טוה אויס דיין נאמען

פענע-קונסט און נשמה-געזאנג
קל וחומר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2056
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
האט שוין געלייקט: 2815 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2784 מאל

טוה אויס דיין נאמען

שליחה דורך קל וחומר »

טוה אויס דיין נאמען.
שמעק דיינע ברילען.
עפען אויף דאס אטעם.
קריך אויפן אייביגקייט.

די וואסערן פארשטייף.
דאס צודעק באגרייף.
דעם שלעכטס פארדריי.
ענטפער דאס גערודער.

פארשווייג די כוחות.
נעם ארום דאס רואיגקייט.
טרעט אויפן נעפל.
בלאז דעם שטיין.

לעש אויס די צייט.
פארגין דעם געבעט.
צעבויגענע פוסלעך.
געשטעלטע הערצער.

שמיר די בלאטע.
שפיר דאס לויטערקייט.
פרעג דעם שיינקייט.
באפיץ דאס שוועל.

קייטל דאס אויג.
פיר דעם ניר.
שטויס דאס הארץ.
גלעט דעם מח.
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

שליחה דורך געוואלדיג »

...פארדריי דאס קאפ...
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3203
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2624 מאל

שליחה דורך קורקלענד »

פארוואס אין פאעזיע? אפשר ליבערשט אין שמייכל?
מפוזרי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 889
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 20, 2015 9:01 am
האט שוין געלייקט: 1566 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 740 מאל

Re: טוה אויס דיין נאמען

שליחה דורך מפוזרי »

הערליך! ס'האט נאר איין חסרון, ס'גראמט צופיל.
דברי אדוננו המלך בעיני, נגידים ומעולים ונכבדים... אבל לא אשבח אותם שהם אמת! - הרמב״ן ליעקב הראשון.
קל וחומר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2056
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
האט שוין געלייקט: 2815 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2784 מאל

Re: טוה אויס דיין נאמען

שליחה דורך קל וחומר »

ביי טייל פון די פראזן האב איך אינזין געהאט ספעציפישע זאכן ביים שרייבן. ביי אנדערע האב איך סתם געלאזט אזא סארט מעדיטאציע איבערנעמען דאס פעדער. הכלל, כ'האב שפעטער געטראפן שיינע זאכן אין אלעס.

זיי קענען גענוצט ווערן אלס אינדאקציע פאר מעדיטאציע.

די קריטיקירער זענען אויך נישט אפגעפרעגט לפי זווית ראייה שלהם.
באניצער אוואטאר
בת קול
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1421
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 2:34 pm
געפינט זיך: אין מיינע געדאנקען
האט שוין געלייקט: 1427 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1672 מאל

שליחה דורך בת קול »

א לאך אין קאפ
דריי א טראפ
שכל שטאפ
מיט שטותים

פיטער אונז
מיט קיין קונץ
פאר דיר א געווינס
פלוצים

וואו דיין געפיל
וואס דיין ציל
פשוט דיין וויל
כ'זאל קליקן

אויף דיין אשכול
פיין און וואויל
כ'בין נישט פויל
כ'וועל קוקן.

א לייק נישט ממש
צובראכן זיי נישט
פון ווערטער נאריש
כ'קען שיקן

ווערטער הערן
געפילן אומקערן
שרייבערס בלאק שטערן
און דערשטיקן
.I got voices in my head.
קל וחומר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2056
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
האט שוין געלייקט: 2815 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2784 מאל

Re: טוה אויס דיין נאמען

שליחה דורך קל וחומר »

זאגט נאכנישט אלעס.
ווארום נשים דעתן קלות.
לפני בעליהן נגשים.
כי אין חכמה לנשים.

לייק מאכט אויס ווייניג.
יותר ממה שהפר מניק.
הפרה רוצה להניק.
על רגל אחת שטייענדיג.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

געשמעקט די ברילן
(נישט רעקאמענדירט...)
וירח ה' את ריח הניחוח
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

שמעקעדיג האט געשריבן:געשמעקט די ברילן
(נישט רעקאמענדירט...)

אוי! איי געסס ער האט דיר געמיינט...
קל וחומר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2056
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
האט שוין געלייקט: 2815 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2784 מאל

Re: טוה אויס דיין נאמען

שליחה דורך קל וחומר »

שמעקעדיג האט געשריבן:געשמעקט די ברילן
(נישט רעקאמענדירט...)

ווילאנג די נאמען איז נאכנישט גענצליך אויסגעטוהן איז נישטא קיין ברילן געשמעקעריי.
איש את רעהו
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2184
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 9:21 am
האט שוין געלייקט: 129 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 451 מאל

שליחה דורך איש את רעהו »

קל וחומר האט געשריבן:
שמעקעדיג האט געשריבן:געשמעקט די ברילן
(נישט רעקאמענדירט...)

ווילאנג די נאמען איז נאכנישט גענצליך אויסגעטוהן איז נישטא קיין ברילן געשמעקעריי.

