איז שוין צייט צו גרינדן א וועד ההורים וואס זאל פארטרעטן די
נשלח: מאנטאג יולי 10, 2017 9:17 am
פון דא
https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.p ... 0#p1478736
איז שוין צייט צו גרינדען א וועד ההורים וואס זאל פארטרעטען די עלטערן מיט שכ"ל און הוצאת המוסדות?
די לעצטיגע בריווען וואס עלטערן באקומען מיט שכ"ל פרייזן פארן קומענדיגן יאר הייבן ערענסט אויגן ברעמען ביי א ריזן צאל מענטשען. מוסדות אקראס די בארד האבן מחליט גווען צו דראמאטיש העכערן שכ"ל פרייזן, אין רוב פעלער מיט א מינימום פון גאנצע 50% העכערונג אדער גאר דאפעלט וויפיל עס איז גווען פאריאר. אין אסך פעלער דערגרייכט דער העכערונג צו 150%.
א ידיד מיינער זאגט מיר אז זיין שכ"ל קומענדיגער יאר גייט אים קאסטן $3900 א חודש, אנשטאט...1500 א חודש. דאס הייסט אז דער איד גייט צאלן 50,000$ א יאר פאר שכ"ל.
איז אזוי, ווען איך ווייס ווען אז טאקע די אידן וואס לערנען די תורה מיט אונזערע קינדער, האבן באקומען ריזן געהאלט העכערונגען און האבן אנגעהויבן באקומען 2000$ א וואך וועיזשעס, נו החרשתי. דאס זעלבע אויב וואלט מיין ניכטע די לערערין אהיימגעקומען מיט די בשורה טובה אז מען האט געדאפעלט איר געהאלט פון גאנצע $150 צו $300 א וואך, וואלט איך בעסער פארשטאנען...אבער דער מציאות איז דאך נישט אזוי.
א שנעלער חשבון זאגט מיר אז ווייניגער ווי א דריטל פון די קאסטן פונעם מוסד קומט אן צו די אידן וואס טוען פאקטיש לערנען מיט אונזערע קינדער, די איבריגע גייט לכאורה פאר אדמינעסטראטיווע אויסגאבן, און אויפצוהאלטן די טייערע בניינים, גלאזענע טירן, קאלירטע בראשורען ועוד ועוד.
און יעצט צו די מיליאן דאלאר פראגע...
איז נאכנישט די העכסטע צייט אז עס זאל געשאפן ווערן א וועד הורים וואס זאל זיין דער פארמיטלער צווישן די עלטערן און די הנהלת המוסדות, און אויב רוב עלטערן זענען קעגן געוויסע הוצאות, אדער זענען קעגן א געוויסע דראסטישע טויש וואס מוסדות ווילן מאכן, זאל זיין א געוויסע מהלך ווי אזוי דאס זאל קענען געברענגט ווערן צו די הנהלת המוסדות אויף א וועג אז זיי זאלן זיך מוזען רעכענען דערמיט. דער מצב כהיום איז אז אפילו עס איז דא 5000 מענטשען וואס זענען נישט צופרידן, איז יעדער פאר זיך נאר א יחיד, מיט וועם די הנהלה דארף זיך גאנץ ווייניג רעכענען.
נאך א נקודה, עס איז ברייט באקאנט, אז מוסדות על אף פארשידענע אידעלאגישע דיפערענצען ארבעטען צוזאמען ווען עס קומט צו שכ"ל העכערונגען, כדי עס זאל זיין א פאראייניגטען פראנט פון אלע מוסדות. איז נישט צייט אז עלטערן זאלן טוען דאס זעלבע?
נ.ב. להבהרת הענין, דער אשכול איז נישט געמאכט אראפצורייסן חלילה די הנהלת המוסדות. די עסקנים וואס טוען פאר די מוסדות זענען על פי רוב מענטשען וואס ליגט אויף זיי א שווערען יאך צו דעקען בוזשעטען פון צענדליגער מיליאנען דאלארן, און ארבעטען גאר שווער אז אלעס זאל קלאפן, און אז אונזערע קינדער זאלן קענען לערענען און שטייגען. די נקודה איז נאר אז אונז עלטערן דארף מיר האבן פארטרעטערשאפט ביים טיש (ענדליך צו א יוניאן וואס פארטרעט די ארבעטער ביי די בעלי בתים ווי באלד די ארבעטער אלס יחידים קענען גארנישט אויפטוען). ביטע