בלאט 1 פון 1
בלומינגבורג גייט טאליבאן
נשלח: פרייטאג יולי 28, 2017 12:11 am
דורך [NAMELESS]
סיקריקישע דיין הרב מענדלאוויטש לויפט ארום לייגן פרעשער יעדער זאל חתמענען.
נשלח: פרייטאג יולי 28, 2017 7:46 am
דורך שמעקעדיג
טאליבאן בתפארתה!
איך גלייב נישט עס האט צופיל שאנסן זיך אויסצוארבעטן. דער גאנצער מאטא וואס מען האט גע'טענה'ט פאר די שטאטישע אידן איז געווען אז היינט קען מען רואיג מופן צו די מרחקים, אוועק פון שטאט און מאנהעטן, וויל מען קען האבן פרנסה אנליין, צי עמעזאן, טשיינע, און אפילו ריעל עסטעיט, ועוד כמה וכמה פאכן וואס גייט היינט אויפן קאמפיוטער, ממילא דארף מען נישט מורא האבן צו מופן אינעם ארץ לא זרועה... און יעצט גייסטו אלעס אסר'ן ווי א משוגע'נער? און דו טראכסט נאך אז מענטשן וועלן אהינגיין וואוינען?
בכלל וואונדער איך זיך ווער עס שטייט דערונטער. עס האט נישט קיין לעטערהעד אדער חתימה. ווער איז דער מענדלאוויטש? עס קוקט אויס ווי א צימערמאן טאליבאנער סיקריק האט געטייפט א צעטל אויף א משומר טייפרייטער און שוין.
נשלח: פרייטאג יולי 28, 2017 7:56 am
דורך diff
לענ"ד האט ער מער רעכט ווי אלע אנדערע וואס טון גארנישט פארן כלל. און זענען נאר דא צו זאגן דיעות
נשלח: פרייטאג יולי 28, 2017 9:28 am
דורך איש את רעהו
קרית יואל [פאלם-טרי] מהר"א, האט שוין מיט עטליכע יאר דאס איינגעפירט ביים ציבור זיינער, אין שטוב איז דא א גדר אז עס מיז זיין קאמפיוטער פריי ווייל עס שטערט אין שטוב.
אלע איבריגע זאכן פעלט שוין נישט אויס דאס גרויסער אריכות, לפי וואס די מהר"א מענטשן זאגן האט עס ביי זייער ציבור געארבעט, ווער עס דארף האבן א כלי בויעט זיך א שטיקל אפיס נאנט צו זיין הויז ווי זיין כלי ליגט אים דארט פארשפארט.
נשלח: פרייטאג יולי 28, 2017 9:52 am
דורך שמעקעדיג
ממש די זעלבע?
מען טאר נישט האבן סעלפאון'ס מיט פיקטשער מעיל? פרויען טארן נישט האבן קיין טעקסט? קעמערעס טארן נישט האבן ווידיאו? דאס איז דאך עפעס פאררוקט עקסטרעם!
נשלח: פרייטאג יולי 28, 2017 10:12 am
דורך איש את רעהו
שמעקעדיג האט געשריבן:ממש די זעלבע?
מען טאר נישט האבן סעלפאון'ס מיט פיקטשער מעיל? פרויען טארן נישט האבן קיין טעקסט? קעמערעס טארן נישט האבן ווידיאו? דאס איז דאך עפעס פאררוקט עקסטרעם!
דאס פעלט שוין נישט אויס,
די מעין זאך וועגן כלים אין שטוב איז שוין ביי די מהר"א קהילה א אלטע איינפיר.
נשלח: פרייטאג יולי 28, 2017 12:43 pm
דורך סאדאם חוסעין
איש את רעהו האט געשריבן:שמעקעדיג האט געשריבן:ממש די זעלבע?
מען טאר נישט האבן סעלפאון'ס מיט פיקטשער מעיל? פרויען טארן נישט האבן קיין טעקסט? קעמערעס טארן נישט האבן ווידיאו? דאס איז דאך עפעס פאררוקט עקסטרעם!
דאס פעלט שוין נישט אויס,
די מעין זאך וועגן כלים אין שטוב איז שוין ביי די מהר"א קהילה א אלטע איינפיר.