גערעכט, דאס נישט ליב האבן די ברילן שמעק, איז וויבאלד די ביסט מיטן אלטן נאמען
ווען די ווערסט א נייער, לאכסטו פון יענעם שמעק די האסט א אנדערע וויזיע.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

אבער מיין נאמען איז דאך שמעקעדיג
אז איך טוה עס אויס קען איך נישט שמעקן
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 8315 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל

שליחה דורך רויטע וואנצעס »

רויעך אן פייער
מ'דרייט די אייער
נישט געשטויגן
פון לופט אויסגעזויגן
האקט אין קאפ
מיט א ליידיגע טאפ
לאטע אויף א לאטע
ווי א יתום אן א טאטע
נאר איינס פון צוויי אויגן
מיט א הויקער איינגעבויגן
א קאליקע מיט א שטעקן
צוריסן ביי אלע עקן
נישט ווערד דאס פאפיר
א הויז אן א טיר
מער לאך ווי וואנט
פעלט צוויי פיס און א האנט
ברענגט פון גארנישט א ריאה
מער שכחה ווי פיאה
עסט לופט און שפייט גאז
פארנעפלט יעדעמ'ס דעת
רעדט נישט צו די זאך
נעגל אין קאפ אנשטאט דאך
לאזט אונז איבער לעהר
ליידיג ווי די מייל ארום סקווירא
פארלוירן צומישט און אליין
ווי א הונטל אויף א טריקן ביין
"טוה אויס דיין הויזן"
שטעל דיך איינגעבויגן
אפאר פעטש מלמטה
אונז זעמער נישט דיין שמאטע.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום רויטע וואנצעס, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

רויטע....!!!!!!!
:lol:
וירח ה' את ריח הניחוח
איש את רעהו
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2184
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 9:21 am
האט שוין געלייקט: 129 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 451 מאל

שליחה דורך איש את רעהו »

שמעקעדיג האט געשריבן:אבער מיין נאמען איז דאך שמעקעדיג
אז איך טוה עס אויס קען איך נישט שמעקן

שוין ווייטער טראגסטו דאגות........
דאס איז אלץ ווילאנג האסט נישט זיך אויסגעטוהן די נאמען, טראגסטו די זארגן
טוה עס אויס ווי קל וחומר הייסט וועט דיר אלעס פארשטענדליך ווערן.
(כל זמן מען דרייט זיך מיטן אלטן הויקער טראגט מען די דאגות..)
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

מיין נאמען אויסטוהן קען איך דען
נישט ווערט די טינט פונעם פען
געווארן א סטייל א נייע
שרייבן אן קיין רייע
נישט געשטויגן
ווי מער צעפלויגן
האט נישט קיין שום זון
אפילו אויב מעשוגע איך בין
דער דארט אין ווינקל
פון טאלאנט טונקל
וויל זיך פילן פון די גרויסע
לייקט אומר ועושה
מאדערן ארט איז די טיטול
ווי א מת מיט א קיטול
אבער קיין פארגלייך
ביי ארט איז שיין די זאך
טראכטן מיט די אויגן מקען
ס׳כאפט די אטענשאן ספען
אבער ווען אן אינהאלט געשריבן
בלייבט גארנישט פארבליבן
חוץ געפאטשקעטע ווערטער
אויף צעמישטע ערטער
קיינער פארשטייט
דאס נערווען צעגייט
ס׳ספעמ׳ד ווי צעדרייט
און דער וואס לייקט
וויל ווייזן וויסנהייט
אבער צווישן מיר און דיר
איז דאס דזשאוסט א שפיל
בערגער ווייסט נישט אליין
ווי ער האט דערמיט געוואלט גיין
מאדערן ארט מיי פוט
איך געב נישט קיין הוד
און איך בין מסכים צו רויטע
מלקות ווי א סוטה
אבער די הויזן לאז
נישט ווי די מלמדים מאז
גיי נישט אויף די דרכים
וועסטעך טרעפן אויף נחום
קל וחומר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2056
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
האט שוין געלייקט: 2815 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2784 מאל

Re: טוה אויס דיין נאמען

שליחה דורך קל וחומר »

גיב נאר א קוק
פון א פיוט אזא הבל וריק
האבן ביימער גענומען שפראצן
פון אלטע זקנים וואס קלאצן
ער גייט אונז מוסר'ן וועגן לעהר
דער אלטער רויטער בער
בלויז אויף צו קיצלען זיין תחתון
צו באגניגן זיין ביצה דעם צעקראכטן
ווערד געווען דאס רויע שטיקל
אים צו לאזן ס'האנט געבן א רוק'ל
געקומען קוויטשן ווי א פייגל
נאכן שלאפן ווי חוני המעגל
קומט שוין אנדערע איבערלייגן
פונעם ראסטיג סטראפ נישט אפנייגן
שטעלט מיין ארט און שאטן
כאילו מ'רעדט דא פון א קטן
קטני עבה ממתניך
והרי שלך לפניך
מיטן פיר-און-זעכציגסטל שוין געשלאגן
אלס פאר אביסל נקמה דעריאגן
די חלומות זענען בייזע געווען
ווארום די ערוועקונג איז מעיד אויף דעם.
דער גאלדענער אדלער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1665
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
האט שוין געלייקט: 6003 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3632 מאל

