בלאט 1 פון 1

פויבסטליכער פונעם פויבסט (וועקער #9)

נשלח: מאנטאג יולי 31, 2017 1:05 pm
דורך אורים ותומים
אונטערן פסעוואדנים "הרב יהונתן האמבורגער" [ה"ה רבי יונתן אייבשיץ בעל "אורים ותומים"], האב איך געשריבן אן ארטיקל אין "וועקער", איבער די היסטאריע פון פריינדשאפט צווישן אידן און קריסטן, רבנים און קריסטליכע גייסטליכע, באזוכן אין וואטיקאן, א.א.וו.

דורכאויס אונזער גלות געפונען מיר א לאנגע קייט פון פארבינדונגען, און עס זעט נישט אויס אז די סומאטוכע איבערן לעצטיגן באזוך ביים פויבסט, וואלט זיך סומאטוכעט בדורות הקדומים.

אלענפאלס, הערות והארות זענען וועלקאמען.

נשלח: דינסטאג אוגוסט 01, 2017 4:20 pm
דורך קורקלענד
זעהר שיינע ארבעט. גוט געשריבן.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 02, 2017 9:35 am
דורך געוואלדיג
א ארטיקל מיט אינטרעסאנטע ידיעות, אבער מיט די שערוריה ארום דאס לעצטיגע זיך טרעפן מיטן פויפסט און זינגען פאר איהם אורך ימים אשביעהו, האט עס נישט, אלע פעלער וואס דו האסט צוגעלייגט אזוי פאכמאניש ווייזן ס''ה וויאזוי די מנהיגי ישראל לדורותיהם האבן אלס געוואוסט וויאזוי צו שמירן די רעדער צו קענען האלטן די קאפ איבערן וואסער אונטער די רשעות'דיגע אנטיסעמיטישע קריסטליכע הערשאפט,

האט איינער איין הוו''א אז דער תשובה מאהבה האט טאקע אזוי ליב געהאט דעם צענזאר ממש אהבת נפש? אפשר אהבת מות, און אזוי ווייטער מיט די אנדערע צושטעלן, קיינער האט געהאט א פראבלעם מיטן עצם גיין צום פויפסט צו שתדלן אויף וואס עס פעלט נאר אויס, די טענה און בארעכטיגטע טענה איז געווען אויפן מה יפית אורך ימים טאנץ וואס אפילו ראביי גלאק אין זיין אינטערוויו צו ''מאמענט'' מודה געווען אז עס איז געווען א טעות.