בלאט 1 פון 1
וועיז אין אידיש
נשלח: מוצ"ש יולי 15, 2017 11:07 pm
דורך ווייל אזוי
ווען אונז זענען געווען קינדער איז נאר געווען די אלטע גראבע דשי.פי.עס'ס, ווען איינער האט שוין געהאט אביסל א קלענערע אדער מיט טרעפיק אפדעיטס
(וואס איז געלאפן מיט אפאר שעה שטייט) איז ער שוין געווען פון די בעסערע, די קול איז געווען א קול אשה און די עלטערן פלעגן טאקע אפאכט געבן צו מאכן שטילער די וואליום ווען די קינדער זענען געווען אין קאר.
דא איז א לינק פון חברים וואס האבן שוין געוויינט אויף די קול אשה,
viewtopic.php?f=24&t=180&start=1650.
נאכדעם איז שוין ארויסגעקומען בעסערע ג.פ.ס'ס וואס איז געווען קלענער געבויט און האט שוין נישט געהאט די ריזיגע ראוד'ס אויף זיך, די טרעפיק אפדעיטס איז שוין געווען בעסער אפדעיטעט, אזוי האט זיך מיט די יארן גערוקט די אפדעיטס ביז היינט ארבעט עס שוין סאך בעסער.
די וועלט בלייבט נישט שטיין און ס'איז ארויסגעקומען גוגל-מעפס, וועיז און נאך וואס ס'איז אויפן טעלעפאון, די טרעפיק איז שוין גוט אפדעיטעט, און מ'קען אויך טוישן קול צו א מאן, און נאך אסאך מעלות.
לעצטענס איז וועיז ארויסגעקומען מיט א נייע אפדעיט אז מ'קען רעקארדירן א קול/שפראך און ווער עס וויל קען עס דאונלאודן און נוצן.
איז געקומען א אינגערמאן 'לייבי ווידער' און רעקארדירט אין אידיש אלעס און ארויסגעלייגט פאר'ן עולם אז מ'זאל הנאה האבן.
ס'איז זייער געפאלן די געדאנק און מענטשן האבן דאס געזעהן און מ'האט אנגעפאנגען נאכצומאכן, ס'וואקסן ארויס יעדן טאג נאך, ווי שוועמלעך נאך א רעגן יעדער מיט זיין חן, צווישן אנדערע קען מען הערן ווי חאצאצקע רבי פרעגט מיט אזא זיסע שמייכל "דו ביסט גרייט?" אדער ווי לייבי זאגט "דו ביסט פיינע נייעס ביסט אנגעקומען".
נאך אביסל וועט נאך ארויסקומען א ראש השנה ווירדשען ווי מ'וועט הערן א קול געשטיקט פון טרערן הייסן "מאך א רעכטס".
אויך וועט ארויסקומען לצנות ווי מ'וועט נאכמאכן באקאנטע שטימע'ס א שטייגער ווי משגיח'ם, מלמדים, רבנים וכו' .
דאאיז די לינק פון לייבי ווידער.
דא איז די לינק פון חאצאצקע רבי.
דא איז די לינק פון חילי פאוזן.
נשלח: מוצ"ש יולי 15, 2017 11:55 pm
דורך קאצקע ציקער
חח שטעלטס ענק פאר איינער גייט נאכמאכן ר'יוסף חיים גרינוואלד'ס שטימע לשיטת די רבי זי"ע מאכטס א שארפע רעכטס יעצט
נשלח: זונטאג יולי 16, 2017 1:33 am
דורך אייז קריעם
איך בין גרייט שיין צו צאלן אויב איך קען האבן סאטמערע רב'ס קול זאל מיר זאגן צו מאכן א לינקס..
Re: וועיז אין אידיש
נשלח: זונטאג יולי 16, 2017 1:52 am
דורך דער גאלדענער אדלער
אייז קריעם האט געשריבן:איך בין גרייט שיין צו צאלן אויב איך קען האבן סאטמערע רב'ס קול זאל מיר זאגן צו מאכן א לינקס..
