בלאט 1 פון 4

די טראגעדיע פון מלכי קליין הי"ד

נשלח: מאנטאג יולי 31, 2017 11:45 am
דורך קרעקער
מלכי קליין איז א קינד פון א העכסט נארמאלע שטוב,א טאטע מיט געלט א שטיק געשמאקייט, וואס האט אויכ געמיינט (ווי רוב פון אונז מיינען) אז ביי מיר גייט עס נישט פאסירען, איך האב א נארמאלע הויז, איך בין סוקסעספול...... אבער ליידער איז זי אוועק פון אווערדאוז מיט אפאהר וואכען ציריק

ספאהרט ארום א קליפ פון איר טאטע וואס דערציילט אירע מיטמאכענישען, און ווי די סקולס און פרינצעפעלס האבען איר געווארפען ווי א שמאטע

ביי אונזער עולם איז דא א עטיטוד צו געבען א מורמעל אונטער "זי האט זיך אווערדאוזט און יעצט קומט ער בלעימען דעם סיסטעם, כאילו אונז זעמיר שילדיג אין זיינע צרות"

אזוי ווי איר טאטע אליינס באהאלט עס נישט און איז ארויסגעקומען אפען דערמיט טרוי איך מעך עס צו ברענגען דא אלס שמועס צי דעבאטירען איר מעשה,

און באמת איז דעס א מעשה פון אזויפיל משפחות און קינדער וואס מאכען עס ליידער מיט ערשהאנטיג און ליידען יסורי איוב זיך דארפענדיג פארמעסטען מיט אזא רשעותדיגע סיסטעם

און אויכ וואס אונז קענען טוהן צו דעם,

נשלח: מאנטאג יולי 31, 2017 11:46 am
דורך קרעקער

נשלח: דינסטאג אוגוסט 01, 2017 12:40 am
דורך diff
.

נשלח: דינסטאג אוגוסט 01, 2017 12:45 am
דורך diff
ווען ער שיקט אין PS וואלט ער געמאכט דער גרעסטער קידוש השם . מסתם האט דער cruel'r נישט געלאזט \ געייצעט. און דער עסקנטע, גייט אין שעלט יענעם. אין זי איז דע הירא דא, געריסן K2 און גארנישט געטון. אויך אז מזאגט אז זי באלאנגט א קלאס אראפ. טאקע נישט אויף א שיינע וועג אבער מען דארף אננעמען
אונזער גאנצע עדוקעישען איז א דזאוק ביי די מחנכים אליין. כדי סזאל אויסקוקן ערענסט, דארף מען ווארפען. דער קרבן איז דער איינציגער וואס מיינט אז ממיינט דא עפעס ערענסט. ענדליך האט זי האט אויך געכאפט. און ער געט נעבעך גערעכט פאר די דוקטורים, ריסארס רומס, טעראר[פ]יסט נאנסענס

נשלח: דינסטאג אוגוסט 01, 2017 8:12 am
דורך אייז קריעם

נשלח: דינסטאג אוגוסט 01, 2017 9:11 am
דורך diff
שיין ווי זי ברענגט רב קוק. טאקע נאר אזוי קענמען מצליח זיין

נשלח: דינסטאג אוגוסט 01, 2017 11:15 am
דורך גלויבער
Yad Malky Legacy in Memory of Malky Klein A"H
https://youtu.be/fFfEd9eyAws

נשלח: דינסטאג אוגוסט 01, 2017 3:38 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
דיפף, דו מוזט איבערליינען דיין ווערטער. זיי קלעבען זיך נישט איינס צום צווייטען. ווי א שווערע קינה. וואס ווילסטו ארויסברענגען?

נשלח: דינסטאג אוגוסט 01, 2017 3:45 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
רוחי פרייער איז א מישאכטס פון ווערטער אן קיין באדייט. וואס וויל זי? אז מ'זאל יעדעם אננעמען און לאזען דורכגיין די סיסטעם? אדער מ'זאל ארויסהעלפן שוואכערע קעפ אז זיי זאלן ווערען קלוגער? אדער עפענען מוסדות פאר שוואכערע קעפ? ווער גייט דארט שיקן?

