בלאט 1 פון 1

קאנסילמאן דוד גרינפעלד

נשלח: מאנטאג יולי 17, 2017 2:25 am
דורך בן ישי
אינטערסאנטע נייעס קימט יעצט אריין אז די באקאנטע היימישע בארא פארקער קאנסיל מעמבער דוד גרינפעלד וועט נישט לויפן פאר ווידערווילונג דאס יאר.
ער וועט ווערן די עקזעקעטיו דיירעקטער ביי מעט קאנסיל - א גיט באצאלטע אין שטארקע פאסטן.
לויט די שמועות וועט ער נאמאנירן זיין חבר קלמן יעגער פון די קאמיוניטי באורד (וואס האט געדארפט לויפן קעגן זיין ערשטע קוזין קאנסילמאן חיים דויטש אין פלעטבוש) צו לויפן אויף זיין פלאץ.
מ'קען מעלדן ביז קומענדיגע מאנטאג אויב מ'וויל לויפן, בלייבט איבער צו זעהן ווער נאך וועט פרובירן זיין מזל.

נשלח: מאנטאג יולי 17, 2017 2:27 am
דורך בן ישי

נשלח: מאנטאג יולי 17, 2017 2:49 am
דורך diff
גייט ער אויך פארקויפן food donations פאר one stop k .טאקע א גוטע געהאלט

נשלח: מאנטאג יולי 17, 2017 10:40 am
דורך בן ישי
https://twitter.com/NYCGreenfield/statu ... 3971452928
Met Council is premier Jewish charity in NYC. Humbled that they want me to lead it after current CEO's retirement. http://on.wsj.com/2v8PKub 

נשלח: דינסטאג יולי 18, 2017 11:19 pm
דורך בן ישי
קאנסילמאן גרינפעלד האט טאקע געשטעלט קלמן יעגער צו לויפן פאר זיין בענקל,
אזוי ווי עס איז געווען א לעצטע מינוטיגע זאך וועט ער לויפן אן קיין קעגנער.
יעגער וואינט נישט יעצט אין דעם דיסטריקט אבער לויטן געזעץ קען ער לויפן ווילאנג ער וועט זיך אריבערציען פאר די וואלן.

נשלח: דינסטאג יולי 18, 2017 11:21 pm
דורך בן ישי
Democrat Councilman David Greenfield locks in colleague to run for his Brooklyn seat, sparking backlash
http://www.nydailynews.com/new-york/cit ... -1.3335579

נשלח: דינסטאג יולי 18, 2017 11:31 pm
דורך בן ישי
דוב הייקינד האט אטאקירט גרינפעלד פאר שטעלן קלמן יעגער.
אינטערסאנט אנצומערקן אז הייקינד האט געטוהן דאס זעלבע פאריאר מיט דיסטריקט לידער.
viewtopic.php?t=10875

נשלח: מיטוואך אוגוסט 02, 2017 7:34 am
דורך בן ישי
יוני הייקינד דער זוהן פון אסעמבלימאן דוב הייקינד האט געמאלדן אז ער גייט לויפן קעגן קלמן יעגער אלץ א אינדיפענדענט אויף די neighborhood party

עס קימט היציגע קאמפיינס אין בארא פארק גייט אויפלעבן!

נשלח: מיטוואך אוגוסט 02, 2017 7:38 am
דורך בן ישי

נשלח: מיטוואך אוגוסט 02, 2017 8:08 am
דורך קורקלענד
ביידע זענען א חלק פון די סוואמפ....

נשלח: מיטוואך אוגוסט 02, 2017 3:20 pm
דורך בן ישי
ביידע האבן געלונגענע חברה מיט זיי דאג מיינט אז ס'קימט היציגע קאמפיינען...

נו וועלן כאטש אסאך יודן מאכן געלט, די צייטונגען, פרינטינג וכו'.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 03, 2017 7:11 am
דורך diff

נשלח: פרייטאג אוגוסט 04, 2017 6:07 pm
דורך קורקלענד
.

נשלח: פרייטאג אוגוסט 04, 2017 6:16 pm
דורך קורקלענד
איינער פון די גרעסטע אויפטואונגען וואס גרינפעלד האלט זיך אין איין רימען מיט, איז אז ''ער האט פינאנצירט" אז מען זאל איבערבויען די אכצענטע עוועניו פארק פאר זיבן מיליאן דאלאר. פארשטייט זיך נאך וואס פעלדער בשעתו האט שוין אויך ערלעדיגט דאן בערך אזויפיל געלט אין רענאוואציעס, און גרינפעלד האט צוגעלייגט צו יענץ. אצינד אז עס איז שוין פארטיג, האט זיך דזשאן סטאססעל זיך אראפגעלאזט אהין פאר א באזוך.