וועלעכע, ס'דא מערערע, זיי האבן מקיים געווען דעם ופרצת
נשלח: זונטאג יולי 16, 2017 2:20 am
דורך קורקלענד
עס איז א גוטע געדאנק געווען פון וועיז'ס צד. ס'פילט אסאך היימישער און געשמאקער. די איינס וואס איך האב פרובירט איז אבער גוט פאר איין צוויי מאל דערנאך פילט עס זייער קארני. איך וואלט הנאה געהאט פון א לייטישע אידישע רעקארדירונג. אפשר זענען איינער פון די אנדערע לייטיש. מעמער פרובירן.
נשלח: זונטאג יולי 16, 2017 4:28 am
דורך ווייל אזוי
פעסטער רבי איז נאך די בעסטע.
צווישן אנדערע, ביי א פאליס, זאגט ער מיט זיין זיסע שטימע "יו ס'איז דא א פאליס" ....
ס'לוינט זיך עס צו דאונלאודן, אקעי.
נשלח: זונטאג יולי 16, 2017 8:46 am
דורך יואליש
זייער קאמיש.
די פראבלעם מיט די רעקארדירטע שטימע איז אז וועיז זאגט נישא די נעמען פון די גאסן, ווייל ס'איז אומעגליך צו רעקארדירן אלע גאסן.
א גרויסע סכנה איז אויב מ'מאכט א פרענק מיטן זאגן ימין שהוא שמאל ועל שמאל שהוא ימין. חוץ פונעם איסור פון לא תסור איז עס סכנות נפשות ממש.
נשלח: מיטוואך יולי 26, 2017 11:29 am
דורך שמעקעדיג
עס האט לאו דווקא מיט אידיש, אבער עס איז דאך פיינע נייעס.
פאר די לעצטיגע טרענד פון Android Auto וואס מען קען קאנעקטן דעם פאון צום קאר סקרין (רוב נייע קארס האבן שוין די אפציע, מיט'ן אויסנאם פון טאיאטע וואס עקשנ'ט זיך), איז ביז היינט נאר געווען מעגליך צו נוצן גוגל מעפס, על אף וואס אזויפיל זענען געוואוינט צו וועיז.
אצינד קומט די נייעס אז וועיז גייט אנהייבן ארבעטן אינאיינעם מיט אנדרויד-אוטו. דערווייל זענען נאך נישט אלע פונקציעס אין סערוויס, אבער צוביסלעך וועט זיך עס פארבעסערן.
https://www.cnet.com/roadshow/news/waze ... ar-cabins/אנפארטשונעטלי פאר עפל-קאר-פלעי, איז א ערנסטע שאלה צי עס וועט ארבעטן.
נשלח: מיטוואך יולי 26, 2017 12:39 pm
דורך ברוך שאמר
ווייסט איינער די לינק צו ר'ליפא airmount
נשלח: מיטוואך יולי 26, 2017 12:55 pm
דורך היכי דמי
שמעקעדיג האט געשריבן:עס האט לאו דווקא מיט אידיש, אבער עס איז דאך פיינע נייעס.
פאר די לעצטיגע טרענד פון Android Auto וואס מען קען קאנעקטן דעם פאון צום קאר סקרין (רוב נייע קארס האבן שוין די אפציע, מיט'ן אויסנאם פון טאיאטע וואס עקשנ'ט זיך), איז ביז היינט נאר געווען מעגליך צו נוצן גוגל מעפס, על אף וואס אזויפיל זענען געוואוינט צו וועיז.
אצינד קומט די נייעס אז וועיז גייט אנהייבן ארבעטן אינאיינעם מיט אנדרויד-אוטו. דערווייל זענען נאך נישט אלע פונקציעס אין סערוויס, אבער צוביסלעך וועט זיך עס פארבעסערן.
https://www.cnet.com/roadshow/news/waze ... ar-cabins/אנפארטשונעטלי פאר עפל-קאר-פלעי, איז א ערנסטע שאלה צי עס וועט ארבעטן.
לויט ווי עס הייסט וועט די נייע טאיאטע סיענע זיין אויסגעשטאט מיט די ענדרויד אוטא, וועט זיין מעגליך צו האבן וועיז.
נשלח: מיטוואך יולי 26, 2017 9:55 pm
דורך שמעקעדיג
לויט ווי עס הייסט? וואו האסטו דאס געזעהן? טאיאטע האלט נישט דערביי. זיי ווילן האבן נאר אייגענע סאפטוועיר.
