בלאט 1 פון 2

צניעות ביי חסידים, א שטער פארן גוי

נשלח: זונטאג יולי 22, 2012 12:12 pm
דורך ידען
נישט קיין נייעס. די גוישע מידיע האט געמאכט א שטינק ביי די באסעס ווי אידן ווילן גיין לויט זייער רעליגיע (אדער פרימקייט) און דער גוי וואס ניצט אפי׳ נישט די באסעס האבן אנגעדרייט א ווילדע שטורעם אין א ברוינפן גלעזעל, און עוד ידם נטוי׳ ווען סע באדערט זיי אז די היימישע געשעפטן האבן א דרעס קאד. און אזוי האבן זיי אלץ נייע פראבלעמען וואס די געטא אידן מאכן זיך אין זייערע אייגענע פלאץ פאר זייערע אייגענע מענטשן.

די פאסט היינט

http://nypost.com/f/mobile/news/local/b ... o2O5HN5zeM

נשלח: זונטאג יולי 22, 2012 12:14 pm
דורך זר זהב
דעי קאמפיין האט א איד אנגעהויבן. נישט אלעס קען מען בלעימען דעם גוי

נשלח: זונטאג יולי 22, 2012 12:17 pm
דורך שמואל הלוי
זר זהב האט געשריבן:דעי קאמפיין האט א איד אנגעהויבן. נישט אלעס קען מען בלעימען דעם גוי

מהרסיך ומחריביך ממך יצאו...

נשלח: זונטאג יולי 22, 2012 12:40 pm
דורך קרעקער
דע רבי זיע פלעגט ניטצען א אנדערע לשון
מכם ובכם

נשלח: זונטאג יולי 22, 2012 1:33 pm
דורך zamel
זר זהב האט געשריבן:דעי קאמפיין האט א איד אנגעהויבן. נישט אלעס קען מען בלעימען דעם גוי

וואס איז געווען זיין מאטיוו?? און מה שמו?

נשלח: זונטאג יולי 22, 2012 1:34 pm
דורך זר זהב
faied massieh

גויים זוכן פעלערס ביי אידן

נשלח: זונטאג יולי 22, 2012 1:58 pm
דורך berlbalaguleh
זר זהב האט געשריבן:דעי קאמפיין האט א איד אנגעהויבן. נישט אלעס קען מען בלעימען דעם גוי

אבער דער גוי איז אן אקטיווער מיטהעלפער און באלעקט זיך די פינגערס כאטש ער ווייסט אז 99% פון די מעשה איז שקר. למשל, די פרשה מיט "דעברא פעלדמאן" זי האט געבראקט אפענע שקרים און בלבולים אויף אידן און די גויאישע מידיא האט עס אויפגעכאפט. די משומדת באבא וואווא (בארבארא וואלטערס און די שחור'טע וואס ארבייט מיט האבן זיך פאסמאקעוועט. המשך יבוא אי"ה. I have to get back to work. Otherwise, my boss will fire me. Then, I'll have enough time to post long articles. :lol:

נשלח: זונטאג יולי 22, 2012 9:29 pm
דורך berlbalaguleh
berlbalaguleh האט געשריבן:
זר זהב האט געשריבן:דעי קאמפיין האט א איד אנגעהויבן. נישט אלעס קען מען בלעימען דעם גוי

אבער דער גוי איז אן אקטיווער מיטהעלפער און באלעקט זיך די פינגערס כאטש ער ווייסט אז 99% פון די מעשה איז שקר. למשל, די פרשה מיט "דעברא פעלדמאן" זי האט געבראקט אפענע שקרים און בלבולים אויף אידן און די גויאישע מידיא האט עס אויפגעכאפט. די משומדת באבא וואווא (בארבארא וואלטערס און די שחור'טע וואס ארבייט מיט האבן זיך פאסמאקעוועט. המשך יבוא אי"ה. I have to get back to work. Otherwise, my boss will fire me. Then, I'll have enough time to post long articles. :lol:

