בלאט 1 פון 1

ענדליך עטוואס רואיגקייט אין ווייסן הויז

נשלח: מאנטאג אוגוסט 07, 2017 6:49 pm
דורך מיש-נייעס
איינפלוס פון נייעם ווייסן הויז שטאב-הויפט הייבט זיך אן אנזעהן
גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס (http://ift.tt/2rHBmqG)

עס איז אריבער זעקס טאג פון ווען דשאן קעלי האט איבערגענומען די לייצעס אין ווייסן הויז און ווי עס שיינט האט פרעזידענט טראמפ געמאכט די ריכטיגע באשלוס מיט׳ן אים אויפנעמען, די כאאס וואס האט ארומגענומען דעם ווייסן הויז איז געקומען צו אן ענדע, לויט אינערליכע באריכטן האט קעלי איינגעפירט א מיליטערישע-סטיל רעזשים אין ווייסן הויז און ער האט די לעצטע ווארט איבער אלעס. באלד ביים אריינקומען אין אמט איז זיין ערשטע שריט געווען צו איינשטעלן א קלארע הירארכיע, נעמליך קיינער קען נישט ״שמועסן״ מיט׳ן פרעזידענט אן דעם וואס ער געט די באשטעטיגונג, דאס רעכנט אריין אפילו לאנג יעריגע פריינט אדער פאמיליע א שטייגער ווי דשערעד קושנער.
ער האט קלאר געמאכט פאר א אלע שטאב מיטגלידער אין ווייסן הויז אז מען קען בלויז אריין אין אוועל אפיס מיט זיין באשטעטיגונג, און דערמיט אפגעשטעלט די ביז יעצטיגע פרייע צוטריט ווען יעדער מינדערוויכטיגע שטאב מיטגליד האט געקענט אריינגיין אין אוועל אפיס און כאפן א שמועס מיט׳ן פרעזידענט, א זאך וואס האט געברענגט דערצו אז דער פרעזידענט האט זיך נישט קאנצעטרירט אויף די פריאריטעטן פון ווייסן הויז און איז געווארן פארמישט אין אומוויכטיגע געפעכעטן אדער סקאנדאלן.

אזוי אויך האט ער זיך גענומען צום פרעזידענט׳ס טוויטער אדיקשאן, און לויט אנאליסטן איז אין די לעצטע וואך אנטשטאנען א קענטליכע טויש אינעם טאן פון דעם פרעזידענט׳ס טוויטס, ווייניגער קעמפעריש און מער פרעזידענטליך, ספעציעל האט זיך עס אנגעזעהן ווען דער פרעזידענט האט אויסגעדריקט שטיצע פאר זיין נאציאנאלע זיכערהייט ראטגעבער טראץ א מאסיווע קאמפיין פון טראמפ-שטיצער וועלכע ווילן אז ער זאל אים אפזאגן, עקספערטן האלטן אז ווען נישט קעלי וואלט טראמפ געגאנגען מיט זיין באזע און באזייטיגט דעם נאציאנאלן זיכערהייט ראטגעבער מ׳קמעסטער וועלכער קומט זיך נישט דורך מיט׳ן פרעזידעט און האט טיילמאל אן אייגענע אגענדע.

קעלי האט איינגעפירט דיסיפלין אין ווייסן הויז, ער האט פאריגע וואך געגעבן א רעדע פאר ארום 200 שטאב מיטגלידער און קלאר געמאכט אז ער איז דער בעל הבית, ער האט געווארנט איבער ארויסרינען פאר די פרעסע און אוועקגעשטעלט א מאטא ״קודם דאס לאנד, נאכדעם דער פרעזידענט, און הערשט נאכדעם אייגענע אינטרעסען״ און אויפגעפאדערט יעדן צו זיין געטריי פאר דעם ליניע.


גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס (http://ift.tt/2rHBmqG)

נשלח: מאנטאג אוגוסט 07, 2017 7:18 pm
דורך פרייוויליג
די היינטיגע טוויטס ווידערהוילט אז עס איז דא קיין טויש. דער זעלבער בהמה פון נעכטן.

נשלח: מאנטאג אוגוסט 07, 2017 8:39 pm
דורך איש את רעהו
קעלי האט עס געלערנט ביי זיי.
ווען עס ווערט כעאס, דארף יעדע אויסטויש אין ווערטער א באשטעטיגונג.

נשלח: מאנטאג אוגוסט 07, 2017 10:32 pm
דורך פיינע קאווע
פרייוויליג האט געשריבן:די היינטיגע טוויטס ווידערהוילט אז עס איז דא קיין טויש. דער זעלבער בהמה פון נעכטן.


גערעכט אבער די היינטיגע 8-9 טוויטס זענען פון זיין וואקאציע נישט פון וו.ה.

נשלח: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 2:12 pm
דורך newkave
איש את רעהו האט געשריבן:קעלי האט עס געלערנט ביי זיי.
ווען עס ווערט כעאס, דארף יעדע אויסטויש אין ווערטער א באשטעטיגונג.


חחחח, גוט געזאגט.
אויך זאגן זיי אין אייוועלט 'קיקאר האשאבאט'. יוש זענען זיי גוט.

נשלח: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 3:35 pm
דורך שבת אחים
פרייוויליג האט געשריבן:די היינטיגע טוויטס ווידערהוילט אז עס איז דא קיין טויש. דער זעלבער בהמה פון נעכטן.


אוי גייען זיי זיך נאך רייסן ביי די קעפ! טראמפ מיט קעלי גייען זיך נאך רצחנן, די שאלה איז נאר ווילאנג ס׳גייט נעמען, אפאר טעג, צי אפאר וואכן, דער זקן וכסיל גייט נישט נעמען זיין מיליטערישע דיסיפלין קרעפ פאר צולאנג. אן אלטען בער קען מען נישט לערנען טאנצן! טראמפס איינציגסטער עקט איז שעלטן, בוליען און זיך רצחנן מיט ווער ס׳דערוואגט זיך צו עפענען א מויל קעגן אים... ווייל אין רוסלאנד דארף מען דאך זיין ״לויעאל״ צו ״קעניג פוטין״ אז נישט געשעהט ״עפעס א עקסידענט״ אויפן וועג אהיים פון ארבעט...

יא... קעלי גייט אויסמענטשעלן די רייכע געצערטעלטע ״אומ-מענטשען״ און מאכן פון דעם אנגעפרעסנע סעלפיש ״עליט״ טראמפ א ״נועם המידות״... וואס נאך !???

ווער קען דעם ניגון?

א שיינער חלום האב איך געזעהן... אין ״ווייסן הויז בין איך געוועהן״ פרעזידענט טראמפ אזוי ווייניג ״חן״....