בלאט 1 פון 1

געהיימע פחדים פון די ״סופער רייכע״

נשלח: פרייטאג מערץ 09, 2012 3:29 pm
דורך John Doe
די אטלענטיק האט נישט לאנג צוריק געפאבלישט א העכסט אינטערעסאנטן ארטיקל וועגן די זארגן פון וועלטס עשירים. זייער גרעסטע זארג איז חינוך הבנים והבנות, בעיקר האבן זיי מורא אז רוב עושרם וגדולתם וועט קוראפטירן זייערע קינדער. ליינט און האט הנאה http://www.theatlantic.com/magazine/arc ... rich/8419/

Re: געהיימע פחדים פון די ״סופער רייכע״

נשלח: מוצ"ש מערץ 10, 2012 10:43 pm
דורך [NAMELESS]
אינטערסאנטע ארטיקל! ישר כח!!!
הלוואי זאלן זיך געוויסע היימישע עשירים אפלערנען פון דעים, נישט צו לאזן די קינדער אויסוואקסן ליידיגייער׳ס ווייל ״זיי זיצן און לערנען״...

איך האב פונקט דעם שבת געליינט די נייע אישא פון פארבס מעגעזין, וואס איז די יאהרליכע ״ביליאנערן״ נומער. דער רייכסטער מענטש איז דער מעקסיקאנער קארלאס סלים אין א אינטערוויא מיט פארבס זאגט ער אז זיין לעבן האט זיך נישט קיין סאך געטוישט זייט ער איז אזוי רייך.

Re: געהיימע פחדים פון די ״סופער רייכע״

נשלח: זונטאג מערץ 11, 2012 12:33 am
דורך דבילה
אינטערעסאנט אז די קינדער האבן זיין מורא וועלן ווערן קוראפטירט, אבער זיך שטערט זיי איבערהויפט נישט. ויהי לפלא.

Re: געהיימע פחדים פון די ״סופער רייכע״

נשלח: זונטאג מערץ 11, 2012 3:33 am
דורך [NAMELESS]
פארבס מעגעזין האט לכבוד די אישא געמאכט פיר עקסטערע קאווער׳ס איינס נאך די אנדערע. איין קאווער האט די בילד פון די אליין געמאכטע ביליאנערקע סארא בלעיקלי. זי האט געגעבן א זייער אינטערסאנטע אינטערוויא פאר עי בי סי ווי זי זאגט איבער די חשיבות פון א ״דורכפאל״!
http://abcnews.go.com/WNT/t/video/spanx ... e-15889928