בלאט 1 פון 3

"the great American eclipse" ער"ח אלול תשע"ז

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 10, 2017 3:19 pm
דורך [NAMELESS]
[justify]אויגיסט איין אין צוואנציג!


ווי וואלט דער האריגער ווערטל-שפרעכער דרעזנער ממליץ געווען: הימל און ערד און ליקוי החמה...


דער קומענדיגער  solar eclipse ווערט באצייכענט צו זיין פון די שפיץ אסטראנאמישער געשעענישן אינעם יאר הונדערט!  ווי הונדערטע אסטראנאמיקער, טויזענטער יוניווערס ליבהאבער און מיליאנער בירגער קוקן ארויס און ווארטן פאר די מינוטן.

אין די סטעיטס ארעגאן, איידעהא,  אילינאוי, קענטאקי,  און אין  די ארומיגע שטאטן ביז נארט און סאוט קארעליינע איז יעדער איינציגער האטעל צימערל צוכאפט. עס ווערט געשאצט אויף עטליכע מיליאן באזוכער וואס וועלן וויילן דארט אין די טעג. האטעל און מאטעל שטובער זענען שוין העווי  געבוקט געווארן די לעצטע אנדערטהאלבן יאר.  

א ליקוי חמה איז א שטיקל זעלטענער געשעעניש, אבער נישט גענוג אויף צו פארנעמען די אויבנאן העדליינס טאג אויס טאג איין, ווי עס דאמינירט די נייעס די לעצטע תקופה, אזש מ'ציילט ספירה די מינוטן און רגעים.  די ספעציעלקייט יעצט איז וויבאלד עס גייט א דורך גיין אין צענטער פון די יוניידעט סטעיטס, פון די וועסט פאסיפיק אושען  ביז די איסט ביים אטלענטיק. ערלויבענדיג פאר אלע פופציג שטאטן עס צו קענען מיטלעבן, וואס די לעצטע מאל איז דאס געווען מיט 99 יאר צוריק June 1918.  

 עס איז ערווארטעט א געשאצטע האלב ביליאן מענטשן פון די צפון אמעריקאנער קאנטינענט וועלן קענען קענען מיטהאלטן די eclipse, אריינגערעכנט די איבער הונדערט מיליאן מעקסיקאנער בירגער פונעם אנדערן זייט גדר. 

די ליקוי חמה גייט דורכשניידן אמעריקע שאפענדיג 'the way of totality' דורך פערצן שטאטן אנגעהויבן פון   ארעגאן, איידעהא, מאנטאנע, ווייאומינג, נעברעסקע, קענזעס, מיזורי,אייאווע, אילינאוי, קענטאקי, טענעססי, דזשארדזשיע,  נארט און סאוט קארעליינע.  
[center]
TSE2017-usa.jpg
[/center]
[center]וואס איז א total solar eclipse:[/center]
אין קורצן: די זון שיין ווערט פולשטענדיג באדעקט פון קענען גרייכן אונזער וועלטל.
עס וועט הערשן א חושך ווי זמן ר"ת, די פייגלעך וועלן סוויטשען מיט זייערע נאכט געזאנגען, די שטערנס פינקלען און היישעריקן זינגען, ווען אלעס וועט  פאסירן אינמיטן העלן טאג. 

וואס געשעט איז, דער לבנה (238.900  מייל ווייט פון אונז),  שטייט דעמאלטס פונקט צווישן דער זון און אונזער וועלטל, בלאקירענדיג יעדעס ביסל לעכטיגקייט פון גרייכן צו אונז, פארמירענדיג א total solar eclipse.

כ'שרייב אביסל פון וואס כ'האב געליינט און געהערט, כ'בין נישט דער גרויסער פארשטייער דערצו.

[center]
eclipsesHOW.png
[/center]הגם, די גרייס  פון די זון איז 400 מאל גרעסער פונעם לבנה וואלט עס לכאורה נאכאלץ געדארפט שיינען אויף אונזער וועלט; איז אבער די לבנה 400 מאל נענטער צו אונז שאפענדיג אין רעזולטאט די זעלבן diameter angular. 

ווען די לבנה איז טאקע אביסל ווייטער -  ווי עס פאסירן גאר א סך מאל - איז  ווירקלעך נישט דא קיין total solar eclipse, ווייל די לבנה איז נישט גענוג ברייט צו פארשטעלן די זון שיין, שאפענדיג אן annular eclipse.

