בלאט 1 פון 1

אשא עיני אל ההרים

נשלח: דאנערשטאג יולי 20, 2017 2:42 am
דורך פארטראכטער
אשא עיני אל ההרים,
דעיס איז אפשר נאר א פשוט'ע קאפיטעל תהלים , אבער פאר מיר איז עס די שענסטע פאוים וואס איך האב נאר אמאל געזען, די טיפסטע תפילה וואס איך האב נאר אמאל געדאווענט, אין ס'איז טיפער ווי די טיעפקייט פון די אוישען,

איך זיץ צעבראכן, פארלוירן, האפענונג לאז,
אין איך הייב אויף מיינע אויגן צי די הויכע בערג, צי פארלוירענע מצבים"וואס שלינגען מיך איין, צי פראבלעמען וואס זעהן אויס ווי זיי טוען מיר דערטרענקען, צי מענטשן וואס זענען, מיט מער כוחות ווי מיר

אין איך פרעג צי מיר מאין???
פין ווי וועט קומען מיין הילף? וועט נאך אמאל זיין א טויש? וועט נאך איינער אמאל מיך קענען באלייכטן,

אבער איך שפרינג באלד אויף, אין כאפ זיך.. מיין הילף איז שוין דא ,מיין מצב איז נישט האפענונג לאז קיינער וועט מיך נישט צוקלאפן, אין נישט דערטרענקען,

ווייל מיין הילף קומט פין די וואס האט אלעס באשאפן, ער האט באשאפן אלע ליידן, אין אלע פרייד,פין אים קומט אלע מיינע פראבלעמען אין פין אים וועט קומען מיין האפענונג

ער כאפט נישט קיין דרימעל, אין ווערט קיינמאל נישט פארנומען, ער איז נאר פארנימען מיט היטן דעים מענטש פין פאלק ישראל

ער איז דיין שומר, ער איז דיין שאטן ווי די גייסט אין וועט דיך קיינמאל נישט לאזן פאלן אין צעקלאפט ווערן

אין יעדע סארט מצב אין יעדע סארט דורכגאנג טוט ער דיך אפהיטן, ער טוט אפהיטן דיין נפש פאר אייביג