ווי לאנג קען מען דאווענען מנחה? (וועקער #9)
נשלח: פרייטאג יולי 28, 2017 10:53 am
שלום עליכם אלע חשובע קאווע שטיבל מיטגלידער.
שוין א לאנגע צייט וואס איך דריי זיך דא ארום, איך ליין און איך שעפ פון די גרויסע אוצרות פון מחשבה וואס ליגט דא באגראבן אין שטיבל; ווען עס האט אבער אנגעהויבן ארויסצוקומען דער וועקער, האט דאס מיר אינגאנצן איבערגענומען. ענדליך וואס ס'איז שוין דא צו ליינען א היימישע אויסגאבע וואו יעדער קען שרייבן מיט'ן גאנצן אמת אן קיין חשבונות. אזויפיל אינטערעסאנטע טעמעס, און געשמאקע ענינים, ווערן אויסגעשמועסט איבער די בלעטער פונעם וועקער, אז ס'איז ממש א ברכה צו מאכן.
עס האט געדארפט אריבערגיין עטליכע וועקערס אז איך זאל זיך כאפן אז איך קען אויך אריינשיקן מיינע מחשבות, מיינע איבערלעבענישן, זיך ארויסגעבן אביסל פון הארץ צום פאפיר, אן צו דארפן אריינרעכענען זייטיגע חשבונות ווי אזוי מענטשן וועלן מיר אנקוקן, און צי דער רעדאקטער וועט באוויליגן אריינצושטעלן מיינע שורות.
אינעם ארטיקל גיי איך איבער אביסל פון מיין ערפארונג; פון ווען עס האט מיר אנגעהויבן קיצלען אין מח ספיקות אין דאס וואס מען האט מיט מיר געלערנט אלע יארן, ביז ווען איך האב באשלאסן אז טראץ די אלע קווענקלענישן, דארף איך אין סך הכל קוקן אויף מיר אליין, זען וואס ס'איז גוט פאר מיר, וואס וועט מיר מאכן דאס לעבן בא'טעמ'ט אויף די וועלט.
קאמפלימענטן און קריטיק, קאמענטארן און באמערקונגען, זענען וועלקאם.