צו באמערקן,  אז אפי' ווען די לבנה איז נאנט צו אונזער וועלטל, איז איר שאטן וואס זי שטעלט צו ביז אונזער וועלט  נישט מער ווי עטליכע מייל ברייט, אבער אין די געקאווערטע שטח ווערט פינסטער און טונקל, ווי אינמיטן נאכט. דאס מאל שטעלנדיג אין שאטן א  צורקע 67 מייל און די ברייט.   


[center]א ראנדאון פונעם ליקוי:  [/center]


א פולער רונדיכיגער לעכטיגער זון ווערט צוביסלעך קלענער און קלענער, אויסקוקענדיג ווי איינער בייסט אריין א שטיקל נאך א שטיקל. די זון קוקט אויס ווי א זיכל ביז עס ווערט גענצליך באדעקט, גרייכענדיג די מאמענט פון טאטאליטי ווען עס ווערט א פולשטענדיגער ליקוי חמה.

עס איז דא א partial eclipse, און ס'איז דא א total eclipse. דער טאטאלער ליקוי וועט נאר מיטגעהאלטן ווערן אין די אויבנדערמאנטע פערצן שטאטן, - רעלאטיוו א קליין שטח אנטקעגן גאנץ אמעריקע - מאכענדיג 'די וועג פון טאטאליטעט' אריבער פון מערב צו מזרח. ביים טאטאלער ליקוי איז דער זון באדעקט קאמפלעט אזש די זון איז איין שטיק "פגם".

די מאמענט אוו טאטאליטי דאס מאל עט מאקסימום, איז נישט מער ווי צוויי מינוט אין איין אין פערציג סעקונדעס, אבער דו גאנצע פראסעס פונעם ליקוי ווי עס איז רוב צייט א טיילווייזער ליקוי נעמט עטליכע שעה.

אינ'אמת'ן אפי' ווען עס 'טאטאליטעט' זעט מען נאך יא א שטיקל לעכטיגקייט, בעסער געזאגט נאר "וועגן" די ליקוי קען מען זען א צווייטער סארט לעכטיגקייט. דאס איז די "קאראנע". די קאראנע איז  גאזן און פייער צונגען וואס פלאקערן ארויס פונעם זון טויזענטער מיילן אינעם חלל אריין, אבער אנדערש ווען דער זון שיינט וואס מען קען נישט זעהן די קאראנע ליכטיגקייט צוליב די זון ליכטיגקייט וואס איז צענדליגער מאל שטערקער מאכענדיג די קאראנע שטראלן אומזעהבאר, איז יעצט ווען די עצם זון איז פארשטעלט קומט די קאראנע ארויס מיט אירע ריכטיגע קאלירן, אזש דאס געבט צו רייכקייט צום טונקעלן זון-באלל.

דערנאך הייבט מען צוביסלעך אן זען די זון ליכטיגקייט מער און מער, ביז עס קומט צוריק צו ווי "די זון אינמיטן העלן טאג".

מערקט די קאראנע שטראלן:

[center]
white_light_corona.jpg
[/center]
 נאך אן אינטערעסאנטער מחזה איז ווען דער זון געבט איר ערשטער ביס אריין אין די פינסטערע באלל, פארמירט זיך א "דיימענט רינג אפעקט" די קאראנע רינג פון אינדרויסן און די קליינע ביס פונעם זון געבט עס די לוק פון א דיימאנט רינג.


דערנאך איז דא דער טיילווייזער ליקוי. אנדערש ווי דער טאטאלער ליקוי וואס קאווערט נאר א שטח פון בערך זיבעציג מייל אין דיאמעטער; קאווערט די טיילווייזער ליקוי א שטח פון ארום פיר טויזענט מייל! סיי די גאנצער ליקוי און סיי דער טיילווייזער ליקוי קאווערן נישט די גאנצער שטח אויפאמאל. נאר, עס רוקט זיך צוביסלעך פון ים ארויף אויפן יבשה גייענדיג אינעם מזרח דיירעקציע פון איין שטאט צום נעקסטן, ווען דער קליינער 'טאטאלער' צירקל איז ארום גענומען מיטן ברייט רעביש'ן 'טיילווייזער' צירקל.

עטליכע מינוט פאר צוועלוו צופרי (אלעס ניו יארקער זייגער) וועט זיך אנהייבן די "עקליפס" איבערן פאסיפיק אושען, דערווייל נאך א טיילווייז-געשלאגענער זון, רייזענדיג אינעם מזרח דיירעקשאן. דער ליקוי רייזט מיט אן אומגעהויערע שנעלקייט געשאצט
אויף באלד צוויי טויזנט מייל א שעה, און ביז געציילטע מינוט דערגרייכט עס העכער די אמעריקאנער יבשה - דערווייל נאך אלץ בלויז א טיילווייזער פגום.

