בלאט 1 פון 2

אמעריקאנער יושר

נשלח: פרייטאג יולי 21, 2017 10:58 am
דורך shtriemel
"קאליף בראודער, א 16 יעריגע ניו יארקער בחור'ל איז געווארען ארעסטירט אויפען חשד אז ער האט גע'גנב'עט א רוקען-זאק backpack. כדי צו זיכער מאכען אז ר'עט אנקומען צום משפט האט דאס ריכטער עם פריי געלאזט פאר 3 טויזענט דאלער. ער האט אבער דאס געלט נישט געקענט צאמשטעלען, איז ער געבליבען שמאכטען אין רייקערס ביז די באשטומטען דאטום. דריי יאר איז ער אזוי אפגעזוצען דארט ביז די באשולדינגונג זענען אראפגעווארפען געווארען. צווי יאר דערנאך האט זיך קאליף מאבד עצמו געווען."

אזוי הייבט זיך אן די ארטיקעל אינ'ם היינטיגען נ.י. טיימס געשריבען דארך קאמאלא האריס, די דעמאקראטישע סענאטאר פון קאליפארניע מיט ראנד פאול, די ריפאבליקען סענאטאר פון קענטאקי (א ליבעטעריען ביי בלוט).

פאר ווער עס האט א אידיש הארץ אין זיך איז כדאי צו ליינען דאס גאנצע ארטיקעל.

עס איז זייער שווער פאר אונז זיך אריינצולייגען אין זיין שיך, איך ווייס נישט צי אונז קענען מיר איינער פערזענטליך וואס קען נעבעך בלייבען שטעקען אין תפיסה פאר דריי טעג ווייל זיין פאמיליע קען נישט שאפען קיין דריי אלפים אויף בארג (מ'באקומט עס צוריק ביים משפט).

יא, אונזער קאמיוניטי וואלט אזא זאך קיינמאל נישט צוגעלאזט credit where credit is due, אבער מען דארף אריינטראכטען ווי ארעם אין צוקלאפט פאמיליעס אין אונזער שטאט זענען אז מען קען נישט בארגען ארויסצונעמען א קינד פון טורמע. קיין בעקפעק האט ער נישט געקענט קויפען אפילו אז ער וויל/דארף (ניין,כ'מיין נישט אז פאר דעם מעגען גנב'נען). עס איז נישט שווער זיך פארצושטעלען וואס פאר א מצב ער, זיין משפחה, זיין שכינים, זיין חברים, אין זיין שטאט זענען.

למעשה האט די גאנצע פראצעס אינז געקאסט טויזענטער מאל דאס בעקפעק. די שטאט וואלט געקענט געבען פאר א יעדער קינד אין זיין געגענט צוויי בעקפעקס מיט א לעפטופ און נאכאלס האבען גענוג איבעריג פאר קיקבעקס... דריי יאר טורמע איז נישט ביליג.

אין וואס טוען מיר אויף?

קומט דער רשע מרושע דשעף סעשאנס, ער גייט סדר מאכען. נאך מער קלאפען. נאך מער רודפ'ן. נאך מער רשעות. וואס הייסט? ס'דאך דא געזעצען. כסדום היינו כעמורה דמינו. קיין מבול וועט שוין נישט זיין אבער האבען מיר נישט מורא פון די מלח וגפרית?

אדרבה. איז דא איינער וואס האלט אז אויב מען גייט ווייטער אן מיט די היינטיגע מיטלען וועלען די בני בנים פון אזעלכע משפחות זיין כאחד האדם?

פארוואס האבען נאך די רשעים א דעה אין דעם נושא?

https://www.nytimes.com/2017/07/20/opin ... -bail.html

בילד

נשלח: פרייטאג יולי 21, 2017 11:21 am
דורך חצוצרות
זייער אינטערעסאנט שטריימל.
שאלה איז וויפיל מ'קען בויען אויף איין ספעציפישע פאל, אין יעדע סיסטעם, אפילו אין דער בעסטער סיסטעם, מאכט זיך לעכער, אין פאקט איז חתן דינן מערערע מאל אנגעטראגן געווארן פלי בארגענס, ער האט אבער אלץ צוריקגעוויזן ווייל ער האט געוואלט אויפווייזן זיין אומשולד, טא, וואס איז געווען שייך מער צו טון, אן עדות האט אים דערקלערט אלס גנב, דער ריכטער האט אים ארויסגעלאזט אויף א מינימאלע בעיל, ער האט נישט געקענט צאמשטעלן דאס געלט, ער איז געאפפערט געווארן פלי דיעלס, (ביי איין פאל אפילו אז ער קען באלד ארויסשפאצירן), און עס האט פאסירט וואס עס האט פאסירט.

