מיט א 172 פירמעס וואס זענען א טייל פון די עס ענד פי אינדעקס וואס זענען ערווארטעט צו באריכטען זייער פארדינסטן די וואך, וועלען אנאליסטן אנאלזירען די באריכטן מיט מער פארזיכטיגקייט ווי בעפאר צו זען אויב די באריכטן ווייזען צייכענעס אויף א אפגעשוואכטע וואוקס אין די אמעריקאנע אדער וועלטליכע עקענאמיעס, לויטעט א באריכט פון מארקעט יאטש.
פון די הונדרעט און פיר פירמעס ווואס האבען שוין באריכטעט זייער פארדינסטן, האבן פיר און זיבעציג פראצענט באריכטעט העכערע פארדינסטן ווי דאס וואס אנאליסטן האבן געהאט פאראויגעשאצט, אבער נאר פינעף און פערציג פראצענט - קעגן די זעקס און פיפציג פראצענט אין דורכשניט- האבן באריכטעט בעסערע פארדינסטן ווי דאס וואס זיי אליינטס האבן געשאצט. דאס איז די נידריגסטע ציפער זייט ענדע 09׳.
די הויפט אורזאך פאר די אפשוואכונג אין די פארדינסטן ווערט אנגעלייגט צוליבן שטארקען דאללער. פירמעס וואס פארקויפן אסאך זייער פראדוקטען אין אייראפע מיטשענען זיך ווייל זייער פארדינסטן אין אייראפע איז ווייניגער ווערד אין די פירמעס באנק אקאנטעס אין אמעריקא. א געוויסע אנאליסט האט אנגעוויזן אז וואל סטריט האט געמאכט זייער א גוטן ארבעט נישט רעאגירענדיג צו נעגעטיוו צו די אלע באריכטן וואס ווערן בעיקר געשאפען צוליבן שטארקען וואלאטע און נישט צוליב אזא אפגעשוואכטע עקענאמיע.
די שוואכסטע זענען אריינגעקומען די אינדאסטריעל פירמעס און מעדיקעל פארבינדענטע פירמעס האבענדיג די קלענסטע פראצענט פירמעס פון די צוויי וואס האבן באריכטעט בעסער ווי ערווארטעטע פארדינסטן, די שטערקסטע זענען אריינגעקומען די טעכנעלאגיע פירמעס מיט א וואקוס ראטע פון כמעט זעקס פראצענט, צו פארדאנקען די שטארקע איינקונפטען פון עפפעל.
מאנטאג אינדערפרי ערווארט מען די באריכט פון מיק דאנעלדס, וואס איז די גרעסטע רעסטעראנט נעץ איבער די וועלט, און וועט געבן א גוטע בליק פאר אינוועסטירער ווי אזוי די אפגעשוואכטע עקענאמיע איבער די וועלט אפעקטירט אמעריקאנע באזירטע פירמעס.
דינסטאג איז ערווארטעט אז עפפעל וועט ארויס געבן זייער שאצונג פארען דריטען קווארטאל. אזוי אויך ערווארט מען די באריכט פון פעיסבאק ענדע וואך, זייענדיג די ערשטע באריכט זייט די פירמע איז געאנגען פאבליק.
ביזנעס נייעס און אנאליזען
- משה געציל
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1676
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 27, 2012 2:12 pm
- האט שוין געלייקט: 2456 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2705 מאל
ביזנעס נייעס און אנאליזען
ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)
- משה געציל
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1676
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 27, 2012 2:12 pm
- האט שוין געלייקט: 2456 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2705 מאל
פארקויפונגען פון נייע הייזער איז געפאלען מיט %8.4 אין יוני נאכען דעגרייכען א רעקארד צוויי יאר שטארקייט אין מאי, אנדייטענדיג אז די אפשוואכונג אין די אמעריקאנע עקענאמיע טוט מאכען קויפערס מער פארזיכטיג בעפארן קויפן א הויז.
פארקויפונגען זענען געפאלען צו א יערליכע ראטע פון 350,000 אין יוני (דאס מיינט אז אויב זאל די וואוקס פון די גאנצע יאר זיין אויף אזא פארנעם וועט עס אריינקומען ענדע יאר ביי די אנגעגעבענע ציפער פער חודש), און אזוי אויך זענען דורכשניטליכע פרייזען פון נייע הייזער געפאלען צו די נידריגסטע ראטע זייט יאנאווער, לויט א באריכט פון די קאמערס דעפארטמענט היינט אינדערפרי.
