בלאט 1 פון 2

א בחור דארף וויסן זיין

נשלח: מאנטאג יולי 24, 2017 12:43 pm
דורך פארטראכטער
יענקל האסט געהערט חיים נחום'ס זוהן איז משוגע געווארן כ'האב אים אליין געזעהן נעכטן דרייווען א קאר, איך ווייס נישט וואס ס'איז געשעהן מיט אים ,

אבער יונה איך פארשטיי נישט, ער איז שוין 20 יאר אלט ער האט שוין אלע רעכטן ,
אוי יענקל יענקל וואס פארשטייסטו נישט
ער איז דאך א בחור!

יעדע באשעפעניש פין די מענטשליכע מין, האט אסאך סטעידשעס דורך צי גיין אין זיין לעבן איינע פין זיי איז די בחורישע יארן, אין די טיען עידזש יארן, באטיטלט מען דער מענטש מיטן צונאמען בחור אין די ווערסט פארוואנדלט אין א מין רעכטלאזע באשעפעניש, אין די באקומסט ווייניגער רעכטן, ווי א שווארצע שקלאפטע פין די מיטל אלטער

א בחור דארף וויסן זיין, א בחור טאר נישט, א בחור מעג נישט
וואָס הייסט ביסט דאך א בחור!!


שוין ס'גייט דורך א יאר נאך א יאר , אין דעיס איז שוין נאר, אויב די האסט געהאט שכל אין מזל דורך צי שוויצן די בחורישע יארן גאנצערהייט, ווערסט זיבעצן , אכצן יאר, די צייט ריקט זיך די האפסט אין קוקסט ארויס יעדן טאג אויף פרייהייט,

יעדע שטיק צייט ווערט איינער פין דיינע חברים א חתן, אין מ'עפענט אים די טויערן צי פרייהייט , אין לעבן, מ'קען זיך אנהייבן מסדר זיין מיטן לעבן אין טון עפעס, קענסט בלייבן לערנען, קענסט זיך גיין לערנען א פאך, אין די עיקר איז , די באקומסט אָנערקענונג מ'הייבט זיך אן רעכענען מיט דיר אין מיט דיין מיינונג מ'רעכנט דיך בכלל ,ווערסט א יש,
די מעגסט שוין ביסט דאך שוין נישט קיין בחור,

דעיס איז אבער נאר מיט די מזל'דיגע

אבער אויב דיר איז באשערט אביסל צי ווארטן אויף דיין באשערטע, דאן
ביסטו אין ערענסטע טראבל,
ווי נישט ווי וואס מען טוט מיט דעם בחור קען מען (??) נאך פארשטיין פארוואס מען באגרעניצט אים אזוי ווי נישט ווי איז מען אין די יארן זייער נישט סטעיביל,

אבער ער איז דאך שוין צוואנציג יאר אלט, וואס ווילסטו פון אים ,פארוואס לייגט מען אים נאך אלץ אריין אין די קאטעגאריע בחור, פארוואס קען ער נישט זיין ווי זיינע חברים, ??

פארוואס זאכן וואס ווען זיינע חברים טוען עס איז עס נארמאל , אין ווען ער טוט עס איז ער אינגאנצן אפגעפרעגט???
פין ווי נעמט זיך די דיסקרימינעישען , פארוואס מוז ער בלייבן א ליימערנע קאטשקע ביז ער טרעפט זיין פאסיגע זיווג
מען נעמט 20 יעריגע מענטשן אין מען האלט זיי אין א סאסייעטי ארעסט , ווייל זיי זענען נאך א בחור ,

זיי קענען נישט זיין פראדוקטיוו , קענען נישט, אין מעגן נישט גארנישט !! ווייל אויב ער טוט עפעס א קלייניקייט איז ער שוין אפגעווארפן , אויב גייט ער ארבעטן ,
הייסט ער שוין א ווארקינג באוי, ער איז שוין אפגעלעבעלט ,
אין בכלל די לעיבל האט נישט קיין שום פשט
וואס איז דאס ווארקינג באוי? אפשר ריפסטו אויך אן זיין חבר וואס איז שוין פארהייראט ווארקינג באוי, וואס איז די חילוק צווישן די צוויי מענטשן,

איז אויב די בחור איז א מענטש וואס רעכנט זיך מיט די סאסייעטי זענען זיינע הענט געבונדן ער קען גארנישט טון
זיינע חברים קענען פארן וועקעישאן אויף פלארידע אדער קאליפארניע,

אין דערוואגן זאל זיך די בחור אפילו נאר צי טראכטן פין דעים, ער וועט ווערן א אפגעפרעגטער

שוין צייט צי ענדיגן די סיסטעם פין דיסקרימינאציע, גענוג בלוט פין יונגע מענטשן זענען שוין פארגאסן געווארן,שוין צייט צי זאגן גענוג
איטס טיים פאר טשעינדש!