נשלח: מיטוואך יולי 26, 2017 10:59 pm
דורך גלויבער
נשלח: מיטוואך יולי 26, 2017 11:02 pm
דורך גלויבער
נשלח: דאנערשטאג יולי 27, 2017 10:43 am
דורך היכי דמי
ברוך שאמר האט געשריבן:ווייסט איינער די לינק צו ר'ליפא airmount
ס'איז נישט פון ליפא אליין. איינער מאכט נאך זיין שטימע. דא האט איר די לינק:
http://waze.com/ul?acvp=5481b4
נשלח: דאנערשטאג יולי 27, 2017 10:45 am
דורך היכי דמי
שמעקעדיג האט געשריבן:לויט ווי עס הייסט? וואו האסטו דאס געזעהן? טאיאטע האלט נישט דערביי. זיי ווילן האבן נאר אייגענע סאפטוועיר.
האב איך נעכטן געפרעגט פון איינעם וואס טוט אין קארס, און ער ווייסט וואס ער רעדט האט ער מיר געזאגט אז די נייע סיאנע וועט עס האבן.
נשלח: דאנערשטאג יולי 27, 2017 6:56 pm
דורך הוגה
איך האב שוין פרובירט עטליכע מאל און איך טרעף נישט קיין איינס פון די קולות. וואס טו איך ראנג?
נשלח: דאנערשטאג יולי 27, 2017 7:31 pm
דורך שמעון וואלף
הוגה האט געשריבן:איך האב שוין פרובירט עטליכע מאל און איך טרעף נישט קיין איינס פון די קולות. וואס טו איך ראנג?
האסט עס דאנלאודעד?
Re: וועיז אין אידיש
נשלח: דאנערשטאג יולי 27, 2017 7:37 pm
דורך החוקר
היכי דמי האט געשריבן:שמעקעדיג האט געשריבן:לויט ווי עס הייסט? וואו האסטו דאס געזעהן? טאיאטע האלט נישט דערביי. זיי ווילן האבן נאר אייגענע סאפטוועיר.
האב איך נעכטן געפרעגט פון איינעם וואס טוט אין קארס, און ער ווייסט וואס ער רעדט האט ער מיר געזאגט אז די נייע סיאנע וועט עס האבן.
זאג יענעם אז ער ווייסט נישט וואס ער רעדט. עס גייט נישט האבן ענדרויד אויטא.
Sienna drivers will enjoy enhanced connectivity and entertainment through the new Toyota Entune[TRADE MARK SIGN] 3.0 multimedia system on all models, offering an enhanced set of connected vehicle technologies.
The Entune 3.0 system will feature navigation and App Suite Connect for everyone. The Sienna L, LE, SE and XLE grades will come standard with the Connected Navigation Scout GPS Link with Moving Maps. Sienna LE, SE, and XLE grades will come standard with the Entune Audio Plus, which includes Safety Connect, and Wi-Fi Connect. WiFi Connect will allow up to five mobile devices to connect using 4G LTE.
[url="http://toyotanews.pressroom.toyota.com/releases/toyota+debut+changes+2018+sienna+yaris+new+york+international+auto+show.htm"]Source[/url]
נשלח: דאנערשטאג יולי 27, 2017 7:40 pm
דורך מיש-נייעס
ברוך שאמר האט געשריבן:ווייסט איינער די לינק צו ר'ליפא airmount
ס'נאכנישט דאדערווייל, די נעקסטע שעיני וחמיששי גייט זיין אויף וועיז...
נשלח: דאנערשטאג יולי 27, 2017 9:00 pm
דורך הוגה
שמעון וואלף האט געשריבן:הוגה האט געשריבן:איך האב שוין פרובירט עטליכע מאל און איך טרעף נישט קיין איינס פון די קולות. וואס טו איך ראנג?
האסט עס דאנלאודעד?
וואס? וועיז?
Re: וועיז אין אידיש
נשלח: פרייטאג יולי 28, 2017 12:03 am
דורך סאשי פיש
דארפסט אפדעטען וועיז צו די לעצטע ווערסיע
נשלח: זונטאג יולי 11, 2021 8:44 pm
דורך שמחהלע קאפשטיק
לתועלת הבעלי עגלות וואס ווילן דרייווען על טהרת הקודש..... האב איך אויפגעפרישט דעם געעהנגל [אשכול]