אויף דעם האט מען נישט קיין טענות עס איז זייער א נערמאלע תקנה,
אויך האט קיינער נישט קיין טענות אויף די בס"ד אנפאנג פעטש
די טאליבאן חלק איז אויף די קעמערעס פיקטושער מעיל וכדו'
נשלח: פרייטאג יולי 28, 2017 3:13 pm
דורך איש את רעהו
אזוי גייען די זאכן
מען לייגט צו אפאר עקסטרעימע זאכן, די וואס זענען אוצופרידן פירן אויס אז מען שניידט ארויס די פאר סעיפים,
און קאמפיוטער אין הויז ווערט דערנאך א נארמאלע תקנה, ווייל די עקסטרעימע האבן נישט אויסגעפירט.
נשלח: פרייטאג יולי 28, 2017 3:38 pm
דורך אישתישבי
קומפיוטר אין שטוב איז אסור מחמת ווידיא אדער מחמת אינטערנעט.
עס איז דא גאר אסאך נפק"מ און חילוקים צווישען די צוויי איסורים,
ווידיא איז א איסור פין רבנים מקור הקודם, אינטערנעט איז אסור מכח אלע רבנים בדורנו.
ווידיא איז אסור מחמת א גזירה פין טריפה'נע ווידעאס, אינטערנעט איז א חפצא דאיסורא.
ועוד הרבה
נשלח: פרייטאג יולי 28, 2017 4:01 pm
דורך ליפא
אישתישבי האט געשריבן:אינטערנעט איז אסור מכח אלע רבנים בדורנו.
רעדסט מיט אדער אן א פילטער? און ווער זאגט אלע רבנים? האסט יעדן געפרעגט? חוץ אויב מיינסטע צו זאגן אלע עסקנים
נשלח: מוצ"ש יולי 29, 2017 10:22 pm
דורך איך אויך
אן אריינגיין אינעם תוכן, זאל עם איינער פליז לאזן וויסן אז זיין שפראך (כווייס נישט וועלכע שפראך דאס איז, עכ''פ לשה''ק זיכער נישט) איז אויף א לעוועל פון א כתה ד יונגל ביי אונז. קען זיין אז חינוך מיוחד וואלט עם געקענט העלפן.
נשלח: מיטוואך אוגוסט 02, 2017 9:39 am
דורך ציבעלע-קיגל
מען טאהר נישט האבען קיין שום קאמפיוטער אפי' אן אינטערנעט, איין מינוט... דער צעטעל איז דאך אויך געשריבען געווארען אויף א קאמפיוטער.
אהא, דער אלטער סאקמערער תירוץ, איך מעג, און דו נישט.
Re: בלומינגבורג גייט טאליבאן
נשלח: מיטוואך אוגוסט 02, 2017 10:24 am
דורך החוקר
זאג ציבעלע די קענסט טאקע נישט ליינען? עס שטייט "בבתינו", דיין רבי אין חדר האט עס נישט געטייטש?
דאונט געט מי ראנג, דאס צעטיל איז פארריקט, אבער נישט צוליב דיין לעכערליכע קשיא.
נשלח: מיטוואך אוגוסט 02, 2017 10:43 am
דורך איש את רעהו
ציבעלע-קיגל האט געשריבן:מען טאהר נישט האבען קיין שום קאמפיוטער אפי' אן אינטערנעט, איין מינוט... דער צעטעל איז דאך אויך געשריבען געווארען אויף א קאמפיוטער.
אהא, דער אלטער סאקמערער תירוץ, איך מעג, און דו נישט.
ביי מהרא קהילה איז שוין עטליכע יאר אינפארסד דאס נישט האלטן קאמפיוטער'ס אין שטוב
פאר קינדער איז זיכער געזינטער ווען זיי ווערן ערצויגן קאמפיוטער פריי, די כלים מאכט זיי נישט רואיגער די מח, און פארשווערט דאס תופס זיין די לימודים.
נשלח: מיטוואך אוגוסט 02, 2017 1:07 pm
דורך ברוך בער
ווי עס שיינט איז בלומינגבורג אויפן וועג צו ווערן פארכאפט דורך די סאמע ערגסטע קיצונים. דאס איז וואס פאסירט מיט קליינע שטעטלעך איבעראל. א ווייטאג אז בלומינגבורג געבויט דורך א מאדערנער איד וועט ענדיגן א מיני טאליבאן שטאט. גייט נישט אהין אויב ווילט איר א לעבן פון מנוחת הנפש, צו לעבן אינטער סיקריקן איז אלעס אויסער א רואיג לעבן. זשערסי סיטי זעט אויס ווי עס בויט זיך א שטאט סטיל לעבן ווי יעדער קען זיך מאכן א פלאץ צו לעבן צווישן די גוים. דער היסטאריע ווייזט אז אידן דארפן א גוי א מעיאר און פאליציי. אן אייגענע רעגירונג איז גארנישט קיין טובה פאר אייגענע ברודער.