נשלח: מאנטאג יולי 24, 2017 1:35 pm
דורך diff
אמאל פלעגט מען זיך דא אליין חתונה מאכען ביזדער רשע האט עס געטוישט.

נשלח: מאנטאג יולי 24, 2017 2:17 pm
דורך berlbalaguleh
דיףף: ס'איז שוין צייט צו סטאפן צו בלעימען אלעס אויף דעם רשע. ער האט טאקע געניג געטון. אבער אונז קענען נישט בלעימען אלע אונזערע היימישע משוגעת'ן און בויך ווייטאג אויף איהם...!

נשלח: מאנטאג יולי 24, 2017 2:22 pm
דורך ליפא
כבר צווחו
viewtopic.php?f=24&t=7508

נשלח: מאנטאג יולי 24, 2017 2:49 pm
דורך פארטראכטער
ער רעדט מען זאל לאזן בחורים אטעמען,
די פאוינט דא איז, אז ווען ער ווערט עלטער באפריי אים לאז אים גיין מיט די לעבן ווייטער, אין ער זאל נישט מוזן ווארטן ביז ער האט חתונה

Re: א בחור דארף וויסן זיין

נשלח: מאנטאג יולי 24, 2017 3:34 pm
דורך קול הלשון
90% בחורים העכער 20 גייען ליידיג אין ישיבה אין זיי גייען נישט ארבעטן ווייל מענטשן קיקן אן ארבעט אלעס ליידיג גייער. שוין געניג געווען מען דארף שוין אנקוקן א בחור אנדערש א בחור מיינט נישט א מענטש וואס איז אין תפיסה

נשלח: מאנטאג יולי 24, 2017 4:00 pm
דורך מיר'ער בחור
פון סתם שרייען (די "וויי געשריי")אז ס'איז גענוג געווען גייט זיך דאס נישט ענדיגן, קיין איין דיסקרימענאציע האט זיך נישט געסטאפט ווייל מ'האט "געשריגן".
ס'דארף ווערן א movement פון די בחורים אליינס. און דאס קען די בחור נאר טוהן אויב באקומט ער חיזוק דערצו פון זיינע נאנטע.
איז פון היינט און ווייטער ווען דו זעסט א בחור און די 20'ער יארן וואס דו קענסט (און נישט סתם דו קענסט, נאר דו ביסט נאנט מיט עם) כאפ א שמועס מיט עם וועגן די נושא און זיי עם מעודד און רעד עם צו ער זאל אנפאנגען זיין אביסעלע מער עצמאי נישט אזוי שטארק תלוי בדעת אחרים, ער זאל אנפאנגען צו טראכטן וועגן א תכלית און אן עתיד פאר "זיך".
אבער טוטס מיר א טובה און מאך עם נישט פילן ווי א נעבעך פאר'ן נישט זיין אזוי, נאר טוטס עס מיט שכל.

Re: א בחור דארף וויסן זיין

נשלח: מאנטאג יולי 24, 2017 10:10 pm
דורך וזרח השמש
קול הלשון האט געשריבן:90% בחורים העכער 20 גייען ליידיג אין ישיבה אין זיי גייען נישט ארבעטן ווייל מענטשן קיקן אן ארבעט אלעס ליידיג גייער. שוין געניג געווען מען דארף שוין אנקוקן א בחור אנדערש א בחור מיינט נישט א מענטש וואס איז אין תפיסה

איך ווייס נישט וואס דו רעדסט! איך בין געווען א בחור העכער די 20, פאר נישט לאנג ציריק! און איך קען זאגען פארקערט, 90% בחורים זענען געגאנגען ארבעטן! עכ"פ פון מיין ישיבה וואס איז אינטער איינע פון דו פרימסט חיסדות