המשך: ווען פעלדמאן איז ארויף אויף דעם שוי "דע וויו" האט די שחור'טע זי געפרעגט צי ס'איז אמת אז לייבי קלעצקי ע"ה איז געפאללן א קרבן ווייל מען האט איהם אויסגעלערנט נישט צו טראסט'ן קיינעם אויסער א חסידיש'ן איד מיט א בארד. אפילו א פאליס מאן. די נבילה, אנשטאט זי זאלל זאגן דעם אמת אז אידישע קינדער קוקן אן פאליסלייט מיט רעספעקט און אדמירעישאן (נישט אזוי ווי די שחורים וואס לערנען אויס דעם יונגן דור פיינט צו האבן פאליס) האט צוגעשאקלט צו אללעם וואס די שחור'טע האט געזאגט. חוץ פון די אנדערע שקרים און בלבולים וואס זי בראקט אין איהר בוך. איך מאך דא א "פרעדיקשן" ווען די קראנקע אפטרינערין וועט ווערן אנטוישט פון אירע נייע "פרענדס": וועט זי קומען צו לויפן צוריק צו די שויס פון איהר משפחה און קאמיוניטי, וועמען זי האט אזוי באשמוצט. זי וועט נאך ווערן א "בעלת תשובה" א רביצ'ן וועמענ'ס "לעקטשורס" דער עולם (גולם) וועט נאך קומען הערן פאר טייער געלט. :x

נשלח: מאנטאג יולי 23, 2012 12:22 am
דורך דבילה
ווי איז די ביזנעס-שכל פון א פארמאסי אין אלט וויליאמסבורג (לי עוועניו!) צו פארבאטן פאר געוויסע קונדן אריינצוקומען אין געשעפט? מיר זעט דאס אויס ווי א רעזולטאט פון טעראר פון די וועד הצניעות'ן למיניהם וואס באצוואונגען געשעפט'ס אייגענטומער אדורך צו פירן פאנאטישע תקנות אויפ'ן חשבון פון די ביזנעס זייערע.

נשלח: מאנטאג יולי 23, 2012 8:06 pm
דורך שמואל הלוי

נשלח: דינסטאג יולי 24, 2012 12:57 am
דורך דבילה
הערשל ציג מיט אביסעלע נויטיגע סארקאזם:
http://theantitzemach.blogspot.com/2012 ... _7259.html

נשלח: דינסטאג יולי 24, 2012 12:31 pm
דורך הירשל ציג
שכוח, דבילה

ביי די וועי, וואו טרעפט מען די "אקטיווע אשכולות" אשכול?
א דאנק

נשלח: דינסטאג יולי 24, 2012 12:38 pm
דורך מזכה
ס'איז א קנעפל נישט א אשכול. איר דארפט זיין אריינגעסיינט צו זעהן די קנעפל פאר אלע אקטיווע אשכולות, (צימעס איז נישט אינקלודעד ווי אויסגעשמועסט אין יענעם פארום)
active.JPG
active.JPG (32.93 KiB) געזען געווארן 2513 מאל

נשלח: דינסטאג יולי 24, 2012 9:46 pm
דורך קליינע רעבעלע
דבילה האט געשריבן:ווי איז די ביזנעס-שכל פון א פארמאסי אין אלט וויליאמסבורג (לי עוועניו!) צו פארבאטן פאר געוויסע קונדן אריינצוקומען אין געשעפט? מיר זעט דאס אויס ווי א רעזולטאט פון טעראר פון די וועד הצניעות'ן למיניהם וואס באצוואונגען געשעפט'ס אייגענטומער אדורך צו פירן פאנאטישע תקנות אויפ'ן חשבון פון די ביזנעס זייערע.