א שעה נאכן אנהייב [טיילווייזער] ליקוי, גייט זיך אנהייבן די פולשטענדיגער ליקוי. ערגעץ ווי אינעם פאסיפיק ווי דער זון שיינט יעצט אויף רוטינליך די צייט אין טאג, וועט עס דאס מאל אויפשיינען, בעסער געזאגט אויפטונקלען אינגאנצן א געשלאגענער = טאטאליטי אין אפעקט.

פערטל נאך איינס ווען דער טאטאלער ליקוי האט שוין דערגרייכט אמעריקע, האט דער ברייטערער 'טיילווייזער'צירקל שוין דערגרייכט ניו יארק. דער טאטאלער ליקוי איז איבער ניופארט ארעגאן, ווי עס שאפט א פינסטערניש. די דעגרי טראסקעט מיט ארום צען נומערן, די בלומען מאכן צו זייערע בלעטער און די פלעדערמויזן קומען ארויס ווי כאילו ס'איז הויך נאכט.

1:23 איז ווען אונז אין ניו יארק וועלן קענען מיטהאלטן (שמואל פרימו פון גוואטומאלא, ישראל גלויבער פון קאנאדא, דיפפף פון טערקיי צו גרוזיע עטץ האטס באזונדערע צייטן) די טיילווייזער ליקוי חמה וואס וועט דאן אויפן רגע דערגרייכן ניו יארק סיטי, ראקלענד קאונטי און די בערג.

יעצט געשעט די ערשטע שטאפל גערופן first contact. דאס הייסט ווען די לינקע שפיץ פון די לבנה רוקט זיך אריין אונטער די רעכטע שפיץ פונעם זון, פון דארט ביז ס'זאל אריין בייסן א חתיכה הנראה לעינים איז א קאצן שפרינג.
[center]
sunmooear2.jpg
[/center]
דער מאקסימום ליקוי ביי אונז אין ניו יארק וועט זיין 2:43 - 2:45 נאכמיטאג, ווען גאנצע 71% וועט זיין באדעקט. דעמאלדס איז דער לבנה די מערסטע אריין צווישן אונז און דער זון. פיר אזייגער וועט זיך דער טיילווייזער עקליפס איבער ניו יארק ענדיגן פארלאזענדיג אונז ביז די קומענדיגער ליקוי חמה. א שעה דערנאך וועט זיך ענדיגן אינגאנצן די עקליפס איבערן אנטלאנטיק ווען די זון גייט דארט אונטער א פגום.

סעפטי: עס איז א גרויסער סכנה צו באטראכטן די נאקעטער זון אפי' ווען ס'איז געשלאגן מיט די בלויזע אויגן. די ראדיאציע און UV שטראלן זענען גאר שעדליך פארן אויג. די אלע שטראלן זענען אומזעהבאר און ס'שאדט שטארק פאר די רעטענע אינעם אויג. די רעטענע פארמאגט נישט קיין נערוו, במילא שפירט מען נישט קיין ווייטאג, אבער דעמעדזש מאכט עס.

מאכט זיכער צו קוקן נאר מיט עקליפס ברילן וואס איז ISO אפראווד.

[center]
f94613b9478b53f98246f2e509a40e41.jpg
[/center]
דער קומענדיגער סאלאר עקליפס איבער ניו יארק וועט זיין אין אכט יאר ארום. דאס לאזט איבער שפעקולאנטן און רמזים אנטדעקערס צוזאם צו שטעלן ניעוץ סופו בתחילתו די יעצטיגער ליקוי ביים אנהייב פון מלכות טראמפ (מיט אן ארענדזשע רינדעכיגער פנים...) ביז אכט יאר ארום ווען ער קומט צו אן ענדע.

ועל קו אחד יעמדו שניהם, אז יעמוד הירח לפני השמש כעב שחורה... זאגט דאך אונז דער אינדוויאליסטישן פייטן גבירל אזוי שיין.[/justify]

Re: "the great American eclipse" ער"ח אלול תשע"ז

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 10, 2017 4:21 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
א ריזיגע ייש"כ. שוין מאנאטען וואס מ׳הערט דערוועגען, אבער קיינמאל נישט געליינט אזא קלארער באשרייבונג.