נשלח: פרייטאג יולי 21, 2017 11:34 am
דורך קורקלענד
אדאנק דיבלאזיא'ס צוגאנג צו קריים איז דראגס געווארן א היימישע עפידעמיע און א היימישע אווערדאוז ביי חברה הצלה איז געווארן א טעגליכע ערשיינונג.

ווילאנג ס'איז געווען הארטנעקיגע פאליסיס אויף דראגס האט עס נישט אזוי אפעקטירט אונזערע קאמיוניטיס. איצט ליידן מיר.

מיר געפעלט סעשאנס פאליסיס אויך גאנץ ווייניג. אבער נאך וואס איך האב די וואך געהאט א לענגערע שמועס מיט א פאראמעדיק פון הצלה (נישט שבת'ת ברידער) האב איך אנגעהויבן טראכטן אנדערש אויף די דראג פאליסיס.

נשלח: פרייטאג יולי 21, 2017 11:37 am
דורך שבת אחים
אמעריקע מיט יושר איז א אקסימאוראן (oxymoron). נישטא קיין שום גערעכטיקייט אין אונזער סיסטעם, זעראו. האב איך ענק דאך געבעטן אז מ׳זאל וועלן פאר בערני וואס איז פון די גרעסטע שטיצער פאר אמעריקאנע יוסטיץ ריפאורם. שוין... לאמיר האפן אז די אמעריקאנער וועלן זיך אויפכאפן פון זייער ״טיעפע שלאף״ אין 2020. און אפשר נאך אין 2018 ביי די מידטורעמס.

די ריפובליקאנער ווילן דאך קענען מינאפיעלעיטן די מינארטיס און די ארימע און זיי האלטן (עפ״ל) ״אין די ראמען״, דאס איז פשוטע רעכטע סימפל (פארצייטישע) אידאלאגיע.

פוי!

נשלח: פרייטאג יולי 21, 2017 11:42 am
דורך קורקלענד
בערני וואלט געהאט אזא כח צו טוישן די סיסטעם אזויווי טראמפ. מ'וואלט איהם גענומען אין א זייט און געזאגט אדער בייגסטו זיך אדער לייגט מען דיך!

אונזער לאנד ווערט געפירט פון אוליגארכ'ס. איינמאל מ'שטייגט צו סענעטאר אדער סעלעבריטי אדער ביליאנער איז מען אימיון פון אונזער יוסטיץ סיסטעם.

נשלח: פרייטאג יולי 21, 2017 11:43 am
דורך קורקלענד
שבת אחים האט געשריבן:די ריפובליקאנער ווילן דאך קענען מינאפיעלעיטן די מינארטיס און די ארימע און זיי האלטן (עפ״ל) ״אין די ראמען״, דאס איז פשוטע רעכטע סימפל (פארצייטישע) אידאלאגיע.

פוי!

אבי געהאקט. די דעמאקראטן מאניפיולירן זיי אסאך מער...

נשלח: פרייטאג יולי 21, 2017 11:44 am
דורך שבת אחים
קורקלענד האט געשריבן:
שבת אחים האט געשריבן:די ריפובליקאנער ווילן דאך קענען מינאפיעלעיטן די מינארטיס און די ארימע און זיי האלטן (עפ״ל) ״אין די ראמען״, דאס איז פשוטע רעכטע סימפל (פארצייטישע) אידאלאגיע.

פוי!

אבי געהאקט. די דעמאקראטן מאניפיולירן זיי אסאך מער...


וויאזוי ?

נשלח: פרייטאג יולי 21, 2017 11:49 am
דורך שבת אחים
קורקלענד האט געשריבן:בערני וואלט געהאט אזא כח צו טוישן די סיסטעם אזויווי טראמפ. מ'וואלט איהם גענומען אין א זייט און געזאגט אדער בייגסטו זיך אדער לייגט מען דיך!

אונזער לאנד ווערט געפירט פון אוליגארכ'ס. איינמאל מ'שטייגט צו סענעטאר אדער סעלעבריטי אדער ביליאנער איז מען אימיון פון אונזער יוסטיץ סיסטעם.


פון ווי ווייסטו???

