בלאט 1 פון 1
VAT פאר אמעזאן סעללערס אין UK
נשלח: דאנערשטאג יולי 13, 2017 10:56 am
דורך סמבטיון
איז דא איינער וואס קען זיך אויס אין דעם פעלד?
איז עס א חוב צו האבן?
אויב האט מען עס נישט קען מען דיר סוספענדען?
וויאזוי באקומט מען א vat נאמבער?
וויפיהל פראצענט גייט אראפ נאך vat?
נשלח: דאנערשטאג יולי 13, 2017 11:49 am
דורך הוגה
קיין סאך אינפארמאציע האב איך נישט. VAT איז די בריטישע ווערסיע פון סעילס טעקס. איך גלייב נישט אז עמעזאן גייט אן אויב דו באצאלסט אדער נישט, אבער די בריטישע רעגערונג סטראשעט אז זיי גייען זיך נעמען דערצו, זיי גייען פינעלייזן און אפילו פארמאכן ווער עס באצאלט נישט. איך ווייס נישט דער פונקטליכע פראצענט אבער עס איז א שיינע פראצענט, עד כדי כך אז מ'דארף אריינקוקן אויב מ'איז פראפיטעבל דערנאך. אין דער איין פאל וואו איך האב מיטגעהאלטן האט די קאמפאני גענוצט א לאנדאנער אקאונטענט דערפאר.
.
Re: VAT פאר אמעזאן סעללערס אין UK
נשלח: דאנערשטאג יולי 13, 2017 8:18 pm
דורך ביליג
צוואנציג פראצענט
Re: VAT פאר אמעזאן סעללערס אין UK
נשלח: מאנטאג יולי 17, 2017 7:59 am
דורך מאטל שניידער
דו דארפסט עס נאר קאלעקטן אויב דו האסט סעילס פון דאכצעך מער ווי 80,000 פונט א יאר