לויט א אויספרעג האבען רוב עקענאמיסטן געשאצט אז פארקויפונגען וועלען שטייגען צו א יערליכע ראטע פון 375,000 פארגאנגענעם חודש.
די אפשוואכונג אין יוני איז אינטערמינעווערט געווארן ווען אינעם זעלבען באריכט איז די ציפערען פון מאי איבערגעמאכט געווארען מיט א דראסטישע העכערונג פון 382,000 -וואס איז די בעסטע אין צאל זייט אפריל 2010 - פון די 369,000 ארגינעל באריכטעט. אזוי אויך זענען פארקויפונגען אין אפריל אויך לייכט געשטיגען פון די ארגינעלע באריכט.
כאטש ווען מען מאכט א קאמבענאציע פון די צוויי חדשים נאך די איבערגעמאכטע ציפערען פאר מאי איז די ציפער נישט אזוי שלעכט, דאך קומט דאס נאך א באריכט פארגאנגענע וואך אז די פארקויפונגען פון עקזעסטירנדע הייזער איז אויך געפאלען פארגאנגענע חודש.
פארקויפונגען זענען געפאלען צו א יערליכע ראטע פון 350,000 אין יוני (דאס מיינט אז אויב זאל די וואוקס פון די גאנצע יאר זיין אויף אזא פארנעם וועט עס אריינקומען ענדע יאר ביי די אנגעגעבענע ציפער פער חודש), און אזוי אויך זענען דורכשניטליכע פרייזען פון נייע הייזער געפאלען צו די נידריגסטע ראטע זייט יאנאווער, לויט א באריכט פון די קאמערס דעפארטמענט היינט אינדערפרי.
לויט א אויספרעג האבען רוב עקענאמיסטן געשאצט אז פארקויפונגען וועלען שטייגען צו א יערליכע ראטע פון 375,000 פארגאנגענעם חודש.
די אפשוואכונג אין יוני איז אינטערמינעווערט געווארן ווען אינעם זעלבען באריכט איז די ציפערען פון מאי איבערגעמאכט געווארען מיט א דראסטישע העכערונג פון 382,000 -וואס איז די בעסטע אין צאל זייט אפריל 2010 - פון די 369,000 ארגינעל באריכטעט. אזוי אויך זענען פארקויפונגען אין אפריל אויך לייכט געשטיגען פון די ארגינעלע באריכט.
כאטש ווען מען מאכט א קאמבענאציע פון די צוויי חדשים נאך די איבערגעמאכטע ציפערען פאר מאי איז די ציפער נישט אזוי שלעכט, דאך קומט דאס נאך א באריכט פארגאנגענע וואך אז די פארקויפונגען פון עקזעסטירנדע הייזער איז אויך געפאלען פארגאנגענע חודש.
ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)
- משה געציל
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1676
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 27, 2012 2:12 pm
- האט שוין געלייקט: 2456 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2705 מאל
אין פאזעטיווע נייעס האט די לעיבאר דעפארדמענט באריכטעט היינט אינדערפרי אז די צאל אפליקאציעס פאר ערשט מאליגע ארבעטסלאזע בענעפיטען, איז דראסטיש געפאלען צו 353,000 נאך דעם ווי די ציפערן פון פארגאנגענע וואך איז איבער געמאכט געווארן אויף ארויף צו 388,000.
אויף מארגען אינדערפרי ערווארטעט מען די דזשי. די. פי. באריכט פון די פארלאפענע קווארטאל. די דזשי. די. פי. איז א מעסטער וואס רעכנט וויפיל די עקענאמיע פארדינט אדער דערלייגט, די וועג וויאזוי די רעגירונג רעכענט דאס איז דורכן צוזאם רעכענען אלע טיילן פון די פראדאקציע סעקטע אינעם לאנד, וויפיל זייער פראדאקציע איז געווען, לויט דעם האט די רעגירונג א שטיקעל בליק וויפיל געלט עס האט זיך געדרייט אין די עקענאמיע, וואס טוט צייגען צו די עקענאמיע וואקסט אדער פארקערט גאר.
ווען א עקענאמיע קומט אריין זעקס חדשים (צוויי קווארטלען) נעגעטיוו דאס הייסט אז די עקענאמיע איז גאר נישט געוואקסען אדער פארקערט גאר עס האט געשרימפט, ווערט די עקענאמיע אפיציעל באצייכענט אלט׳ס א רעסעסיע.