ווייל דיין טראמפ איז א אומבחנטע לא יצלח? א קליין קינד וואס קען נישט פירן דאס לאנד און האט נישט קיין שום עקספירענס אין גאווערמענט, די לינקע האבן אייביג דעליווירט פאר די המון עם, זייט אמעריקא׳ס העלד רוזעוועלט׳ס (FDR) ״ניו דיעל״, לייען אביסל אמעריקאנע היסטאריע.

ווידער די רעכטע זענען אייביג געוועהן פארנומען מיט מלחמות, ראסיזים, גאונס, פייניקן מינארטיס. און מאכן אמעריקע פאר א ריין קריסטליכע לאנד.

די חילוקים זענען קלאר.


בערני איז שוין דרייסיג יאהר א פאליטשאון און איז דער איינציגסטער אין וואשינגטאן פון אלע פאוני פאליטשאונס מיט אזא הויכע שטיצע אין זיין היימשטאט אין ווערמאנט ביי ביידע פארטייען צוגלייך.

אויף די מינוט איז ער די ״מערסטע באליבטע״ פאליטשאון אין אמעריקע פון אלע פאליטשאונס... לויט אלע פאולס...

דעס איז א ״גרויסע ראי״ אז ער איז א ״פלייסיגער פאליטשאון״ וואס וואלט געקענט טוישן אמעריקע צו א פראגרעסיוו לאנד פונקט ווי ער האט געטוהן מיט זיין היימשטאט במשך די יאהרן.

נשלח: פרייטאג יולי 21, 2017 12:02 pm
דורך קורקלענד
שבת אחים האט געשריבן:וויאזוי ?

דורך ענטייטעלמענט'ס.

Re: אמעריקאנער יושר

נשלח: פרייטאג יולי 21, 2017 12:05 pm
דורך פליקער
נעבעך, גריידע נו דזשערזי האט געסטאפט די בעיל פראגראם, וואס האט דראסטיש רעדאצירט טורמע און קרימענאלע ראטע'ס, וועט איר מיך פרעגן וואס האט הודו מיט פיש וועל איך עס מסביר'ן

די וועג ווי אזוי עס ארבייט איז אז מען בעט א בעיל, און פארשטייט זיך רוב ארימע קענען נישט עפארדן קיין בעיל, בלייבט ער אין כאטעקע, פאסירן צוויי זאכן דערנאך, איינס פון די רעלם פון די תפיסה קען מען זיך זייער שווער פארטיידיגן, ווייל רוב עווידענץ ווערט פארוואסערט - ווי למשל ווידיא קעמערעס ביז 48 שעה, אזוי לויטען פילע סטאטסטיקס, און געווענטלעך האט ער ניטאמאל קיין געלט צי אויפנעמען קיין לויער, צווייטען'ס ער וועט אפזיצען 6 חדשים ביז די געריכט וועט אנקומען צו אים, און דאן וועט פארן פראסעקיוטער איינפאלן א געניאלער פלאן, נעמליך דו ביזט דאך שוין געזיצען א צירקע 6 חדשים, און אויב פליד'סטו גילטי איצט גייסטו תיכף פריי 'טיים סערווד', וואס גייט דער באשילדיגטער טון אוודאי אננעמען די ראט און אהיים גיין, ווייל זיינע שאנצען צי געווינען מיט שוואכע פארטיידיגונג און קיין געהעריגע מהלך אפילו צי גיין צים געשעפט נעמען די ווידיא סערוועלענץ ווי מען וועט קלאר זען אז ער האט נישט באראבעוועט די סטאר, כאפט ער און לויפט, אבער ער האט שוין פארלוירן זיין דזשאב, בלייבט מיט א קרימינאל רעקארד.

ליידער איז דאס מעשים בכל יום און כמעט אלע שטעיט אין אמעריקע, ביז קריס קריסטי האט דאס מבטל געווען, און ער האט אימגעברענגט די ריזיגע מאכטפולע בעיל באנד אינדאסטרי, וואס האט גאר שטארק געפייט קעגען אים, און די ריזאלטאטן איז געווען שטוינענד, אז קיינער איז נישט אנטלאפן, די תפיסות פאר אימבאשילדיגטע איז תיכף ומיד געפאלען מיט 30 פערצענט, און אלע חוץ די בעיל באנטי'ס זענען אלע ציפרידען, עס איז צי האפן אז אנדערע שטעיט וועלען נאכפאלגען.

