בלאט 1 פון 3
פארשידענע הלכות וואס איז נוגע שבת ט"ב
נשלח: זונטאג יולי 22, 2012 12:40 am
דורך געפילטע פיש
דיע וואס ווילן מקפיד זיין דעם שבת נישט צו לערנען תורה (חוץ מעניני התענית) האבן אויף וועם זיך צו פארלאזן.
נשלח: זונטאג יולי 22, 2012 12:43 am
דורך שמואל הלוי
אזוי אויך נישט פארגעסן אנצוגרייטן דעם שבת אלע גוטע זאכן "כסעודת שלמה בשעתה", ס'איז די איינציגסטע מאל וואס ווערט דערמאנט אין שו"ע אז מען זאל אנגרייטן אזא סארט סעודה, וזה לשון המחבר:
אם חל תשעה באב באחד בשבת, או שחל בשבת ונדחה לאחר השבת, אוכל בשר ושותה יין בסעודה המפסקת ומעלה על שלחנו אפילו כסעודת שלמה בעת מלכותו. (מיהו צריך להפסיק מבעוד יום).
נשלח: זונטאג יולי 22, 2012 1:22 am
דורך לאדיך אפ
וועגן סעודת שלמה המלך, דער משנה ברורה קען עס נישט אראפשלינגן... ס'דאך דאך די ניין טעג!
נשלח: זונטאג יולי 22, 2012 1:31 am
דורך געפילטע פיש
וואס טוט מען, ווען ברענגט מען די קראקס אין סמעדרעש?
נשלח: זונטאג יולי 22, 2012 12:19 pm
דורך שמואל הלוי
געפילטע פיש האט געשריבן:וואס טוט מען, ווען ברענגט מען די קראקס אין סמעדרעש?
מ'דארף עניוועי אהיים גיין זיך אנטון וואכעדיג
נשלח: זונטאג יולי 22, 2012 1:22 pm
דורך אלבערט
ביז ווען מעג מען עסן שבת נאכמיטאג?
נשלח: זונטאג יולי 22, 2012 1:22 pm
דורך יידל
שמואל הלוי האט געשריבן:געפילטע פיש האט געשריבן:וואס טוט מען, ווען ברענגט מען די קראקס אין סמעדרעש?
מ'דארף עניוועי אהיים גיין זיך אנטון וואכעדיג
אבער שיך איז איינע פון די חמשה עניים! ווי קען מען גיין מיט שיך תשעה באב אויף די נאכט?
נשלח: זונטאג יולי 22, 2012 1:24 pm
דורך זר זהב
מ'גייט אהיים פון שול פאר בין השמשות מיין איך. מעריב דאווענט מען שוין מיט די וואכענדיגע בגדים
נשלח: זונטאג יולי 22, 2012 1:30 pm
דורך zamel
אין סאקמאר פירט מען זיך אז מען גייט אהיים נאך מנחה און מען פראוועט של"ס אינדערהיים, דערנאך ווערט מען משוגע מיט די צייט פון שקיעה ביזן צאת ווען מען טוט זיך אן וואכענדיג און מען גייט צוריק צו מעריב און איכה.
נשלח: זונטאג יולי 22, 2012 1:34 pm
דורך שמעקעדיג
zamel האט געשריבן:אין סאקמאר פירט מען זיך אז .... מען ווערט משוגע מיט די צייט פון שקיעה ביזן צאת
א חלק פון די עינויים..
נשלח: זונטאג יולי 22, 2012 1:47 pm
דורך נס קאווע
וואס טוט זיך וועגן וואשן וועש זינטיג נאכמיטאג ס' דאך שוין י אב נאך חצות און ס' נישט פון די חמשה עינוים וואס ווערן נדחה פון שבת
נשלח: זונטאג יולי 22, 2012 2:01 pm
דורך שמואל הלוי
נס קאווע האט געשריבן:וואס טוט זיך וועגן וואשן וועש זינטיג נאכמיטאג ס' דאך שוין י אב נאך חצות און ס' נישט פון די חמשה עינוים וואס ווערן נדחה פון שבת
איך האב געפרעגט א דיין און ער האט געענטפערט אז זונטאג איז זיכער אסור א גאנצן טאג, און אפילו ביינאכט מוצאי דהיינו אור ליום י"א אב איז אסור מפני כבוד התענית, אבער מאנטאג צופרי מעג מען שוין תיכף און מען דארף נישט ווארטן ביז חצות.