Sent from my SM-G900T using Tapatalk

נשלח: מאנטאג יולי 24, 2017 11:22 pm
דורך וואלווי
מיר'ער בחור האט געשריבן:פון סתם שרייען (די "וויי געשריי")אז ס'איז גענוג געווען גייט זיך דאס נישט ענדיגן, קיין איין דיסקרימענאציע האט זיך נישט געסטאפט ווייל מ'האט "געשריגן".
ס'דארף ווערן א movement פון די בחורים אליינס. און דאס קען די בחור נאר טוהן אויב באקומט ער חיזוק דערצו פון זיינע נאנטע.
איז פון היינט און ווייטער ווען דו זעסט א בחור און די 20'ער יארן וואס דו קענסט (און נישט סתם דו קענסט, נאר דו ביסט נאנט מיט עם) כאפ א שמועס מיט עם וועגן די נושא און זיי עם מעודד און רעד עם צו ער זאל אנפאנגען זיין אביסעלע מער עצמאי נישט אזוי שטארק תלוי בדעת אחרים, ער זאל אנפאנגען צו טראכטן וועגן א תכלית און אן עתיד פאר "זיך".
אבער טוטס מיר א טובה און מאך עם נישט פילן ווי א נעבעך פאר'ן נישט זיין אזוי, נאר טוטס עס מיט שכל.


דיין געדאנק וועט נאר ארבעטן אויב די וועסט עם אנטראגען שידוכים און פארקויפען פאר'ן גאס אלס א תכשיט פון א בחור. געדענק די movement וואס די פארלאנגסט פון די בחורים וועט פראקטיש גערעדט מאכן פון זיי קרבנות פאר די פארבעסערונג פון סאסייעטי.

און אויב די ווילסט עכט פראווען די פאונט נעם א געלונגענער ארבעטס בחור פאר אן איידעם!

נשלח: דינסטאג יולי 25, 2017 12:21 am
דורך אישתישבי
וואלווי האט געשריבן:און אויב די ווילסט עכט פראווען די פאונט נעם א געלונגענער ארבעטס בחור פאר אן איידעם!


כ'מיין האסט נישט פארשטאנען, נישט איך זוך נעמען און ארבעטס בחור פאר אן איידעם, אין בין ברוך השם באזארגט, יענער זאל נעמען דער ארבעטס בחור, וואס הייסט, ער זעהט נישט ווי גוט ער איז?

נשלח: דינסטאג יולי 25, 2017 1:19 am
דורך וואלווי
יא יא, אויף צום ווידערזען ביי די אייניקלעך און אוהר אייניקלעך. SOS, סעים סאסייעטי ענאדער דעי...

נשלח: דינסטאג יולי 25, 2017 12:13 pm
דורך ציבעלע-קיגל
פארטראכטער האט געשריבן:ייענקל האסט געהערט חיים נחום'ס זוהן איז משוגע געווארן כ'האב אים אליין געזעהן נעכטן דרייווען א קאר, איך ווייס נישט וואס ס'איז געשעהן מיט אים


דו דערמאנסט מיר פון דער אלטען ווארט...

א אידל לויפט אריין צום רבי, און שרייט... רבי העלף, מיין זוהן איז משוגע געווארען, ער טאנצט מיט שיקסעס און עסט חזיר...

ענטפערט דער רב... ניין ניין ניין, ער איז גארנישט משוגע, ער איז א שיגץ, טאמער וואלט ער געגעסען שיקסעס און געטאנצען מיט חזירים וואלט ער געוועהן משוגע

נשלח: דינסטאג יולי 25, 2017 1:15 pm
דורך פארטראכטער
אין אמת'ן אריין פאדערט די נושא א עקסטערע אשכול פאר זיך, די נושא איז זייער ווייטאגליך , ס'בייסט ביים הארץ ווי אזוי מענטשן קענען זיין אזוי נאריש אין דום,
ווען א מענטש מאכט עני מאוו אין לעבן, וואס איך פארשטיי נישט ווערט ער שוין משוגע, ס'נישט אז ער האט געטון עפעס וואס לויט מיר איז נישט אויסגערעכנט נאר פלעין ער איז פשוט אין גראד משוגע , כאילו ער עקזיסט נישט
אין וואס משוגעים טון, איז נישט ווערט צו קאונטען ,

נשלח: דינסטאג יולי 25, 2017 7:38 pm
דורך קורקלענד
אזוי גייט עס מיט אונזער געזעלשאפט יעדער איז ערצויגן און איינגערעדט אז דער אחד יוצא פון די אלף שנכנס איז זיין ענטייטעלמענט סיי ווען מ'רעדט פון א קינד אדער פון א שידוך. ענדערש ווי צו אקצעפטירן און ערציען מיט רעאליטעט לעבט יעדער רעספעקטיוולי מיט זיין אייגענעם חלום. יעדער 'פאר זיך' פארלאנגט און פאדערט דאס וואס איז א גאר שוואכע פראבעביליטי צו ערצייגן. און רוב עולם בכלליות וואלט געוואלט אן אנדער רעאליטעט......