סתם נייגעריג איז דאס קעגען דיעם געזעץ צי שטעלן אזעלכע טאולען? טאר איך נישט ביי מיר אין געשעפט פארלאנגען וואס אימער

נשלח: דינסטאג יולי 24, 2012 10:46 pm
דורך קאנצעפט
ידען האט געשריבן:נישט קיין נייעס. די גוישע מידיע האט געמאכט א שטינק ביי די באסעס ווי אידן ווילן גיין לויט זייער רעליגיע (אדער פרימקייט) און דער גוי וואס ניצט אפי׳ נישט די באסעס האבן אנגעדרייט א ווילדע שטורעם אין א ברוינפן גלעזעל, און עוד ידם נטוי׳ ווען סע באדערט זיי אז די היימישע געשעפטן האבן א דרעס קאד. און אזוי האבן זיי אלץ נייע פראבלעמען וואס די געטא אידן מאכן זיך אין זייערע אייגענע פלאץ פאר זייערע אייגענע מענטשן.

די פאסט היינט

http://nypost.com/f/mobile/news/local/b ... o2O5HN5zeM

נישט לאנג צוריק פלעג איך זיך צוכאפן צו יעדע שטיקל טיימס אדער ני פאוסט איבער חרדי'שע אידן, איינמאל איבער צניעות, א צווייט מאל איבער ארימקייט, א דריט מאל איבער מאלעסטעישאן וכו' היינט צוטאגס כאפט מיר שוין א פאראיבל עס צו ליינען, נאכאמל און נאכאמאל קייען זיי איבער די זעלבע זאכן, יעדעס מאל טרעפן זיי אן א צווייטן משומד וואס זאל דערציילן ווי הייס ס'איז אים/איר געווען אין די צניעות'דיגע מלבושים, און ווי פריי מ'שפירט זיך מיט די מחיה'דיגע קורצע הויזן. חברה! ס'קריכט שוין! ס'גייט ענק סייווי נישט העלפן צו טוישן אונזער לעבנסגאנג. ס'נישט מער אינטערעסאנט.

נשלח: דינסטאג יולי 24, 2012 11:54 pm
דורך נולד מאוחר
קאנצעפט האט געשריבן:

האלטס נישט סהאט עפעס אן השפעה אויף אונדז, לטוב אדער לרע?

נשלח: מאנטאג יולי 30, 2012 5:31 pm
דורך קאנצעפט
נולד מאוחר האט געשריבן: האלטס נישט סהאט עפעס אן השפעה אויף אונדז, לטוב אדער לרע?

ס'האט אפשר אן השפעה אויף די שוואכע קאראקטערן וואס ווערן דערשראקן פון זען איינער לאכט אפ פון אים/איר. אבער כ'גלייב נישט אז ס'גייט שלאגן ווארצלען און טוישן עפעס.

נשלח: מאנטאג יולי 30, 2012 5:33 pm
דורך שמעקעדיג
קאנצעפט האט געשריבן:ס'האט אפשר אן השפעה אויף די שוואכע קאראקטערן וואס ווערן דערשראקן פון זען איינער לאכט אפ פון אים/איר. אבער כ'גלייב נישט אז ס'גייט שלאגן ווארצלען און טוישן עפעס.

קוקנדיג אויף דיין אוועטאר, האב איך מורא אז עפעס א השפעה האט עס געלאזט אויף דיר :געוואלד:

נשלח: דינסטאג יולי 31, 2012 9:41 pm
דורך קאנצעפט
שמעקעדיג האט געשריבן:
קאנצעפט האט געשריבן:ס'האט אפשר אן השפעה אויף די שוואכע קאראקטערן וואס ווערן דערשראקן פון זען איינער לאכט אפ פון אים/איר. אבער כ'גלייב נישט אז ס'גייט שלאגן ווארצלען און טוישן עפעס.