און די טענה אז מדות איז וויכטיגער ווי גרעידס איז העכסט נאריש. די מוסד איז נישט געבויט אויף וואס איז וויכטיגער, נאר אויף זייער דזשאב. ס'איז פונקט ווי גייען אין א פיש סטאר און פאדערען ברויט ווייל ברויט איז וויכטיגער ווי פיש.

אז זי וויל עפעס טענה', קען מען טענה'ן אז מוסדות זענען צו מקפיד אויף גרעידס. יא, צומאל איז א קינד ממש ארויס פון די סיסטעם, און זי וועט גארנישט לערנען. אבער צו אפט איז עס סתם א הקפדה יתירה, זי פארשטייט נישט אלץ און דאס איז דער גאנצע סבה פאר איהר טראבעל. מ'קען ממתיק זיין דעם דין, מ'דארף עס נישט מאכען עקסטרעם.

און אויך, אז לא נתקבל דארף נאר זיין אין אן עקסטרעמע מצב, און ס'זאל זיין אויסגעשטעלט אויף אן אופן אז אן עצה זאל בלייבען. אדער צווישען די מוסדות זאל זיין עפעס אן אפמאך, אדער מ'זאל כאטש צוהעלפען א מוסד וואס עפענט זיך פאר זיי. קיין געלעגענהייט זאל נישט זיין צו קענען זאגען 'ס'איז נישט מיין אחריות'.

נשלח: דינסטאג אוגוסט 01, 2017 9:24 pm
דורך shtriemel
נעבעך נאך אן אומשולדיג קרבן.

נישט אונזער מוסדות, די פרומער סיסטעם, אדער, חלילה, די עלטערען זענען שולדיג:

פארטאגאל, דאס לאנד נעבען שפאניע, האט זיך געטראפען אין יאר 2000 מיט די גרעסטע ראטע פון שטארקע דראג באניצער אין גאנץ אייראפע. אויך האבען זיי געליטען פון מערערע hiv געשלאגענע און נאך כהנה ערשטע-וועלט פראבלעמען.

א יאר דערנאך איז אריין אין קראפט א נייע געזעץ. אלע דראגס זענען געווארען בבחינת פטור אבל אסור. בערך ווי היינט צו טאג אין שטאט ניו יארק מיט מאריוחאנא (וויאזוי שרייבט מען דאס אויף אידיש?). נו, וואס מיינט איר האבען זייערע ווערסיע רעפאבליקאנער געשריגען וועט געשען אין וואס איז למעשה געשען?

פאר מ'האט מתיר געווען אלקעהאל בשנת 1933 וואס האבען די סעשענס למיניהם געשריגען אין וואס איז למעשה געשען?

אין 1996 ווען קאליפארניע האט מבטל געווען זייערע אנטי מאריוחאנא געזעצען וואס האבען די קליינקעפיגע קאנסערוועטיווען למיניהם געשריגען אין וואס איז למעשה געשען?

די ענטפער מונחת באינטערנעט - הרוצה ליטול יטול

די דיירעקטע תוצאה פון די מלחמה אויף דראגס איז מער טויטע יוגענטליכע (און ארימע ווייסע מיטל-עלטער בכל מקומות מושבותיהן).

האסט געוועלט פאר דער וואס האט אהינגעשטעלט סעשענס? קענסטו נישט זאגען "ידי לא שפכה"!!!

נשלח: דינסטאג אוגוסט 01, 2017 11:20 pm
דורך וואלווי
א לייק ווייל די פארשטייסט צו אגריקולטער...

נשלח: מיטוואך אוגוסט 02, 2017 9:43 am
דורך diff
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:דיפף, דו מוזט איבערליינען דיין ווערטער. זיי קלעבען זיך נישט איינס צום צווייטען. ווי א שווערע קינה. וואס ווילסטו ארויס ברענגען?

טאקע א שווערע קינה. אמאל איז פאבליק סקול נישט געווען א פרעמדע זאך ביי אונז. פ"וו איז קיינעם דאס איינגעפאלן. נישט דער רבי אדער דע עסקנטע און דער וואס האט געטשארדשד 2K אדער אפילו פרייער

נשלח: מיטוואך אוגוסט 02, 2017 9:44 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
וואס איינגעפאלען? וואט ער יו בלעדערינג אן אבאוט?