איך וויל צולייגען אז יעדער ליקוי הלבנה מוז זיין אין מיטען חודש, ווייל דעמאלס איז דער כדור הארץ צווישען די זון און די לבנה. א ליקוי החמה מוז זיין ארום דער מולד ווייל דעמאלס דארף דער לבנה זיין צווישען דער כדור הארץ און דער זון.

מ׳דארף נאר דערמאנען די גמרא אין סוכה אז ליקוי החמה איז א שלעכטע סימן פאר די גוים. לאמיר האפען אז תרום קרנה של ישראל אין די טעג און אונזער שונאים זאלען האבען א שנעלער מפלה.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 10, 2017 4:28 pm
דורך shtriemel
איך פלאן טאקע צו זיין אין ארעגאן פאר די מאורע. ווער קומט מיט?

Re: "the great American eclipse" ער"ח אלול תשע"ז

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 10, 2017 4:47 pm
דורך דער גאלדענער אדלער
כ'פלאן צו גיין, כ'האב נאר א ספק אין וועלעכע סטעיט, מיינע ספיקות זענען צווישען נארט קעראליינא, קענטאקי, מיזורי. אויך אויב למשל איז פארוואלקענט אין איינע פון דע פלעצער, וועט טאקע ווערן טינקל אבער דעם עצם ליקוי וועט מען נישט קענען זעהן

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 10, 2017 8:58 pm
דורך געוואלדיג
Wow דער עולם האט צייט, איך פלאן צו בלייבן אין היו יארק, האפנטליך אינמיטן ארבעט א בליק טאן.
#דזשעלעס

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 10, 2017 9:05 pm
דורך דער גאלדענער אדלער
קום מיט מיר העמער האבן א גוד טיים

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 10, 2017 9:13 pm
דורך דער גאלדענער אדלער
אפשר מאכן אינז א ק"ש גרופ און גייען צוזאמען? מ'עט אבאכט געבן אויף גילוי

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 10, 2017 9:33 pm
דורך געוואלדיג
אדרבא

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 10, 2017 10:50 pm
דורך איסר האטלקי
דער געוואגטער יונגעל האט געשריבן:(שמואל פרימו פון גוואטומאלא, ישראל גלויבער פון קאנאדא, דיפפף פון טערקיי צו גרוזיע עטץ האטס באזונדערע צייטן)

וואס איז מיט איטאליע? דארט קומט עס בכלל נישט אן?!

נשלח: פרייטאג אוגוסט 11, 2017 12:12 am
דורך שבת אחים
shtriemel האט געשריבן:איך פלאן טאקע צו זיין אין ארעגאן פאר די מאורע. ווער קומט מיט?


האב מיך אינזין
שבת אחים בן מה טוב ומה נעים
איך קען דיר שיקן שליח מצוה געלט, נעמסט פעיפאל?

פארגעס נישט מיטצונעמען לייען-מאטריאל

כקען דיר רעקאמנדירן אפאר ביכער וואס איך האב געגלייכט.

1)די שטורמישע וואסערן
2)דער קמצן דער נדיב
3)דער שוחט דער פריץ
4)דער קצב דער האלצהאקער
5)דער משכיל דער שטריימל
6)דער בעלעגאלע דער דויטש
7)כל באי׳ לא ישיבון

ספרים:
1)ישא ברכה
2)צל״ח
3)חובת התלמידים
4)מסילת ישרים
5)צמח ה׳ לצבי
6)אהבת ישראל
7)חפץ חיים
8)יסוד ושורש העובדה
9)תני דבי אליהו

מאגאזינען:
1)דער וועקער
2)דער פריערדיגע וועקער
3)דער מיטעלע וועקער
4)דער וועקער ז״ל

נשלח: פרייטאג אוגוסט 11, 2017 12:47 am
דורך berlbalaguleh
שבת אחים: מיין טייערער ברודער. פון דיין שרייבן דערקענט זיך אז דו ביסט א נעא-אינטעלעקטואל. אדער א פסעוודא אינטעלעקטואל. דו מישסט אויס הודו מיט קיש (כ'ווילל נישט זאגן וואו.). כ'האב דיר שוין א מיליאן מאל געזאגט אז ס'איז נישט דער דויטש. דער דייטש...! כל היתר כניטל דמי. תרתי משמע...! אויך איז נישט דא א ספר ..."יסוד ושורש העובדה"...נאר ..."העבודה"...!

