בלאט 1 פון 2

פילמס פון געשיכטעס אין היימישע אויסגאבעס

נשלח: זונטאג יולי 22, 2012 5:39 pm
דורך zurich
סתם פאר אינטערסאנטקייט,איך בין מיר נוהג אסאך מאל ווען איך ליין די שטערן אדער די שפאקטיוו אין ס'איז א אינטערסאנטע ארטיקל גוגל איך עס אין אסאך מאל טרעף איך אינטערסאנטע ארטיקלעך וועגן דעם, אין אויך יו טוב קליפס,און אסאך מאל קען איך אפילו טרעפן אז ס'דא א מאווי פון די גאנצע מעשה!

האב איך געקלערט צו עפענען א אשכול פאר דעם, די אשכול וועט זיין געמאכט אז מ'ליינט א אינטערסאנטע ארטיקל אין די היימישע אויסגאבעס און מ'זעהט אז ס'דא אויף דעים א מאווי זאל מען עס דא ארויפלייגן פארן ציבר פארשטאנען?

איך וועל אנפאנגען
און די שפאקטיוו פון די וואך, איז דא א ארטיקל וועגן א אונזיל מיטן נאמען אלעקטראז, די אונזיל איז ארימגענימען מיט וואסער מיט שטורמישער כוואליעס,וועגן דעם האט די אמעריקאנער רעגורינג באשלאסען צו מאכן א תפיסה דארט,און פאר לאנגי יארן האט מען געוויסט אז מען קען פון דארט נישט אנטלויפן ביז....

איין שיינעם טאג האט מען געטראפן 3 צעלן ליידיג 3 ארעסטאנטען זענין נישט דא ואיננו ווי אין וואסער אריין עיין שם

האב איך געסערטשט אין געטראפן אז ס' דא א מאווי דערויף,גראדע גאנץ א פיינע מאווי ענדליך צו פריסאן ברעיק,יעצט פארשטיי איך שוין פון ווי די רייטערס פון פריסאן ברעיק האבן גענימען זייער אדיעס!!
די מאווי הייסט
ESCAPE FROM ALCATRAZ

נשלח: זונטאג יולי 22, 2012 6:04 pm
דורך משולם שטיינפעלד
די ארויסגעבער פונעם שטערן/שפאקטיוו זענען זייער סענסעטיוו צו אזעלכע סארט אשכולות.

אין אייוועלט איז אמאל געווען אזא סארט אשכול, און עס האט נישט לאנג מאריך ימים געווען.

נשלח: זונטאג יולי 22, 2012 6:09 pm
דורך זר זהב
סענסעטיוו? וואס?

נשלח: זונטאג יולי 22, 2012 6:13 pm
דורך zurich
משולם שטיינפעלד האט געשריבן:די ארויסגעבער פונעם שטערן/שפאקטיוו זענען זייער סענסעטיוו צו אזעלכע סארט אשכולות.

אין אייוועלט איז אמאל געווען אזא סארט אשכול, און עס האט נישט לאנג מאריך ימים געווען.

איי וועלט נעמט עס אראפ פאר א צווייטע ריעסאן, מען טאר נישט נישט רעדן פון קיין פילמס מאוויס...

נשלח: זונטאג יולי 22, 2012 6:14 pm
דורך ידען
איך פארשטיי נישט וואס זאל זיי אנגיין?

און אז פון יציאת מצרים איז דא א מאווי, שטערט עס פארן ארויסגעבער פון די תורה?

אקעי נישט די בעסטע משל but you get the point.

Zurich

א גוטע איידיע. Go on

נשלח: זונטאג יולי 22, 2012 6:19 pm
דורך בויטשיק
משולם דו האקסט סתם אין די וועלט אריין . וואס איז די פראבלעם פון אזא אשכול? וואס איז ממה נפשך האט עס דער שטערן נישט גענומען זייערע פאקטן פון דארט (וואס איך שטעל מיך פאר אז נישט. ס'איז דא גענוג מקורות פארן קוקן אין מאוויס. מאוויס זענען געווענליך גוט געשניטן). איז מה הבעיה? און אויב האבן זי יא גענומען גלייב איך נישט זיי זענען אזעלכע פאצעס און זיך משוגע מאכן פון דעם, ווייל זיי האבן מורא אז מענטשן וועלן טראכטן אז זיי האבן עס גענומען פון דארט. פארקערט דעמאלטס ווייזן זיי דאך אז זיי האבן טאקע גענומען פאקטן פון דארט.
בקיצור. איך האב גראדע שוין באמערקט מער ווי איינס פון זייערע ארטיקלעך וואס ס'איז דא א מאווי.