נשלח: מיטוואך אוגוסט 02, 2017 9:47 am
דורך diff
זאל'ך איבערזאגן?
דו ביסט צומישט. איינמאל זאגסטו אז סקולס זענען נאר געמאכט פאר עדוקעישן. איי יעדער מוז גיין

נשלח: מיטוואך אוגוסט 02, 2017 9:58 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
ליין איבער דיין ווערטער און זאג מיר וואז זיי מיינען. וואס האט געדארפט איינפאלען? ביי וועם? וואס איז k2 און וואס האט עס אהער? א סקול איז געמאעט פאר עדיוקעישען. איי, די זוהן שיינט פון די מזרח?
וואט אר יו בלעדערינג אן אבאוט?

נשלח: מיטוואך אוגוסט 02, 2017 10:07 am
דורך diff
וועלך מסבירן פאר שווערע קעפ. די געזעץ איז יעדע דארף גיין אי סקול. מיינט דאך דעס אז דער סקול דארף זיין פאר יעדען. וואס ענפערט דער סקול צי דעם

נשלח: מיטוואך אוגוסט 02, 2017 10:17 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
איך ווייס נישט. וואס האט עס מיט אונז? וואס האט עס מיט מלכי קליין? וואס האט עס מיט k2 (וואטעווער דעט מינס)? און וואס איז איינעם איינגעפאלען?

נשלח: מיטוואך אוגוסט 02, 2017 10:21 am
דורך diff
קענסטו ענפערע מיין יעצטיגע קשיא. מוועט צוביסלעך גיין צו די פריאיגע

נשלח: מיטוואך אוגוסט 02, 2017 10:37 am
דורך yatzmachp
איך וויל נישט רעדן קעגן רב קליין פאר צוויי סיבות: איינס, ווייל ער רעדט פון צער און אין אדם נתפס בשעת צערו, צווייטנס, סאיז אוממעגליך צו בארעכטיגן אדער באשולדיגן א מענטש פאר מען הערט צוויי זייטן. איך האב שוין ליידער געזען צופיל מאל ווי מען מיינט אז איינער איז גערעכט ביז מען הערט די צווייטע זייט און מען זעהט אז יענער איז ליידער אינגאנצן נישט גערעכט. וועגן דעם גיי איך רעדן אין דזשענעראל טערמס.

איך בין שוין געווען אינוואלווד אין אסאך קעיסעס מיט טינעידזשערס אין טראבל, רובא דרובא קעיסעס איז די שטוב א גרעסערע פראבלעם ווי די סקול. די עלטערן ווייסן נישט ווי אזוי צו דילן מיט זייערע קינדער ממילא גייען די קינדער אויפן גאס און זייער אסאך מאל ענדיגט זיך עס נישט גוט. רובא דרובא קעיסעס וואס איך האב געזען פון שטיבער מיט פראבלעמאטישע קינדער וואס די שטיבער זענען גוט צוגעפאסט פאר די קינדער, ווערט די שטוב ווי אן עיר מקלט און עס געשענט צוויי זאכן, איינס אז עס קומט כמעט נישט צו אז די קינדער זאלן בלייבן אן א מוסד. צוויי, אפילו ווען מען ווארפט זיי ארויס בלייבן זיי סעיף און צום סוף שטעלן זיי אויף זייער אייגענע שטובער.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 02, 2017 10:44 am
דורך yatzmachp
פאר די אלע וואס באשולדיגן די סקול פארן ארויסווארפן קינדער וויל איך אז זאלן קאמפערן צו די סיסטעמס וואס ווארפן נישט ארויס, פאבליק סקולס. ווי פיל קינדער שטארבן דארט אומארויסגעווארפן?

נשלח: מיטוואך אוגוסט 02, 2017 10:45 am
דורך diff
3 אין איין וויקענד דאס איז שוין א דבר מיט סגול

פ"וו אין PS ווארפט מען ניש ארויס

נשלח: מיטוואך אוגוסט 02, 2017 10:46 am
דורך איש את רעהו
diff האט געשריבן:3 אין איין וויקענד דאס איז שוין א דבר מיט סגול

אין P.S איז עס נישט קיין חידוש ווען ס'פאסירט טעגליך

נשלח: מיטוואך אוגוסט 02, 2017 10:49 am
דורך diff
פ"וו אין PS ווארפט מען ניש ארויס