס"ה גידיו, נאר מ'זאל גענצליך אויסלאזן די ווערטער וויבאלד היינט צוטאגס ווייסן מיר אז א מענטש האט אן אנדערע צאל איברים וגידים, און טראצדעם וואס די משנה ברענגט שוין די צאל איברים וגידים, זאגן מיר אז עס איז "נשתנו הטבעיים", און דערפאר זאל מען היינט זאגן "בכל אבריו ובכל גידיו".
מיט דעם נויגט ער אפ פונעם מער טראדיציאנאלע וועג פון מסביר זיין אז עכט זענען יא דא פונקט רמ"ח ושס"ה, נאר חז"ל האבן געוואוסט פונקטליך וואס הייסט אן אבר און וואס הייסט א גיד און וואס איז עפעס אנדערש, אדער פון זאגן אז ס'מיינט העכערע בחינות. ר' דוד זאגט פשוט, ס'מיינט דאס וואס היינטיגע פארשער רעדן פון, און וויבאלד די צאל איז אנדערש מוז מען זאגן אז "נשתנו הטבעיים", אבער פאקט בלייבט פאקט אז היינט זענען נישטא קיין רמ"ח אברים ושס"ה גידים.
בייגעלייגט:
[center]*[/center]
ווער האט זיך נאכנישט געוואונדערט איבער די מאדנע סארט פלפולים, אז פרעה האט געהאלטן "קנין הפירות כקנין הגוף דמי" און משה האט געהאלטן אז "קנין הפירות לאו כקנין הגוף דמי", אדער אז "משה האט געהאלטן...", אבער "קרח האט געהאלטן...", א.א.וו. וואס דער ספר פרשת דרכים איז פול דערמיט וכמה גדולים וטובים נהו אחריו.
געווענליך וואונדערן מיר זיך אפילו אויף די מחברי הספרים. וואס האבן זיי טאקע געקלערט? אז פרעה, לבן, עשו, קרח, און אלע אנדערע חברה, זענען געווען אזעלכע גאונים בתורה מיט טיפזיניגע חשבונות פארוואס זיי זענען גערעכט?!
קומט אבער א חסידישע רבי מיט א שיינע פשט: נישט זיי אליינס האבן אזוי געזאגט, נאר זייער שר האומה למעלה האט אזוי געזאגט! מלאכים, קענען אבוויעסלי יא לומדות... א חידוש אז דאס איז אונז נישט איינגעפאלן, אזא שיינע שח-מט ענטפער.
בייגעלייגט:
[center]*[/center]
איך האב נאך אסאך זאפטיגע שטיקלעך, אבער די פארום לאזט נישט ארויף מער פון פינף בילדער פער תגובה. (פארוואס טאקע?)
נו, וועלן די איבעריגע זאכן דארפן ווארטן אביסעלע...