Re: טוה אויס דיין נאמען

שליחה דורך דער גאלדענער אדלער »

יוש אזא פיינעם לאך געהאט, @רויטע @שלום @ קל וחומר, אזוי געשמאק צו ענדיגן דעם טאג, און דאס איז שוין נאך א גאנצע טאג פיינע אינטערטעינמענט.
נאך אזאנע געשמאקע מילתא דבדיחותא פאסט צו לערנען א פיינע פאר שעה
קל וחומר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2056
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
האט שוין געלייקט: 2815 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2784 מאל

Re: טוה אויס דיין נאמען

שליחה דורך קל וחומר »

העי, דער שטיסל
קומט אויך כאפן אביסל
פון א קליין ניסל
בויעט מיר אויף א שטות'ל.
א גאנצע מבין אויף ארט
צו 'קינד-ערליך' צוגעשארט
כ'בין גרייט צו גיין אויף פארהער
יסודות פון ארט ווער קען מער.
הער אויף שפעטן פון מיינע יצירות
קיינער איז שולדיג אויף דיינע עצירות
קום מיר נישט אין פנים לאכן
ווען דו האלטסט אינמיטן מאכן
לאז דעם משא גיין
און פאר קינוח נוץ א שטיין
ווייל דאס האט רעמברענדט גענוצט
ווען ער האט זיין אויל געפיצט.
דער אונגארישע צונג
וועט אויף וויין אויך בלאזן א לונג
שיטן אויפן טעם דעם ביטערן
ווייל אים ברויך מען מיט צוקערליך פיטערן.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

קל מיין פריינט
דיין ארט שיינט
אבער ווען די חוש׳ט
ווער איך צעמישט
איך פארשטיי נישט בכלל
ווי די בלינדער אין זאל
נאר די אשכול בלעים איך
אבער ח״ו דיר פארזענדליך
און ווי די זאגסט גענוי
מיין חוש אין פאזיע איז רוי
ווי א זאק שטרוי
בין נישט א גרויסער פארשטייער
ווי די צו רויטעס אייער
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום [NAMELESS], רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
נעגעל וואסער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 720
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 30, 2015 9:44 pm
האט שוין געלייקט: 1480 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 646 מאל

Re: טוה אויס דיין נאמען

שליחה דורך נעגעל וואסער »

דער עולם איז אין די גיסטע,
פון אפאר שורות פיסטע,
אויסגעוואקסן אזא גאנצע ליסטע.

פון זאצן וואס קען נישט זיין ערגער,
פון דאקטאר בערגער,
געהאט דערין כוונות טיפע,
אבער מקבל געווען א נזיפה,
און אונז שמאלע קעפ,
מיינען דאס איז קרעפ.

קל וחומר, זאגט כמין חומר,
קול מבשר ואומר,
געדאנקען ער שפינט,
שיין ס'שטימט,
לאזט זיך נישט ווען דער עולם קרומט.

דערנאך דעם בת קול יוצאת,
נעמט זיך טיילן מוצא'ס,
האקט שטיקער לינקס און רעכטס,
ס'טוהט וויי און שטעכט.

פלוצלינג איז דא דעם אלמן זקן וכסיל,
און ווייזן ער קען בעסער ער וויל,
און מען זיין שוונצנות, האקט ליצנות,
פליקט אהן קיין רחמנות.

און דער מיט די וואנצעס רויט,
קומט אונז שינדן די הויט,
מיט ווערטער אן קיין דעה,
נאר ביזי מיט די אייער.

מיט דעם איז תם ונשלם,
מיין ערשטע גראם,
וואס כ'האב אין מיין לעבן געמאכט,
און הויעך געטראכט,
ווייל אז בערגער האט דא א האנט,
קען איך אויך ווייזן מיין טאלאנט,
און פון מיין פעדער זיך דערמאנט,
און ענק גייען ליידן אנגעהויבן פון היינט...
cictim
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 385
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 14, 2015 3:13 pm
האט שוין געלייקט: 9 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 254 מאל

שליחה דורך cictim »

יוא!!!!!!! איז דעיס גוט!!!
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

איך גלייב נישט וואס איך ליין
א אשכול אזוי שיין
ארויס פין די ראמען
מלא טעם די גראמען
זאגסט די בדחנים
אז מכאן יצאו החזנים
פאר אונז אלע א פרנסה קלה
משמח זיין חתן וכלה
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
פארשפארט