בלאט 1 פון 1

קריך ארויף אויפ'ן בארג

נשלח: זונטאג אוגוסט 06, 2017 1:50 am
דורך שלום בערגער
קריך ארויף אויפ'ן בארג
און בעט די לופט,
"ווייז מיר דיינע אותיות".
וועט זי לאכן.
וועלן די טראפנס רעגן
אויסצייכענען דיין נייעם נאמען
אויפ'ן ברוק
און שנעל נעלם ווערן
איידער דו ליינסט איבער.