וואס ער האט געטון איז ווי פאלגענד, נישטא אזא זאך אז אויב איינער האט געלט גייט פריי טראץ ער האט געהרג'ט אימעצען אדער א דראג לארד מיט א גענג מיט פיל עקסעס צי געלט, זיי האבן געפארעמט אזא אלגערידם וואס רעכענט אויס די ריסק פאקטארס, צב''ש, אויב איינער איז שוין געווען קאנוויקטעד אויף א קריים ביפאר, ווי אלט ער איז, בערך 6 זאכן וואס עס רעכענט אריין, און עס שפייט אויס א ציפער וויפיל ריסק עס איז פארהאן, און דער ריכטער איז מחליט אויב מען לאזט אים פריי ביזן געריכט צי נישט.

נשלח: פרייטאג יולי 21, 2017 12:07 pm
דורך קורקלענד
וואס האט בערני אקאמפלישט אין זיין דרייסיג יאר? וואס האט ער צו ווייזן? האט ער אמאל עפעס דורכגעפירט?


אויב די דעמאקראטן זענען אזעלעכע טיילערס פארוואס האט ביל קלינטאן קאמפיין'ט אז ער וועט מבטל זיין וועלפעיר. און ער האט מקיים פסק געווען. ווען בוש וואלט עס געטוען וואלט געווען עק וועלט. פארוואס מעגן ענק יא צונעמען ברויט און פיטער פון ארעמעלייט?

נשלח: פרייטאג יולי 21, 2017 12:10 pm
דורך קורקלענד
אלס פיין @פליקער אבער ווי קען מען גלייבן אז א רעפובליקאנער האט דאס געטוהן? קען נישט זיין............

Re: אמעריקאנער יושר

נשלח: פרייטאג יולי 21, 2017 12:14 pm
דורך פליקער
ער איז געקומען אינטער שרעקליכע דריק פון א גרופע בעיל רעפארם אקטיוויסטען, און ער האט נישט געהאט צופיל ברירות.

נשלח: מוצ"ש יולי 22, 2017 11:19 pm
דורך שבת אחים
קורקלענד האט געשריבן:
שבת אחים האט געשריבן:די ריפובליקאנער ווילן דאך קענען מינאפיעלעיטן די מינארטיס און די ארימע און זיי האלטן (עפ״ל) ״אין די ראמען״, דאס איז פשוטע רעכטע סימפל (פארצייטישע) אידאלאגיע.

פוי!

אבי געהאקט. די דעמאקראטן מאניפיולירן זיי אסאך מער...


קורקלענד האט געשריבן:
שבת אחים האט געשריבן:וויאזוי ?

דורך ענטייטעלמענט'ס.


:roll: :? :געוואלד:
קורקלענד האט געשריבן:וואס האט בערני אקאמפלישט אין זיין דרייסיג יאר? וואס האט ער צו ווייזן? האט ער אמאל עפעס דורכגעפירט?
?


וואס הייסט וואס ׳ענטייטעלמענט'ס׳...!

:lol: :P :לייק :ווינק:
פשוט ער האט גענומען ענטייטעלמענט'ס אין זיין שטאט ווערמאנט און ער האט עס אויפגעטוישט מיט די נייערע פארגעשריטענע "COVFEFE"

נשלח: מוצ"ש יולי 22, 2017 11:52 pm
דורך שמעקעדיג
There we go again
קען מען ביטע לאזן פאליטיק אין א זייט?

Re: אמעריקאנער יושר

נשלח: זונטאג יולי 23, 2017 12:27 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
יענער וואך האט א פאר׳ל אין פענסילוועניע באקומען זיבען יאר אין טורמע. פארוואס? ווייל זיי האבען פארקויפט עטליכע טעכטער צו זייער גורו אויף צו רעדען עברית מיט איהם.

זיבען יאר!!

און דער פראסעקיוטער בעט צען אדער פינף יאר פאר די באשולדיגטער אין לעיקוואוד!

א קולטור וואס האלט געלט ווי די סאמע וויכטיגסטע זאך אויף די וועלט גיבט שוואכע טורמעס פאר אזעלכע געמיינע פאסקודניקעס ווי יענער פאר׳ל און פאר רובאשקין גיבט מען 27 יאר פאר געלט זאכען.

מלכות של חסד!

