הגאון ר' אברהם אליהו קאפלאן זצ"ל - וועקער 9
נשלח: מאנטאג אוגוסט 07, 2017 12:22 am
צום ערשט מוז איך אפגיבן הכרת הטוב פאר ידידינו [tag]אבטולמוס[/tag] און זיין חשוב'ע רעדאקציע ([tag]מפוזרי[/tag] ווייס איך, יישר כח גדול) וואס האבן באוויזן דאס אומגלויבליכע מיט דעם נארוואס-ערשינענעם וועקער, און באזונדער וואס זיי האבן באוויזן צו נעמען אזא רויע ארטיקל פון מיין אומערפארענע שטומפיגע פעדער און געמאכט דערפון א לייטישע ארבעט, און א באזונדערע דאנק פארן גרעפיקער פארן דאס אזוי שיין אהערשטעלן, עס לייענט זיך אינגאנצן אנדערש ווי דאס האט אריגינעל אויסגעזעהן. וגם לא אמנע מלהביע תודתי לידידי [tag]ליטוואק פון בודאפעסט[/tag] שהעביר עיניו עליו והעיר הערות נכונות.
וואס עס האט מיר געברענגט צו שרייבן דעם ארטיקל איז א געוויסע ווייטאג וואס איך טראג זיך ארום דערמיט, ואפרש שיחתי. עס איז אלעמאל געווען באוואוסט בכל הדורות אז גדולי ישראל מנהיגים זענען געווען גדולים אין אלע הינזיכטן מיט א געוואלדיגע ברייטקייט, הן התורה והן במילי דעלמא, די אלע גדולים וואס מיר ווייסן זענען געווען גרויס סיי בעיני כל ישראל און סיי להבדיל בעיני העמים ולפני מלכים התייצבו, דאס איז נישט געקומען פון זיין בלויז באהאוונט אין ש"ס ופוסקים, נאר אויך פון האבן א ידיעה איבער וועלטליכע ענינים. אבער אין די לעצטע דורות ווערט מער אין מער נכחד דעם פענאמענעם, היינט איז ווי מער פארמאכט אלץ מער גדלות. און איך בין נישט אויסן גראדע אריינצוברענגען לימודי חול אין די ישיבות דוגמת הגאון ר' עזריאל הילדעסהיימער זצ"ל (הגם ער האט געהאט די שטיצע פון די גרעסטע גדולי אונגארן בימיו ווי ערווענט אינעם ארטיקל), לאמיר שוין אפילו גיין מיטן ליטווישן מהלך פון כל היום קודש וואס איז למעשה אקצעפטירט געווארן ביים אלע חרדי'שע גדולים מדור העבר, אבער גיבט א קוק אויף אזא ר' אברהם אליהו, ער האט געהאט דעם פולאקאמע חרדי'שע חינוך אנהויבן ביים שטעטלדיגע מלמד און געענדיגט אין סלאבאדקע, פון די שטערקסטע ישיבות בימיו וואו מען האט קיין לימודי חול נישט געלערנט, פארט אבער האט ער זיך אליין משלים געווען במילי דעלמא אויף א מורא'דיגע פארנעם. איז ער דען געווען אויסגעשפיגען? אדרבה, זיין רבי דער אלטער, און זיינע נאנסטע חברים, די שפעטערדיגע גדולים ר' אהרן קאטלער (און זיין שווער ר' איסר זלמן מעלצער) ר' יעקב קאמינעצקי ר' יחיאל יעקב וויינבערג, האבן אלע דאס געזען דוקא אין א פאזעטיווע ליכט (און זיי אליין זענען זאגאר אויך נישט געווען צופיהל אפגערוקט פון איהם אין דעם הינזיכט, ע"ע making of a godol). אדרבה, זאל זיך היינט געפונען אז דער מצוין פון ישיבה זאל האבן אין דארמעטארי אנשטאט דער איד בלאט צייטונג מאמענט שטערן שפאקטיוו גארבידזש זאל ער האבן לכה"פ אן אלגעמיינע אנציקלאפעדיע וכדומה ה"י הס מלהזכיר, ותוצאות הגדולים בהתאם ליידער, ועל זה דוה ליבנו.
איר מיינט אז ר' עזריאל הילדעסהיימער און ר' אברהם אלי' קאפלאן ווערן נישט באשריבן אין די חרדישע אויסגאבעס? א ודאי יא! אבער כמובן ווערן די חלקים פארווישט. ר' אברהם אלי' איז עטליכע מאל געווען באשריבן אין יתד נאמן בלויז אלץ חשוב'ע סלאבאדקע תלמיד וואס האט שפעטער געטוהן אין קירוב אין דייטשלאנד. א פאר יאר צוריק האט דער 'אויפגעקלערטער' ר' יחיאל גולדהבר באשריבן ר' עזריאל הילדעסהיימער'ס יארן אין אייזנשטאדט אינעם א.ג. "יעקישע" קובץ "ירושתינו", און גארנישט, עס קען זיך דוכטן פון זיין ארטיקל אז מען רעדט פון א געהעריגע ישיבה, קיין פיפס וועגן קיין התנגדות און רדיפות, גארנישט... טאקע דערפאר איז דער "וועקער" דער פלאץ פאר אן ארטיקל וואס זאל גיבן דעם פולן בילד אויף אלעס.
----
דא קען מען הערן דריי שיינע ניגונים פון ר' אברהם אליהו'ס קאמפאזיציעס. דירעקטע לינקס:
לדור (די הימנע פון צעירי ישראל, ווי דערמאנט אינעם ארטיקל)
רעגענדל
שיר המעלות
און א ודאי דעם שקעה חמה געזינגען דורך אביש בראדט, און דא דורך שלמה יהודה רעכניץ, מיט זיינע הוספות. און דא קען מען לייענען אן אינטערעסאנטע אפהאנדלונג אויף דעם ניגון, פון דוד אסף.
----
יעצט אפאר נקודות בנוגע ר' אברהם אליהו'ס משפחה.
זיין האלבע שוועסטער, טאכטער פון זיין מאמע'ן בזיווג שני מיט ר' יעקב רבינוביץ, איז געווען די רעביצין פון הגאון ר' יעקב לאנדא זצ"ל אב"ד בני ברק, און מוטער פונעם היינטיגן הרב משה יהודה לייב לאנדא פון בני ברק.
זיין שטיף שוועסטער, טאכטער פון ר' יעקב רבינוביץ, האט חתונה געהאט מיט ר' ראובן דוב דסלר בזיווגו השני, און זי איז געווארן די שטיף מאמע פון הגאון ר' אליהו אליעזר דסלר זצ"ל בעל מכתב מאליהו. פארהאן שיינע בריוון ציווישן די צוויי.
פראפעסער פייבל מלצר, בן הגאון ר' איסר זלמן, איז געווען אן איידעם ביי זיין שווער ר' צבי הירש אבעל.