נשלח: דינסטאג יולי 25, 2017 10:00 pm
דורך אייז קריעם
העפענס טא בי עס איז דא נאך א צד צו דעם דעבאטע.

יעדער וואס האט נאר אמאל חתונה געהאט ווייסט אז א ווייב איז משמרתו מן החטא. איך מיין נישט דוקא פונעם חטא הידוע נאר און אלגעמיין א ווייב האלט א מאן און די רעלסן.

למשל א בחור וואס האט געטראפן און די ארבעט א ספאנישער גוי וואס דערציילט עם פארשידנס טאג איין טאג אויס, ווער איז דארטן דאס צו באלאנסירן? דער טאטע מיט די הויזן טראגער און אויסגעקראכענע קאפ? אדער די מאמע מיטן פימפל אויפן פנים און בלויע פוס פון געפלאצטע אדערן?

מען קען א בחור נישט לאזן ארבעטן נאר אינטער השגחה ווי עס ארבעטן נאר אנדערע בחורים זיינס גלייכן.

סארי שעפעלע, זעץ דיך אריין און שוהל אריין און מאך דיר א הייסע קאפי.

נשלח: דינסטאג יולי 25, 2017 10:46 pm
דורך קורקלענד
@אייז קריעם. טאקע אסאך ווייבער נעמען ליידער די שטעלע פון גאט'ס פאליציי. זיכער צו מאכן צו די מאן טוהט וואס איז יא אדער נישט ריכטיג בין אדם למקום. ס'איז אבער נישט ריכטיג. ממילא קען מען פון יענץ קיין ראי'נישט ברענגן.


א שמועס פאר זיך.

האסט א צד. נאר די ראי' איז לדעתי נישט ריכטיג.

Re: א בחור דארף וויסן זיין

נשלח: דינסטאג יולי 25, 2017 10:51 pm
דורך דער גאלדענער אדלער
אייז קריעם האט געשריבן:העפענס טא בי עס איז דא נאך א צד צו דעם דעבאטע.

יעדער וואס האט נאר אמאל חתונה געהאט ווייסט אז א ווייב איז משמרתו מן החטא. איך מיין נישט דוקא פונעם חטא הידוע נאר און אלגעמיין א ווייב האלט א מאן און די רעלסן.

למשל א בחור וואס האט געטראפן און די ארבעט א ספאנישער גוי וואס דערציילט עם פארשידנס טאג איין טאג אויס, ווער איז דארטן דאס צו באלאנסירן? דער טאטע מיט די הויזן טראגער און אויסגעקראכענע קאפ? אדער די מאמע מיטן פימפל אויפן פנים און בלויע פוס פון געפלאצטע אדערן?

מען קען א בחור נישט לאזן ארבעטן נאר אינטער השגחה ווי עס ארבעטן נאר אנדערע בחורים זיינס גלייכן.

סארי שעפעלע, זעץ דיך אריין און שוהל אריין און מאך דיר א הייסע קאפי.

די לייק איז פאר דיין זיסע שפראך, אבער אינעם אינהאלט אגרי איך נישט

נשלח: מיטוואך יולי 26, 2017 12:54 am
דורך שמעקעדיג
יאפ, די אייז קריעם וואס כ'האב פריער געגעסן איז אויך זייער זיס, אבער די אינהאלט איז נישט דאס בעסטע (העלט-ווייז)..

נשלח: מיטוואך יולי 26, 2017 1:59 am
דורך קאצקע ציקער
שמעקעדיג האט געשריבן:יאפ, די אייז קריעם וואס כ'האב פריער געגעסן איז אויך זייער זיס, אבער די אינהאלט איז נישט דאס בעסטע (העלט-ווייז)..


ער איז פארגיפטעד פון די סאסייעטי געדאנקענסגאנג א בחור א בחור

נשלח: מיטוואך יולי 26, 2017 2:33 am
דורך וואלווי
אייז קריעם האט געשריבן:העפענס טא בי עס איז דא נאך א צד צו דעם דעבאטע.