איך האב אויך א קרוב משפחה וועלכער האט דעם סטיל. ער קען אידיש, עברית,אונגאריש און ענגליש. נאר ווען ער וויל זאגן לעפל זאגט ער א ווארט וואס מיינט גאפל. ווען ער וויל זאגן געברענגט זאגט ער געפלויגן. און דער עולם דארף פארשטיין וואס ער מיינטצו זאגן...!

איך האב איהם אמאל געזאגט אז ס'וואלט כדאי געווען ער זאלל פרובירן צו ווערן א פראפעסאר אין סיטי יוניווערסיטי. דארט איז דא א סאך אזעלכע אינטעלעקטואלן ווי ער. שווארצע אנטיסעמיטן וועלכע מ'האט אריינגענומען דורך אפירמאטיוו עקשן...!

נשלח: פרייטאג אוגוסט 11, 2017 7:18 pm
דורך shtriemel
שבת אחים האט געשריבן:
shtriemel האט געשריבן:איך פלאן טאקע צו זיין אין ארעגאן פאר די מאורע. ווער קומט מיט?


האב מיך אינזין
שבת אחים בן מה טוב ומה נעים
איך קען דיר שיקן שליח מצוה געלט, נעמסט פעיפאל?

פארגעס נישט מיטצונעמען לייען-מאטריאל

כקען דיר רעקאמנדירן אפאר ביכער וואס איך האב געגלייכט.

1)די שטורמישע וואסערן
2)דער קמצן דער נדיב
3)דער שוחט דער פריץ
4)דער קצב דער האלצהאקער
5)דער משכיל דער שטריימל
6)דער בעלעגאלע דער דויטש
7)כל באי׳ לא ישיבון

ספרים:
1)ישא ברכה
2)צל״ח
3)חובת התלמידים
4)מסילת ישרים
5)צמח ה׳ לצבי
6)אהבת ישראל
7)חפץ חיים
8)יסוד ושורש העובדה
9)תני דבי אליהו

מאגאזינען:
1)דער וועקער
2)דער פריערדיגע וועקער
3)דער מיטעלע וועקער
4)דער וועקער ז״ל


די ליסטע אליין קען מיר אונטערהאלטען א גאנצע וואך! :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol:

נשלח: זונטאג אוגוסט 13, 2017 2:12 am
דורך וואלווי
שבת אחים האט געשריבן:
shtriemel האט געשריבן:איך פלאן טאקע צו זיין אין ארעגאן פאר די מאורע. ווער קומט מיט?


האב מיך אינזין
שבת אחים בן מה טוב ומה נעים
איך קען דיר שיקן שליח מצוה געלט, נעמסט פעיפאל?

פארגעס נישט מיטצונעמען לייען-מאטריאל

כקען דיר רעקאמנדירן אפאר ביכער וואס איך האב געגלייכט.

1)די שטורמישע וואסערן
2)דער קמצן דער נדיב
3)דער שוחט דער פריץ
4)דער קצב דער האלצהאקער
5)דער משכיל דער שטריימל
6)דער בעלעגאלע דער דויטש
7)כל באי׳ לא ישיבון

ספרים:
1)ישא ברכה
2)צל״ח
3)חובת התלמידים
4)מסילת ישרים
5)צמח ה׳ לצבי
6)אהבת ישראל נאמבער 6? נישט נאמבער 1?
7)חפץ חיים
8)יסוד ושורש העובדה
9)תני דבי אליהו

מאגאזינען:
1)דער וועקער
2)דער פריערדיגע וועקער
3)דער מיטעלע וועקער
4)דער וועקער ז״ל
5)דער וועקער זאל מאריך ימים זיין

נשלח: זונטאג אוגוסט 13, 2017 2:26 am
דורך וואלווי
קענישט דעסיידען צו פארן קיין טענעסי אדער אריגען.

טענעסי קען מען פארן און ביז 11 שעה איז מען שוין דארט. אבער מ'דארף נאכקוקען די וועטער מאפע זייער גוט און טרעפען א ריכטיגע ספאט ווייל ס'היבשע טשענסעס פון וואלקענעס. משא"כ אין ארעגאן איז דע טשענס פאר קליר סקייס אסאך מער אבער לאגיסטיקס דארפען בעסער טויגען.

פאר א קלאוד גרעף עיין כאן:

נשלח: זונטאג אוגוסט 13, 2017 2:43 am
דורך וואלווי
KY TN.jpg
cloud graph.jpg
.

