בלאט 1 פון 1

מהרא"ש מיט מיידלעך

נשלח: מיטוואך אוגוסט 09, 2017 6:16 pm
דורך חקרן
איך וויל אייך ברענגען צו קענטעניס דער דאזיגער ווידאו.
https://www.youtube.com/watch?v=o6cPdA8IZ9Q
https://www.youtube.com/watch?v=Ru_4r8BGZnk

דא זעט מען דער מהרא"ש מיט מיידלעך אין יבניאל, באזוכנדיג א סקול. אנדערש פון אנדערע רבי'ס, וואו מען האלט זיך ווייט, גייט נישט אריין אין קלאסן, מען רעדט קוים אונטער א מחיצה און-דאס-גלייכן, זעט מען זיין אפנקייט, נארמאלקייט און געזעצטקייט, שמועסט מיט מיידלעך, קומט אריין אין קלאסן בשעת די טיטשער איז דארט, מאכט זיך נישט משוגע און פירט זיך אויף נארמאל.

פון די אנדערע זייט:
שטעלט אייך פאר ווען ר' מעכל לעבאוויטש טוט עס, שטעלט אייך פאר ווען שלמה העלבראנץ טוט עס... וואלט אים יעדער באשריגן אלס מנובל און שגץ. אלעס ווענדט זיך ווער עס טוט עס.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 09, 2017 6:26 pm
דורך [NAMELESS]
חקרן האט געשריבן: שטעלט אייך פאר ווען שלמה העלבראנץ טוט עס... וואלט אים יעדער באשריגן אלס מנובל און שגץ. אלעס ווענדט זיך ווער עס טוט עס.

דו ביזט פרימו'ס אנדערע ניק?

נשלח: מיטוואך אוגוסט 09, 2017 8:13 pm
דורך berlbalaguleh
חקרן: ייש"כ. ס'איז זייער שיין צו זעהן אזעלכע שיינע סצענעס. דאס ווייזט אז דער מהרא"ש זצ"ל איז געווען אן אמת'ער מנהיג. ער האט אויפגעשטעלט און געפיהרט אזא שיינעם יישוב אין יבניאל. וואו ס'זענען אויפגעוואקסן דורות ערליכע אידן. צו ג-ט און צו לייט. וואספארא צושטעל איז עס דען בכלל אויב אזעלכע צודרייטע קרימינאלן ווי הרב שלמה ארז העלבראנץ וואלטן זיך אויך אזוי געפיהרט. זיכער אז נישט. מ'קען נישט פרעגן אויב א צודרייטער, פאררוקטער מעגאלאמאניאק וואלטציך אויפגעפיהרט ווי א נארמאלער מענטש. אויב ער וואלט זיך געפיהרט נארמאל וואלט ער דאך נישט געווען וואס ער איז...!

לידיעתך. איש את רעהו (חיים בלעו)...ער האט גערעדט אויף די טמא'נע שפראך עברית, רח"ל. אוי לאזניים שכך שומעות. אויך טאר מען נישט קוקן אויף די פיקטשערס. ווייל ס'איז דא דארט פיקטשערס פונ'ם רמב"ם, רח"ל. און כידוע אז די ליובאוויטשער האבן אדאפטירט דעם רמב"ם...! איך האב דארט נישט געזעהן קיין איין בילד פונ'ם ויואל משה...!

נשלח: מיטוואך אוגוסט 09, 2017 10:22 pm
דורך [NAMELESS]
כ"ק אדמו"ר זי"ע

נשלח: מיטוואך אוגוסט 09, 2017 11:49 pm
דורך אדונינו
בן אדם האט געשריבן:כ"ק אדמו"ר זי"ע

מי זה?

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 10, 2017 12:16 am
דורך איסר האטלקי
חקרן האט געשריבן:שטעלט אייך פאר ווען ר' מעכל לעבאוויטש טוט עס, שטעלט אייך פאר ווען שלמה העלבראנץ טוט עס... וואלט אים יעדער באשריגן אלס מנובל און שגץ. אלעס ווענדט זיך ווער עס טוט עס.