יעדער וואס האט נאר אמאל חתונה געהאט ווייסט אז א ווייב איז משמרתו מן החטא. איך מיין נישט דוקא פונעם חטא הידוע נאר און אלגעמיין א ווייב האלט א מאן און די רעלסן.

למשל א בחור וואס האט געטראפן און די ארבעט א ספאנישער גוי וואס דערציילט עם פארשידנס טאג איין טאג אויס, ווער איז דארטן דאס צו באלאנסירן? דער טאטע מיט די הויזן טראגער און אויסגעקראכענע קאפ? אדער די מאמע מיטן פימפל אויפן פנים און בלויע פוס פון געפלאצטע אדערן?

מען קען א בחור נישט לאזן ארבעטן נאר אינטער השגחה ווי עס ארבעטן נאר אנדערע בחורים זיינס גלייכן.

סארי שעפעלע, זעץ דיך אריין און שוהל אריין און מאך דיר א הייסע קאפי.


וואס עפעס? מילא מ'רעדט פון יונגע טינעדזשערס וואס זענען ארויס געפאלען פון ישיבה, אפשר. אבער דא רעדט מען פון א 20 יעריגע בחור אדער עלטער וואס זענען היבש מעטשור. אויב זענען זיי גוט גענוג חתונה געהאטערהייט מ'זאל זיי טראסטען מיט חיובי כריתות און אנדערע ערוואקסענע זאכען געב זיי די זעלבע געלעבענהייט און טראסט זיי מיט זיך אליינס אז זיי וועלען זיך נארמאל אויף פירען.

נשלח: מיטוואך יולי 26, 2017 7:40 am
דורך אישתישבי
אייסקרעים

לדבריך טאר א סעפערעיטעט צו א גרוש אויך נישט ארבעטען?

און א מיידל דארף נישט א מאן זאל אכטונג געבן אויף איר שלא ינהגו בה מנהג הפקר?

Re: א בחור דארף וויסן זיין

נשלח: זונטאג יולי 30, 2017 1:44 am
דורך החוקר
@פארטראכטער האסטו עס אריינגעשיקט צו אידישער ווינקל? אויב נישט, זיי וויסן אז איינער האט דיר פלעגעראזירט.
אידישער ווינקל:
בחורים איבער די 20, פארוואס ווערן זיי דיסקרימינירט?

ארטיקל אריינגעשיקט צו אידישער ווינקל.

א שמועס וואס כ'האב מיטגעהאלטן היינט אין בית המדרש.

"יענקל, האסט געהערט? חיים נחום'ס זוהן איז משוגע געווארן! כ'האב אים געזען דרייוון א קאר, איך ווייס נישט וואס ס'איז געשען מיט אים..."

"יונה איך פארשטיי נישט. ער איז שוין 20 יאר אלט, ער האט שוין אלע רעכטן!"
.די גאנצע ארטיקל האט נאכגעפאלגט

Re: א בחור דארף וויסן זיין

נשלח: זונטאג יולי 30, 2017 1:55 am
דורך פארטראכטער
החוקר האט געשריבן:@פארטראכטער האסטו עס אריינגעשיקט צו אידישער ווינקל? אויב נישט, זיי וויסן אז איינער האט דיר פלעגעראזירט.
אידישער ווינקל:
בחורים איבער די 20, פארוואס ווערן זיי דיסקרימינירט?

ארטיקל אריינגעשיקט צו אידישער ווינקל.

א שמועס וואס כ'האב מיטגעהאלטן היינט אין בית המדרש.

"יענקל, האסט געהערט? חיים נחום'ס זוהן איז משוגע געווארן! כ'האב אים געזען דרייוון א קאר, איך ווייס נישט וואס ס'איז געשען מיט אים..."

"יונה איך פארשטיי נישט. ער איז שוין 20 יאר אלט, ער האט שוין אלע רעכטן!"
.די גאנצע ארטיקל האט נאכגעפאלגט
יאפ איך האב עס אריינגעשיקט פאר א פאר טעג צוריק, אין איך האב נישט געחלומט אז זיי גייען עס ארויפלייגן, איך האב געהאלטן אז זיי וועלן עס אנקוקן קאנטראווערסיאל,

שוין ב'ה אז ס'איז דא אזא מציאות ווי סאושעל מידיע , אז וויכטיגע טאפיקס וואס ווערן איגנארירט, קענען ווערן אויסגעליפערט