נשלח: זונטאג אוגוסט 13, 2017 11:34 am
דורך דער גאלדענער אדלער
כ'האב אויך געקלערט פון טענעסי, אבער אויב קיין טענעסי, וואלט איך ווען קאנסידערט דע סמאקי מאונטענס אין נארט קעראליינא, אדער לעקסיקאן קאנטאקי, ביידע זענען זיי בערך דע זעלבע לאנג, אומגעפעהר צען עלעף שעה, די פראבלעם מיט סמאקי מאונטענס איז וואלקענעס.

נשלח: זונטאג אוגוסט 13, 2017 12:12 pm
דורך טרויבן88

נשלח: זונטאג אוגוסט 13, 2017 10:15 pm
דורך וואלווי
דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:כ'האב אויך געקלערט פון טענעסי, אבער אויב קיין טענעסי, וואלט איך ווען קאנסידערט דע סמאקי מאונטענס אין נארט קעראליינא, אדער לעקסיקאן קאנטאקי, ביידע זענען זיי בערך דע זעלבע לאנג, אומגעפעהר צען עלעף שעה, די פראבלעם מיט סמאקי מאונטענס איז וואלקענעס.

אויב טענעסי איז די עריע צווישען גרעיט סמוקי מאונטענס פון די איסט, און די קאמבערלענד פלעטאו בערג אין די וועסט, די פראקטישסטע, ווייל ס'איז נאכאלס 11-12 שעה און די קלאסטע און יענע געגענט. טשעק אביסעל צו לינקס פון Sweetwater TN און Athens TN. דאס איז די געגנט פון די I-75.

למען הפינקטלעכקייט איז לעקסינגטאן קענטאקי טאקע 11 שעה, אבער פון דארט צום סענטער פון די פעטה אף טאטעליטי איז נאך א גוטע 3 שעה.

אבער אויב מ'פארט קיין טענעסי קומט מען אן צום סענטער פון פעטה אף טאטעליטי אין 12 שעה סך הכל. און ס'זעט נישט אויס צו זיין גרויסע חילוק אין די ריסק פון וואלקענעס פון קענטאקי VS טענעסי וועלי (עיין גרעף לעיל)

נשלח: זונטאג אוגוסט 13, 2017 10:41 pm
דורך דער גאלדענער אדלער
יא, @וואלווי האסט מיך אויסגעכאפט, גלייך נאכדעם וואס כ'האב געשריבן מיין ריפליי אינדערפרי, בין איך געגאנגן מאכן מיין ריסוירטש, און כ'בין געקומען צו דער מסקנה אז סוויטוואטער טענעסי איז דאס בעסטע פלאץ, און ס'בכלל נישט אזויפיל ווייטער.
נאר כ'וועל דיר זאגן די סיבה פארוואס כ'האב געוואלט זיין אין לעקסינגטון איז ווייל כ'בין נאך נישט דארט געווען, אין און איין וועגס האבעך עס געוואלט גיין אויסטשעקן, כ'האב געקלערט, אויב שוין אין לעקסינגטון פארוואס נישט צופארן קיין לואיסוויל מאכן א לחיים אין בארדסטאון, דארט ווי די באורבאן וויהסקי ווערט פראדעצירט? אז מ'דרייווט שוין צוועלף שעה.

נשלח: זונטאג אוגוסט 13, 2017 11:05 pm
דורך וואלווי
פיינע מהלך געראדע, כ'האמיך שוין געדרייט דארט אין געגנט, ס'דא אסאך פון די ברענד נעים בורבן פאבריקען דארט, זיי זענען מער ווי פארם'ס ווי איידער פאבריקען, זייער אינטערסטנט. אז ביסט שוין דארט אין געגענט קענסט גיין באזוכן Toyota וואס איז אין Georgetown KY.

צוריק אויפ'ן וועג אהיים קענסטו עסען הייסע כשר'ע עסען אין סינסענעטי.

נשלח: זונטאג אוגוסט 13, 2017 11:23 pm
דורך דער גאלדענער אדלער
צוריק צו קומען דורך סינסינעטי איז לכאורה א לענגערע וועג??

נשלח: זונטאג אוגוסט 13, 2017 11:23 pm
דורך דער גאלדענער אדלער
אפשר טרעף מיר זיך אינטערוועגענס??

נשלח: זונטאג אוגוסט 13, 2017 11:28 pm
דורך וואלווי
20-30 מינוט א חילוק.

בכלל איז גוט צו פארן איין וועג און אהיים א צווייטס. אז מ'דארף צוטיילען די וועג אביסעל זאל עס זיין אנדערע פלעצער