קוקנדיג אויף דיין אוועטאר, האב איך מורא אז עפעס א השפעה האט עס געלאזט אויף דיר :געוואלד:

נע, איך בין געווארן אזוי אויפגעצויגן... (:

נשלח: מיטוואך אוגוסט 01, 2012 4:18 am
דורך קלוג און יונג
די ערשטע ליין אינעם פאסט ארטיקעל ממחרת הכינוס אין סיטי פיעלד איז געווען
Even the hot-sauce ads were too hot for the Hasids.
מיין ערשטע ריעקשאן, אזוי ווי ענקער. זיי קענען נישט דערליידן אונזער באשיידנקייט.
אבער נאך א מינוט טראכטען האב איך זיך געכאפט און געשעמט. אפשר זענען זיי גערעכט.
אפשר איז א בושה אז אונז האב מיר א פראבלעם מיט א קערעקטאר פון א נקבה אויף א קעטשאפ באטל!
נישט אפשר, נאר זיכער. איז נישט א בושה אז אונז זעמיר אזוי פארקראכען פון א יסודות'דיגע, פונדאמענטאלע, פארשטענדליכע, שיינע רעליגיע, וואס אין אירע פונדאמענטאלע פסוקים איז אינקלאדעד אזעלכע ווי "ויאהב יעקב את רחל" און "ורחל היתה יפת תואר ויפת מראה" צו א ביגאטיד קולטור וואס פילט פאר וויכטיג צו צודעקן א פיגור אויף א באטעל האט סאס?! און צוויי און פערציג טויזענט עדאלטס זיצען דארט און ס'באדערט קיינעם נישט?
איז נישט א בושה אז מיר האבען זיך אזוי פארקירעוועט פון פונדאמענטל אידישקייט אז 75 פערצענט וואס ליינען יעצט דעס קרינגען ווען איך האב געברענגט אויבענדערמאנטע פסוקים פון חומש בראשית און פילען אז ס'איז עפעס א ערנידערונג צו ברענגען סתם אזוי דע פסוק בשייכות צו יעקב אבינו אהן טייטשען אז "ורחל היתה יפת תואר" מיינט סאם האו תואר ב....מדות אדער מצוות?

אונז האלט מיר אז אונז זענען באשיידען און די גוי פארגינט אונד נישט.
בעיסד אויף וועלכע נאלעדזש האלט מיר אזוי? בעיסד אויף אונזער לימיטעד קוק פון מכם ובכם און אלע אנדערע שיינע תורות. אפשר האט דע געלערנטע ריפארטער א בעסערע קוק פונדרויסען פונעם קולטור? אפשר איז ער גערעכט אז סיינס אויף א סטאר וואס פארבאטען קונדען מיט נישט צניעות'דיגע מלבושים א ווייטער מהלך פון סתם גיין און זיך אויפפירען צניעותדיג.
אפשר מיינט נישט יעדער וואס קריטיק, אז ער איז מקנא און האט אונז פיינט. אפשר האלטן זיי אז די אינדיווידועל וויל נישט דעס, און די סיסטעם האט א ליעש וואס שלעפט יעדן ביים האלדז.
אפשר איז א צוגעדעקטע באטעל קעטשאפ א פארשעמענדע מעסטער ווי אונז האלט מיר...

נשלח: מיטוואך אוגוסט 01, 2012 8:08 am
דורך קאנצעפט
קלוג און יונג האט געשריבן:די ערשטע ליין אינעם פאסט ארטיקעל ממחרת הכינוס אין סיטי פיעלד איז געווען
Even the hot-sauce ads were too hot for the Hasids.
מיין ערשטע ריעקשאן, אזוי ווי ענקער. זיי קענען נישט דערליידן אונזער באשיידנקייט.
אבער נאך א מינוט טראכטען האב איך זיך געכאפט און געשעמט. אפשר זענען זיי גערעכט.
אפשר איז א בושה אז אונז האב מיר א פראבלעם מיט א קערעקטאר פון א נקבה אויף א קעטשאפ באטל!
נישט אפשר, נאר זיכער. איז נישט א בושה אז אונז זעמיר אזוי פארקראכען פון א יסודות'דיגע, פונדאמענטאלע, פארשטענדליכע, שיינע רעליגיע, וואס אין אירע פונדאמענטאלע פסוקים איז אינקלאדעד אזעלכע ווי "ויאהב יעקב את רחל" און "ורחל היתה יפת תואר ויפת מראה" צו א ביגאטיד קולטור וואס פילט פאר וויכטיג צו צודעקן א פיגור אויף א באטעל האט סאס?! און צוויי און פערציג טויזענט עדאלטס זיצען דארט און ס'באדערט קיינעם נישט?

