בלאט 1 פון 1

געדאנק אריינצוברענגען געלט פאר קאווע שטיבל

נשלח: דאנערשטאג יולי 13, 2017 3:03 pm
דורך newkave
ס'איז מיר איינגעפאלן א געדאנק וויאזוי אריינצוברענגען געלט פאר קאווע שטיבל אן אדווערטייזמענטס.
דא אין שטיבל איז דא א ניק וואס רופט זיך [tag]easy shopping[/tag], וואס ער איז דא צו ברענגען ביליגע דיעלס, אבער בלויז אונז גוט צו טון, נישט חלילה אז ער זאל מאכן געלט דערפון. האב איך אן עצה וויאזוי יעדער קען נהנה זיין.

מען זאל אויפסעטן אז איינער קויפט דורך זיין לינק, זאל עס אויטאמאטיש רידיירעקטן אז ס'זאל זיין כאילו ער האט געקויפט דורך ק''ש, און אזוי וועט מען מאכן געלט פארן שטיבל (דער איזי שאפינג איז דאך סייווי דא נאר אונז צו ברענגען גוטע דיעלס, איך גלייב נישט אז ס'וועט עם באדערן).

נשלח: דאנערשטאג יולי 13, 2017 3:18 pm
דורך קורקלענד
שיינע געדאנק. אבער פארוואס דארף קאווע שטיבל געלט?

בכלל בין איך נייגעריג פון וויפיל געלט ס'רעדט זיך.

נשלח: דאנערשטאג יולי 13, 2017 3:26 pm
דורך newkave
קורקלענד האט געשריבן:שיינע געדאנק. אבער פארוואס דארף קאווע שטיבל געלט?

בכלל בין איך נייגעריג פון וויפיל געלט ס'רעדט זיך.


זארגסט זיך שוין. אזויווי [tag]איש את רעהו[/tag].

די געלט וואס מ'פלעגט באקומען איז געגאנגען פאר ילדי צרפת. צופרידן?

נשלח: דאנערשטאג יולי 13, 2017 3:33 pm
דורך Easy Shopping
ביי מיר האסטו געפוילט איך האב שוין עטליכע מאל געשיקט אן אימעיל צו די הנהלה דערוועגען

Re: געדאנק אריינצוברענגען געלט פאר קאווע שטיבל

נשלח: דאנערשטאג יולי 13, 2017 7:18 pm
דורך החוקר
@easy shopping
דו דארפסט דאך וויסן, רעדט מען דא פון עפעס ממשתדיג אדער פרוטות? אויב פרוטות גלייב איך שווער די הנהלה זאל זיך וועלן באדערן.