אן דעם קליפ איז ער ידוע ביי מאנכע אלס א מנובל פונקט ווי הרבנים הנ"ל. וואס איז די חידוש?

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 10, 2017 1:18 am
דורך diff
.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 10, 2017 12:59 pm
דורך איך אויך
איסר האטלקי האט געשריבן:
חקרן האט געשריבן:שטעלט אייך פאר ווען ר' מעכל לעבאוויטש טוט עס, שטעלט אייך פאר ווען שלמה העלבראנץ טוט עס... וואלט אים יעדער באשריגן אלס מנובל און שגץ. אלעס ווענדט זיך ווער עס טוט עס.

אן דעם קליפ איז ער ידוע ביי מאנכע אלס א מנובל פונקט ווי הרבנים הנ"ל. וואס איז די חידוש?

סאמהאו האט געוואלדיג א שוואכקייט און לאזט נישט זאגן אז שיק איז געווען א מנוול.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 10, 2017 1:07 pm
דורך diff
אבי געשאסן א סטעיטמנט. ערס א מענש ווי אלע מענשן

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 10, 2017 1:11 pm
דורך berlbalaguleh
איך אויך: אז דו האסט עווידענס אז ער איז געווען א מנוול, לייג עס ארויס. סתם ווארפן באשולדיגונגען אדער היר-סעי איז גארנישט. אז יאסל האט געהערט פון איציק וואס ער האט אליינס געהערט שמעון פארציילן אין די הוידו נאנאשער מקוה פאריאר אום תענית אסתר. דאס איז גארנישט ווערד...!

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 10, 2017 8:43 pm
דורך איך אויך
ר' בערעלינו איך מאך מיט דיר א דיעל. נעם אפיר סיי וועלכע פון זיינע גארביטש ספרים/קונטרסים און יעדע בלאט וואס איז מנובלות-ז''ל פריי געב איך דיר $10 אבער יעדע בלאט וואס שטייט יא מנובלות-ז''ל געבסטו מיר $1, ווייסטו וואס? לאמיר מאכן אפילו 20 אקעגן איינס.

גייסט איין פאר אזא דיעל?

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 10, 2017 9:14 pm
דורך [NAMELESS]
איך אויך האט געשריבן:ר' בערעלינו איך מאך מיט דיר א דיעל. נעם אפיר סיי וועלכע פון זיינע גארביטש ספרים/קונטרסים און יעדע בלאט וואס איז מנובלות-ז''ל פריי געב איך דיר $10 אבער יעדע בלאט וואס שטייט יא מנובלות-ז''ל געבסטו מיר $1, ווייסטו וואס? לאמיר מאכן אפילו 20 אקעגן איינס.

גייסט איין פאר אזא דיעל?

איך ווייס נישט וואס דו פארפירסט. רעדן פון די חומר העוון צו בחורים גרעניץ זיך לאו דווקא מיט מנובלות.
למעשה איז זיין מהלך זייער פאפולער לעצטענס.

breslevcenter.com

נשלח: פרייטאג אוגוסט 11, 2017 12:58 am
דורך berlbalaguleh
עמעזאן: ייש"כ. ס'איז זייער שיינע פיקטשערס. (נאר איך האלט אז ר' יואל ראטה שליט"א דארף שוין אנהייבן גיין אויף א דייעט. ווייל ער האט שוין סימנים פון א צושפרייטן גוף.)...!

איך אויך. פון וועלכע קונטרסים רעדסטו...?! אויב ער רעדט פון פארשידענע עצות פאר בחורים. אין אזעלכע עניינים וואס נישט א יעדער האט ליעב צו רעדן דערפון. דאס מאכט איהם נאכנישט פאר קיין מנוול...!