אין אלגעמיין ערווארטען עקענאמיסטן אז די ראטע וועט אריינקומען ביי א נישטיגע %1.4 וואוקס וואס דאס קומט שוין נאך א שוואכען קווארטאל ווען פאר די ערשטע דריי חדשים פונעם יאר איז די וואוקס ראטע געווען בלויז %1.7, וואס טוט לייגען אין א שטארקע פראגע צייכען די ערהוילונג׳ס פונעם 08׳ רעסעסיע ווען אפילו אין א געהעריגע עקענאמיע איז די ראטע אין דורכשניט ביי צוויי - צוויי א האלב פראצענט, כ״ש ווען מען פראבירט זיך צו ערהוילען פון א רעסעסיע דארף די וואוקס ראטע זיין פיל פיל שטערקער.
אויף מארגען אינדערפרי ערווארטעט מען די דזשי. די. פי. באריכט פון די פארלאפענע קווארטאל. די דזשי. די. פי. איז א מעסטער וואס רעכנט וויפיל די עקענאמיע פארדינט אדער דערלייגט, די וועג וויאזוי די רעגירונג רעכענט דאס איז דורכן צוזאם רעכענען אלע טיילן פון די פראדאקציע סעקטע אינעם לאנד, וויפיל זייער פראדאקציע איז געווען, לויט דעם האט די רעגירונג א שטיקעל בליק וויפיל געלט עס האט זיך געדרייט אין די עקענאמיע, וואס טוט צייגען צו די עקענאמיע וואקסט אדער פארקערט גאר.
ווען א עקענאמיע קומט אריין זעקס חדשים (צוויי קווארטלען) נעגעטיוו דאס הייסט אז די עקענאמיע איז גאר נישט געוואקסען אדער פארקערט גאר עס האט געשרימפט, ווערט די עקענאמיע אפיציעל באצייכענט אלט׳ס א רעסעסיע.
אין אלגעמיין ערווארטען עקענאמיסטן אז די ראטע וועט אריינקומען ביי א נישטיגע %1.4 וואוקס וואס דאס קומט שוין נאך א שוואכען קווארטאל ווען פאר די ערשטע דריי חדשים פונעם יאר איז די וואוקס ראטע געווען בלויז %1.7, וואס טוט לייגען אין א שטארקע פראגע צייכען די ערהוילונג׳ס פונעם 08׳ רעסעסיע ווען אפילו אין א געהעריגע עקענאמיע איז די ראטע אין דורכשניט ביי צוויי - צוויי א האלב פראצענט, כ״ש ווען מען פראבירט זיך צו ערהוילען פון א רעסעסיע דארף די וואוקס ראטע זיין פיל פיל שטערקער.
ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)
- משה געציל
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1676
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 27, 2012 2:12 pm
- האט שוין געלייקט: 2456 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2705 מאל
די קאמערס דעפארטמענט האט היינט אינדערפרי באריכטעט אז פארן פארלאפענעם חודש July זענען פארקויפונגן אין די ריטעל מארקעטס געשטיגען מיט %0.8 פון June וואס דאס איז די שטערקסטע העכרונג אין די לעצטע פינעף חדשים.
די באריכט היינט קומט נאך דריי חדשים וואס די ריטעל מארקעטס זענען געווען נידריגער. דער צופרידנשטעלנדיר באריכט האט פארשטייט זיך אריין געבלאזן אביסל אפטעמיזם ביי עקנאמיסטן וויבאלד אויסגאבעס פון קאנסאמערס מאכט אויס ארום %70 פון די אקטיוועטעטן אין די עקענאמיע.
אין א באזונדערע באריכט האט די רעגירונג היינט אנגעצייגט, אז פרייזן אין די האלסעיל מארקעט זענען געשטיגן דעם צווייטן חודש נאכאנאנד, צוליב העכערע פרייזן פון קארען וואס איז געשטיגן מיט %34.5 פארגאנגענעם חודש -דאס איז די גרעסטע חודשליכע העכערונג זייט October 2006.
די לעיבאר דעפארטמענט צייגט אן אז די פרייז אינדעקס פאר פראדאצירער איז געשטיגן %0.3 פארגאנגענעם July וואס דאס קומט נאך June וואס די פרייזן זענען געשטיגן %0.1, מיט העכערע פרייזן אין די האלסעיל מארקעט ברענגט דאס אטאמאטיש א העכערונג אין די ריטעל מארקעט, און ווען די פרייזן אין די ריטעל מארקעטס שטייגן טוט דאס צוברענגען אז קאנסומערס זאלן אויסגעבן ווייניגער.