בלאט 1 פון 1

הרב סילבער פארטיידגט בארא פארק

נשלח: דינסטאג יולי 25, 2017 2:50 pm
דורך תורה ומדע
הרב ירוחם סילבער שרייבט שיין צו פארענטפערן דאס אידיש לעבן אין בארא פארק נאככדעם וואס עס האט ערשינען א מיאוסער ארטיקל קעגן דאס בארא פארקער אידנטום אין דעם צייטונג. הרב סילבער טוט אויף כסדר אין אלבאני און אויף נאך פארשידענע אופנים פארן כלל. דוכטזאך אז ער וואקסט אריין אין די שיך פון הרב משה שערער זצ״ל.
http://www.kingscountypolitics.com/op-e ... -rebuttal/

נשלח: דינסטאג יולי 25, 2017 3:19 pm
דורך diff
ביי אונז זענען זיי נישט פארענפערט פון איין זייט מוזטו זיי מאכען וואטשער'ס. זיי מאכן אויף דיר גרויס געלט און דאס האלט זיי נישט צוריק פון רייסן שטיקער

און דער ג"פ גייט מאכן k512 יערליך אויסער קיקבעקס. כדי דיר צוגעבען פארשימלטע קארטאפל

נשלח: דינסטאג יולי 25, 2017 3:29 pm
דורך שבת אחים
אז מ׳דארף זיך שוין פארטיידיגן אין אלבאני איז שוין גארנישט אזוי גיט.

נשלח: דינסטאג יולי 25, 2017 8:52 pm
דורך berlbalaguleh
שבת אחים: וואו דען...? אין מאסקווע אדער לענינגראד. אדער אפשר גאר אין מאנטפעליער...אוואו איז דאס טאקע...? און וועלכער חשוב'ער פערזענליכקייט וואוינט דארט אין יענע געגנט...?!

נשלח: מיטוואך יולי 26, 2017 9:46 am
דורך תורה ומדע
שבת אחים האט געשריבן:אז מ׳דארף זיך שוין פארטיידיגן אין אלבאני איז שוין גארנישט אזוי גיט.

ער שתל׳ט פאר אונזער געזעלשאפט, די איינציגסטע אין די וועלט אין וועלכער עלטערען באצאהלען אליין,פונעם אייגנעם פיסת לחם,פאר די הוצאות פון עדוקעישען פון זייער יוגענט. עס איז ניטא נאך א סאסייעטי אין די מערב קולטור אדער מזרח קולטור וואס די מדינה דעקט נישט די הוצאות!

Re: הרב סילבער פארטיידגט בארא פארק

נשלח: מיטוואך יולי 26, 2017 3:44 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
שכ"ל איז בעיקר נישט פאר עדיוקעישען, נאר אויסצולערנען תורה. ווען נאר פאר די עדיוקעישען וואלט עס געווען א נישטיגע אנדערהאלב טויזענט דאללאר א יאר. אויסלערנען תורה איז א מצוה, ט׳פארוואס זאל מען לאזען די גוים באצאלען דערפאר?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

נשלח: מיטוואך יולי 26, 2017 4:00 pm
דורך [NAMELESS]
איז נישט דא קיין חבד'סקער פראגראמען אנליין וואס לערנען אויס תורה?

נשלח: מיטוואך יולי 26, 2017 5:19 pm
דורך תורה ומדע
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:שכ"ל איז בעיקר נישט פאר עדיוקעישען, נאר אויסצולערנען תורה. ווען נאר פאר די עדיוקעישען וואלט עס געווען א נישטיגע אנדערהאלב טויזענט דאללאר א יאר. אויסלערנען תורה איז א מצוה, ט׳פארוואס זאל מען לאזען די גוים באצאלען דערפאר?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

אונטערשטער שורה: 90% פון היימישע משפחות ברעכען אונטער ח"ו. פארוואס זאללען דער סטעיט נישט באצאהלען?

נשלח: מיטוואך יולי 26, 2017 5:55 pm
דורך קורקלענד
תורה ומדע האט געשריבן:אונטערשטער שורה: 90% פון היימישע משפחות ברעכען אונטער ח"ו. פארוואס זאללען דער סטעיט נישט באצאהלען?

ווייל די סטעיט פאנדעט נישט קיין רעליגיע. און אלע אונזערע חדרים און שולעס זענען אפען צו לערנען אך ורק רעליגיע.

נישט באצאלן פאר רעליגיעזע געברויכן פון די רעגירונג'ס טאש איז א זאך וואס מ'האט איינגעפירט אין די רעגירונג מחמת סיבות שונות. אמאל האב איך עס נישט פארשטאנען. היינט פארשטיי איך עס שוין בעסער.

עם כל זה באקומען אונזערע מוסדות יא געלט פון די רעגירונג. און אין די לעצטע פאר יאר באקומען פילפאכיג מער ווי פריעד און שכ''ל האבן זיי ספעציעל שטארק געהעכערט אויך פילפאכיג מער ווי אמאל. די מער געלט זיי קריגן די מער רייסן זיי. און ס'קלאפט בעיקר אויס אויף די וואס ארבעטן די שווערסטע און קענען קוים דעקן. זיי שינדט מען ווי בעלי בתים על לא דבר.