נשלח: זונטאג יולי 22, 2012 2:02 pm
דורך שמואל הלוי
אלבערט האט געשריבן:ביז ווען מעג מען עסן שבת נאכמיטאג?
ביז א מינוט פאר די שקיעה.
נשלח: זונטאג יולי 22, 2012 2:05 pm
דורך זר זהב
ביז א רגע פאר.
נשלח: זונטאג יולי 22, 2012 2:07 pm
דורך שמואל הלוי
מ'דארף מוסיף זיין אביסל אזוי ווי יוכ"פ
נשלח: זונטאג יולי 22, 2012 2:08 pm
דורך געפילטע פיש
שמואל הלוי האט געשריבן:נס קאווע האט געשריבן:וואס טוט זיך וועגן וואשן וועש זינטיג נאכמיטאג ס' דאך שוין י אב נאך חצות און ס' נישט פון די חמשה עינוים וואס ווערן נדחה פון שבת
איך האב געפרעגט א דיין און ער האט געענטפערט אז זונטאג איז זיכער אסור א גאנצן טאג, און אפילו ביינאכט מוצאי דהיינו אור ליום י"א אב איז אסור מפני כבוד התענית, אבער מאנטאג צופרי מעג מען שוין תיכף און מען דארף נישט ווארטן ביז חצות.
ביזט זעכער? ווייל לויט ווי ס'זעט אויס איז נאר בשר ויין אסור ביינאכט נאך א ט"ב נדחה, כ'וועל מוזן פרעגען.
נשלח: זונטאג יולי 22, 2012 2:12 pm
דורך שמואל הלוי
איך זאג דיר וואס דער דיין האט מיר געענטפערט, אז דו ווילסט קענסטו עקסטער פרעגן.
נשלח: זונטאג יולי 22, 2012 2:19 pm
דורך געפילטע פיש
שמואל הלוי האט געשריבן:איך זאג דיר וואס דער דיין האט מיר געענטפערט, אז דו ווילסט קענסטו עקסטער פרעגן.
איך גלייב דיר אז דו האסט געפרעגט, אבער קוק אריין אין משנה ברורה תקנ"ח סק"ד אבל בלילה אסור וכו': היינו רק באכילת בשר ושתיית יין, אבל בתספורת מותר לכולי עלמא.
נשלח: זונטאג יולי 22, 2012 2:21 pm
דורך zamel
אויף דברים שבצנעה איז א שטארקע שאלה אויב עס איז אסור אויף פרייטיג צונאכטס, רמא פסקענט אסור,משנה ברורה האט צדדים להקל, מען ברויך עס דורך שמועסן מיט א מורה הוראה.
אויף זונטאג נאכט איז דא וואס האלטן אז עס איז אסור משום אבילות דיום אבער רוב פוסקים זענען יא מתיר, אבער עס איז נאך אלץ וויכטיג זיך צו דורך שמועסן מיט א מורה הוראה.
נשלח: זונטאג יולי 22, 2012 2:29 pm
דורך נס קאווע
וועלכע דיין? אויב כ' מעג וויסן
נשלח: זונטאג יולי 22, 2012 6:07 pm
דורך קלאר
וואס טוט זיך מיט נעמען א שויער ערב שבת?
אין גליון מעין גנים ברענגט ער, אז עס נישטו קיין שום היתר זיך צו זייפן געהעריג ערב שבת חזון
נשלח: מאנטאג יולי 23, 2012 1:53 am
דורך געפילטע פיש
געפילטע פיש האט געשריבן:שמואל הלוי האט געשריבן:איך זאג דיר וואס דער דיין האט מיר געענטפערט, אז דו ווילסט קענסטו עקסטער פרעגן.
איך גלייב דיר אז דו האסט געפרעגט, אבער קוק אריין אין משנה ברורה תקנ"ח סק"ד אבל בלילה אסור וכו': היינו רק באכילת בשר ושתיית יין, אבל בתספורת מותר לכולי עלמא.
כ'האב געפרעגט, און מ'מעג אלעס חוץ בשר ויין.
נשלח: מאנטאג יולי 23, 2012 6:03 am
דורך שמואל הלוי
געפילטע דו ביסט גערעכט; איך האב נאכגעקוקט, און אלע זענען מתיר בתספורת אום מוצאי ספעציעל היי יאר ווען ס'איז נדחה, נאכמער דער שערי תשובה ברענגט אז ווער ס'פירט זיך מחמיר צו זיין און נישט אפשערן זיך בליל מוצאי ת"ב שנדחה, איז דאס א "מנהג טעות".