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

נשלח: זונטאג יולי 23, 2017 12:33 am
דורך קומזיץ
און אלגעמיין זיצען נישט מענטשן פאר קלייניקייטן , ווען א מענטש גנב'ט א בייק אדער אפילו ברעכט אריין און א קאר גייט זיך די פאליציי נישט קימערן מיט דעם ווילאנג ס'איז עפעס א גרעסערע פאברעכן ,
און פאר מ'האט אזוי רחמנות אויף די פאברעכער דארף מען אביסל טראכטען פון די victims עגמת נפש אפילו פון א קליינע גניבה און אוודאי אויף גרעסערע פאברעכנס

נשלח: זונטאג יולי 23, 2017 6:20 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
כל זה אכניס, ווען דער וויקטים פון א געלט פארברעך שטייט לעבן א וויקטים פון א לייב פארברעך, ווי יענער קינדער וואס מ'האט פארקויפט, ווער באקומט א גרעסערע שטראף?

נשלח: זונטאג יולי 23, 2017 7:48 am
דורך berlbalaguleh
חצוצרות האט געשריבן:זייער אינטערעסאנט שטריימל.
שאלה איז וויפיל מ'קען בויען אויף איין ספעציפישע פאל, אין יעדע סיסטעם, אפילו אין דער בעסטער סיסטעם, מאכט זיך לעכער, אין פאקט איז חתן דינן מערערע מאל אנגעטראגן געווארן פלי בארגענס, ער האט אבער אלץ צוריקגעוויזן ווייל ער האט געוואלט אויפווייזן זיין אומשולד, טא, וואס איז געווען שייך מער צו טון, אן עדות האט אים דערקלערט אלס גנב, דער ריכטער האט אים ארויסגעלאזט אויף א מינימאלע בעיל, ער האט נישט געקענט צאמשטעלן דאס געלט, ער איז געאפפערט געווארן פלי דיעלס, (ביי איין פאל אפילו אז ער קען באלד ארויסשפאצירן), און עס האט פאסירט וואס עס האט פאסירט.

חצוצרות: ניין. דאס איז נישט דער ענטפער. אויב א מענטש האלט אז ער איז אומשולדיג וועט ער קעמפן ביז צום סוף כדי אויפצו ווייזן זיין גערעכטיגקייט. די אפציע פון א פליה בארגעין קען ער נישט אננעמען. ווייל דאס וועט באשמוצן און פארפלעקן זיין נאמען אויף אייביג. ער מוז אויפווייזן זיין גערעכטיגקייט. נאר איינער וואס ווייסט אז אין אמת'ן איז ער שולדיג. און ער קען נישט בייקומען די אויפווייזונגען פון די אנקלעגערס. ער וועט איינגיין אויף א פליה בארגעין. דער סיסטעם דארף זיין אזוי איינגעשטעלט אז א מענטש וועלכער איז נישט קיין ריזק צו אנטלויפן אדער איז א סכנה פאר זיין אומגעגנט, זאלל קענען אהערשטעללן בעיל און באפרייט ווערן ביז צו זיין משפט...!

נשלח: זונטאג יולי 23, 2017 9:20 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
דאס איז דיין חשבון. גענוג און נאך מענטשן מאכן א חשבון און זענען מוותר אויפ'ן פלעק פאר זייער יארן פון אנגעצויגענקייט.

Re: אמעריקאנער יושר

נשלח: זונטאג יולי 23, 2017 10:07 am
דורך החוקר
@ליטוואק, עס איז נישט נאר די כבוד פון נישט האבן א פלעק. עס האט סאך מער ווייטגרייכנדע קאנסעקווענצן, א שווארצער יוגנטליכער מיט א קרימאנאלע רעקארד, וועט האבן א שווערעקייט טרעפן פרנסה, אדער וועט ער מוזן לעבן אויף יענעמ'ס חשבון (ליין: די רעגירונג), אדער וועט ער גרינגער אריינגעשלעפט ווערן אין שווארצע געלט.

והשנית, פארוואס איז ביי דיר א דבר פשוט אז ער זאל מוותר זיין, אפשר זאל די רעגירונג מוותר זיין.

נשלח: זונטאג יולי 23, 2017 10:13 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
מעגסט ליינען איידער רעאגירן. 'גענוג און נאך מענטשן' מאכן א חשבון. נישט איך מאך די חשבון. איינער וואס פליעט גילטי איז לאו דוקא גילטי.

Re: אמעריקאנער יושר

נשלח: זונטאג יולי 23, 2017 10:30 am
דורך החוקר
פון דעם וואס דו ברענגסט אהער יענע מענטשן'ס חשבון, פארשטיי איך אז די שטימסט מיט אז עס איז א גוטער חשבון. דו שטימסט נישט צו מיט "גענוג און נאך מענטשן"?