זאגסט מורא'דיג גוט, און כ'קען טאקע פארשטיין דעם פאוסט שרייבער, אבער וועסט אויך פארשטיין אז די עסקנים האבן נישט געקענט לאזן אפן א בילד פון די נקבה, און נאכער זאל אויף אלע כל העולם כולו בילדער זאל מען זען די סקולענע רבי אויפ'ן סקרין און דערנעבן די לעידי קאראקטער... ס'מאכט פשוט נישט קיין סענס, ס'איז געווען גענוג פאני צו זען אויף אלע בילדער די ריזיגע ווערטער "לעט'ס גאו מעט'ס" העכער די קעפ פון די חשוב'ע רבנים...

ס'איז פשוט, דער גוי הייבט נישט אן צו פארשטיין צו אונזער אידישער קולטור, און פון זיין קוק-ווינקל קען זיין אז ער איז זייער גערעכט. אגעין, אונזערע קינדער ווערן אויפגעצויגן מיט א געוואלדיגע תמימות (רייט, שוין צו שטארקע פארמאכטקייט) און די חסידים וואלטן זיך נישט געפינען באקוועם זיך צוזאמענצוקומען דארט.

(אז דו טראכסט אריין די גוים לעבן פונקט אזוי אין א באקס אין א געוויסן זין, דער גוי קען זיך רייסן פאר געלעכטער פון א נארישע קאראקטער פון "דיזני", און איך וועל קוקן און נישט פארשטיין וואס איז דא בכלל פאני... דער פראסטער פויער אין אלאבאמא וואקסט אויף א פארמאכטער קריסט ער ווייסט בכלל נישט פון עפעס אנדערש וכו' כאנישט קיין נערוון צו ברענגען נאך ראיות... ואכמ"ל בקיצור, דער גוי'איש אינגל וואקסט אויף אין זיין באקס און מיר אין אונזער באקס, פאר זיי איז פאני מיין באקס, און פאר מיר איז פאני זיין באקס...)

נשלח: מיטוואך אוגוסט 01, 2012 10:28 am
דורך שמעקעדיג
קלוג און יונג, איך האב נישט יעצט קיין צייט מאריך צו זיין,
אבער בקיצור ממש: ביטע!! ברענג נישט קיין ראי' פון די תורה, א מעשה לסתור. ס'איז ממש מגלה פנים בתורה שלא כהלכה.
וואס איז דען מיט דעם פסוק פון ורחל היתה יפת תואר? וואס איז געשען? די תורה פארציילט א פאקט, דאס מיינט נישט אז דו האסט יעצט א היתר צו גיין קוקן אויף פרויען!
ויאהב יעקב את רחל? וואס איז שוין ווייטער? איינער לאזט דיר נישט ליב האבן דיין ווייב?
אפשר ברענגסטו דעם פסוק פון אבהם אבינו, עתה ידעתי כי אשה יפת מראה את? זיין אייגענע ווייב האט ער נישט געקענט!!
און וואס איז פשוט מיט די אלע איסורי דאורייתא און דרבנן, פון ולא תתורו, ביז המסתכל אפילו באצבע קטנה?

איך גיי דיר נישט הייסן לעבן א פארפרומטע לעבן, אבער נעם נישט איין פסוק וואס דאכט זיך דיר אז די תורה איז מ'כלומר'שט מקיל אין געוויסע ענינים, וואס ווערט קלאר ארויסגעברענגט לאיסור ערגעץ אנדערש.

איך וויל נאך מאריך זיין בענין אז אויב מען וואקסט אויס נישט צוגעוואוינט צו די בילדער, דאן קען אפילו א פשוט'ע בילד שאדן ברענגען, און די גויים פארשטייען דאס נישט. אבער בל"נ בקרוב.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 01, 2012 11:01 am
דורך [NAMELESS]
אוי האבען זיי אונז גיט ארויס.....
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=rhQjHJJI6U0[/youtube]