בעל שמ׳סקע סיפורים בדורינו

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
משה געציל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1676
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 27, 2012 2:12 pm
האט שוין געלייקט: 2716 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2728 מאל

בעל שמ׳סקע סיפורים בדורינו

שליחה דורך משה געציל »

שטעלט אייך פאר בעל שמת׳קע סיפורים ווערן פארציילט ווייטער אין היינטיגע צייטען, לאמיר נעמען דעם באקאנטען אלעסקי בעל עגלה מעשיות און פראבירען צו צושטעלן צו די היינטיגע וועלט ווי אזוי בערך די סיפורים וואלטען אויסגעקוקט.

דער הייליגער וויסקאנסענער רבי׳ זצ״ל (א זין פונעם קארליינער זי״ע), פלעגט א יעדן מוצש״ק פראווענען מלוה מלכה ווי ער האט מקפיד געווען עס זאל א יעדע וואך זיין עפעס פרישע חמין, ע״פ רוב פלעגט איינער פון די חסידים וואס פלעגן ספעציעל קומען צו פארען צום רבינ׳ס מלוה מלכה אריבער ברענגען עפעס פריש.

איין ווינטער מוצש״ק איז געגאנגען זייער א שווערע שניי וואס דאס האט גורם געווען אז עס זאל זיך נישט דרייען קיין מענטשן אין וויסקאנסענער הויף, דערזענדיג אז עס ווערט שפעט און עס קוקט נישט אויס ווי עס גייט בדרך הטבע אנקומען עפעס פרישע חמין האט דער רבי׳ צוגערופען זיי שאפער חייקל, חייקל גיי זאפארט ווארעם אן די אויטא מיר גיי מיר זיך ארויס לאזען.

וואו? וואס? ווען? חייקל ווייסט שוין אז פונעם הייליגען רבי׳ן פרעגט מען נישט אזעלכע קשיות.

נאך פינף מינוט קומט דער רבי׳ ארויס א פארדביקות׳דעטר, הייסט פאר חייקל׳ן זיך אריינצוזעצען אין איינער פון די פאסאנדזשיר זיצען, דער רבי׳ מורמעלט זיך אינטער עפעס א שטילען לחש און די קאר נעמט זיך פליען אין די לופטען. מען פליט דורך גאנצעטע געסער מיט שאסייען שטעט מיט דערפער.

אזוי פארענדיג באמערקט אונזער חייקל, אז דעם רבינ׳ס בלעקבערי איז אויסגעלאפן פון עלעקטעריציע, חייקל ווייסט אז אן די בלעקבערי קען די רבי׳ נישט פראווענען די עבודת הקודש זיינער, אוודאי ווען מען קען זיך נישט מקשר זיין מיט די סעטעלייטאן, א דעשראקענער פונעם רבינ׳ס הקפדה פארציילט חייקל שנעל פארן רבי׳ן וואס דא האט פאסירט, דער רבי׳ פארטראכט זיך פאר א מינוט מורמעלט זיך פריש אונטער עפעס א לחש׳ל און דער קאר געפינט זיך אויף די ערד נעבען עפעס א פארשטיפטער וועלדעל, גיי אריין אין וואלד חייקל! ביים ערשטן בוים וואס דו געפינסט נעם ארויס דעם באטערי און שטעק אים אריין נעבן די ווארצלעך פינעם בוים! חייקל ווייסט אז דער רבי׳ זאגט פרעגט מען נישט, מיט א זריזות לויפט ער שנעל און שטעקט אריין דעם באטערי נאך צוויי מינוט נעמט ער עס ארויס פון דארטען עס ארבעט ממש ווי ניי.

מען פארט ווייטער, אזוי ווי פריער ווייסט חייקל אז מען פרעגט נישט קיין קשיות, מען פליט דורך בערג און טאלען פלוצלינג געט זיך דער קאר א ווילדער שטעל אפ און מען דערזעט זיך ערגעץ אין א ליידיגען גרויסן פעלד, דער רבי׳ הייסט פאר חייקל׳ן ארויס צו קומען פונעם קאר און אים דערלאנגען זיין בלעקבערי, דער רבי׳ נעמט דער בלעקבערי ער קלאפט אריין אפאר צירופים, און ער נעמט זיך שנעל גיין, נאך צען מינוט זעט מען פין דערווייטענטס עפעס א ליכטיגקייט, זיי שפרייזען אהין און פאר זייער אויגן אנטפלעקט זיך א הערליכן שיינעם רעסטעראנט (ליין קרעטשמע), דער רבי׳ גייט אריין און פון אינטער די קאנטער קומט ארויס צוגיין א חסידישע איד, זעענדיג דעם רבי׳ן מיט זיין הדרת פנים האט ער גלייך פארשטאנען אז מען רעדט דא פון עפעס העכערע זאכען. מיט א ציטער געט ער א פרעג,
הייליגער רבי וואס קען איך דעם רבי׳ן מכבד זיין? נאך איידער דער רבי׳ האט געהאט צייט צו ענטפערן איז שוין געווען צוגעגרייט א טיש מיט אלע מטעמים פיצא, פרענטש פרייס, סאור קראט, וכו׳.
אויפן פארלאנג פונעם רבי׳ן האט ער צושניטען דעם פיצא אין אכט טיילען, און אנגעפילט דעם בעכער מיט קאלטע קאלע סאדע.

דער רבי׳ איז זייער נתפעל געווארן פונעם ווארימען אויפנאמע, ער רופט צו דעם בעל הבית און זאגט אים איך זע אויף דיין פנים אז עפעס דרוקט דיר, זאג מיר וואס עס דרוקט דיר אויפן הארץ.

״איך וועל פארן רבי׳ן דעם אמת פארציילען,
שוין צוואנציג יאר וואס איך האב חתונה געהאט,
ליידער בין איך מיט קינדער נאכנישט געווארן געהאלפען,
דער הייליגער רבי׳ זאל אנווינטשען איך זאל א קינד האלטען אין מיין האנט״.
(קרעדיט ספרית מחניים)

דער רבי׳ פארטראכט זיך פאר א מינוט, הייבט אויף די הייליגע אויגן און וואונטשט אן דעם בעה"ב, אי״ה אין ניין מאנאטאן פן היינט וועט דיין הויז באגליקט ווערן מיט א ניי געבוירענע קינד. מיט פארוויינטע אויגן שעפשעט ער ארויס א אמן. וכך הוה נאך ניין חדשים איז געבוירן געווארן א בן זכר, זיעועכי״א.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום משה געציל, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)

דער אשכול פארמאגט 25 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר