בלאט 1 פון 1

פאעזיע: די ניין טעג

נשלח: זונטאג יולי 22, 2012 11:43 am
דורך שמואל הלוי
איך שוויץ און איך סרוח'ע
נישט נאר איך נאר די גאנצע משפחה
עס צו שפירן דארף מען נישט זיין קיין בר הכי
ס'פעלט נישט אויס קיין הוכחה
א ערענסטע שאלה צו מ'קען נעבן מיר מאכן א ברכה

גאנצע ניין טעג אזוי זיין בהמשכה
אזוי פארלאנגט די הלכה
זיין בעמק הבכא
בצער יגון ואנחה
צוליב חורבן ציון עיר הנדחה

כאטשיג מ'מעג טאקע
מיט קאלט וואסער זיך זיין מנקה
העלפט עס אבער א מכה
ס'ציפט ס'אויסשלאגן אויטש... איך שריי בצעקה
איך האלט עס נישט אויס רוף איך אויס מממעקה

איך וויין און כליפע בקול דממה דקה
ממש ווי ביי תפלת זכה
דער בוכ"ע זאל אונז שוין זיין מזכה
שיקן דעם גואל אויף וועם מיר זענען מחכה
פון גלות ארויסנעמען ביד חזקה

אז ימלא שחוק פינו ולפניו בקול תודה נריע
מ'וועט נישט ליידן מער פון קיין זיעה
קיין ירושלים עיר הקודש וועלן מיר מאכן א נסיעה
די פארשלאפענע עצמות וועלן אויפשטיין לתחיה
הלוואי נאך היי יאר וועט זיין די ישועה

קאנטער פאעזיע

נשלח: זונטאג יולי 22, 2012 12:02 pm
דורך זר זהב
איך שוויץ נישט און איך סרוח'ע נישט
פון א געשמאקן שאוער האב איך זיך נארוואס אפגעווישט
ס'נישט קיין ענין אין די 9 טעג צו זיין צו'חישט

איך גיי אין שאוער פונעם יאר א יעדן טאג
אן עס איז עס פאר מיר א אומדערטרעגליכער פלאג
דער שאוער נעמט נישט אוועק פונעם קלאג

איך גלייב שווער אז ווען משיח וועט קומען
וועט ער מיט זיין פינגער אויף מיר ווייזן און שטימען
אז איך האב זיין קומען געטון צוריקהאלטן
ווייל אין די 9 טעג האב איך זיך געזייפט אין א שאוער א נישט קאלטן

דאך עפעס א היכר מאך איך
איך בין מיך נישט אזוי גוט מזכך
אין שאוער גיי איך אריין און ארויס
און מיט דעם האף איך פועל איך אויס

נשלח: זונטאג יולי 22, 2012 1:37 pm
דורך zamel
זר זהב האט געשריבן:איך גיי אין שאוער פונעם יאר א יעדן טאג
אן עס איז עס פאר מיר א אומדערטרעגליכער פלאג
דער שאוער נעמט נישט אוועק פונעם קלאג

איך גלייב שווער אז ווען משיח וועט קומען
וועט ער מיט זיין פינגער אויף מיר ווייזן און שטימען
אז איך האב זיין קומען געטון צוריקהאלטן
ווייל אין די 9 טעג האב איך זיך געזייפט אין א שאוער א נישט קאלטן


זר'ל טייערער איך פארשטיי דיין געדאנקען גאנג פון גיין אין שויער, אבער זיך דורך רעדן מיט א מורה הוראה שאדט נישט, און רבותי עס איז נישט קיין שום בושה זיך נישט צו שויערן אין די ניין טעג, אבער ווער עס שפיר ער ברויך קען מען אנפרעגן מורה הוראה און זיי זענען מתיר אויף געוויסע אופנים

נשלח: דינסטאג יולי 09, 2013 1:58 am
דורך סאשי פיש
זר זהב האט געשריבן:איך שוויץ נישט און איך סרוח'ע נישט
פון א געשמאקן שאוער האב איך זיך נארוואס אפגעווישט
ס'נישט קיין ענין אין די 9 טעג צו זיין צו'חישט

איך גיי אין שאוער פונעם יאר א יעדן טאג
אן עס איז עס פאר מיר א אומדערטרעגליכער פלאג
דער שאוער נעמט נישט אוועק פונעם קלאג

איך גלייב שווער אז ווען משיח וועט קומען
וועט ער מיט זיין פינגער אויף מיר ווייזן און שטימען
אז איך האב זיין קומען געטון צוריקהאלטן
ווייל אין די 9 טעג האב איך זיך געזייפט אין א שאוער א נישט קאלטן

דאך עפעס א היכר מאך איך
איך בין מיך נישט אזוי גוט מזכך
אין שאוער גיי איך אריין און ארויס
און מיט דעם האף איך פועל איך אויס

איך פיר מיך אויך אזוי

נשלח: מאנטאג אוגוסט 08, 2016 12:24 am
דורך שמעקעדיג
חוזר וניעור

נשלח: מאנטאג אוגוסט 08, 2016 12:38 am
דורך דער דאס
פסק פון אן ערליכען דיין, א יונגערמאן וואס ארבייט, 'מוז' גיין און שאוער!

נשלח: מאנטאג אוגוסט 08, 2016 1:02 am
דורך זבולון
אֶתְאוֹנֵן מִי יִתֵּן על רֹאשִׁי מַיִם, סְחִי וּמָאוֹס הֱשִׂימוּנִי בְּעֶדְרֵי חֲבֵרַי.

נשלח: מאנטאג אוגוסט 08, 2016 3:08 am
דורך [NAMELESS]
איך שלאף ממילא נישט איין. וה' הטוב יכפר.
דער דאס האט געשריבן:פסק פון אן ערליכען דיין, א יונגערמאן וואס ארבייט, 'מוז' גיין און שאוער!

וואסערע 'ערליכער' דיין? און אפשר נאר א מו"ץ אין די חסידות? נאר א אינגערמאן, נישט א בחור אדער א עלטערער ארבעטארער? איז מלומדות אין גבאי צדקה אויך אן ארבייט? ער מוז גיין? און אויב ער גייט נישט אגאנץ יאר? און ס'מיינט טאקע א הייסע שאוער? און צום לעצט, דאס איז דאס א פסק פאר א געוויסע יחיד אדער פאר'ן רבים?

נשלח: מאנטאג אוגוסט 08, 2016 3:14 am
דורך דער דאס
פרעגסט ווייל די ווילסט וויסן? אדער נאר ווייל די קענסט נישט איינשלאפן?

נשלח: מאנטאג אוגוסט 08, 2016 3:25 am
דורך [NAMELESS]
וואס איז א חילוק? אז דו שלאפסט עניוועי נישט איז קענסטו מיך שוין ענטפערן..