קודם אלקאטראז. איז יעצט דא א TV SHOW פון דעם.

זיי האבן באשריבן אמאל די רוסישע סנייפער וואסילי זייצעוו איז דא א מאווי פון דעם מיטן נאמען "ענעמי עט די געטס"

די צייטשריפט האט אמאל באשריבן איינע פון די ערשטע קעיסעס פון סקיצאפריניע. איז דא א מאווי עי ביוטעפל מיינד פון ראססעל קראו.

ווייטער האט די שטערן באשריבן די בעלסקי ברודער ווי זיי האבן געקעמפט אלס פארטיזאנער מיט די דייטשן, איז דא א מאווי דערפון דעפייענס.

אויך די סאביבאר אויפשטאנד איז דא א מאווי דערפון.

איך געדענק נישט אויפ'ן מינוט אבער ס'איז זיכער דא נאך.

נשלח: זונטאג יולי 22, 2012 6:23 pm
דורך zurich
אט אזוי דעטס מיי בוי!!!

נשלח: זונטאג יולי 22, 2012 6:25 pm
דורך זר זהב
גוט איך האב הנאה... אז מ'קען שפארן פאר א איד 6 דאללאר פארוואס נישט?

נשלח: זונטאג יולי 22, 2012 6:29 pm
דורך zurich
זר זהב האט געשריבן:גוט איך האב הנאה... אז מ'קען שפארן פאר א איד 6 דאללאר פארוואס נישט?

דאנט ווארי ס'דא נאך ארטיקלעך חוץ אלעקטראז!!
בכלל דאס מאל האבן זיי זיך גאנץ שיין צוגעשטעלט!!

נשלח: זונטאג יולי 22, 2012 7:22 pm
דורך ברוין
Catch me if u can
Behind the enemy line
איז צוויי וואס איך דערמאן זיך אויפן מינוט

נשלח: מאנטאג יולי 23, 2012 1:49 am
דורך zurich
ברוין האט געשריבן:Catch me if u can
Behind the enemy line
איז צוויי וואס איך דערמאן זיך אויפן מינוט

וואס איז די צווייטע וואס דו דערמאנסט?

נשלח: מאנטאג יולי 23, 2012 2:13 am
דורך Espresso
zurich האט געשריבן:
ברוין האט געשריבן:Catch me if u can
Behind the enemy line
איז צוויי וואס איך דערמאן זיך אויפן מינוט

וואס איז די צווייטע וואס דו דערמאנסט?

ער מיינט מיסטאמע Behind enemy lines.
www.imdb.com/title/tt0159273/

נשלח: מאנטאג יולי 23, 2012 11:37 am
דורך נפתלי
ברוין האט געשריבן:Catch me if u can
Behind the enemy line
איז צוויי וואס איך דערמאן זיך אויפן מינוט

ועלכע ארטיקל איז פון די צווייטע וואס דו דערמאנסט?

נשלח: מאנטאג יולי 23, 2012 12:18 pm
דורך ניו יארק
איך פארשטיי בכלל נישט פארוואס דער שטערן זאל האבן טענות?
מען לייגט עס נאר ארויף דא נאכן ערשיינען אין די אויסגאבע

נשלח: מאנטאג יולי 23, 2012 12:21 pm
דורך טעפל
פארקערט זיי העלפען די היימישע עולם מ'זאל נישט דארפען זעהן די מאווי נאר ליינען אויפ'ן כשרע נוסח..

נשלח: מאנטאג יולי 23, 2012 12:22 pm
דורך [NAMELESS]
ברוין האט געשריבן:Catch me if u can

די מעשה איז געווען באשריבען אין דער איד בערך זיבען יאר צוריק. איך געדענק אז עס איז נאך ערגעץ געוועהן באשריבען. איינער געדענקט ווי??

נשלח: מאנטאג יולי 23, 2012 12:23 pm
דורך נפתלי
ראשעקאל האט געשריבן:
ברוין האט געשריבן:Catch me if u can

די מעשה איז געווען באשריבען אין דער איד בערך זיבען יאר צוריק. איך געדענק אז עס איז נאך ערגעץ געוועהן באשריבען. איינער געדענקט ווי??

א היבשע פאר יאר צוריק איז עס געלאפן אלס א פארזעצונג אינעם שטערן

נשלח: מאנטאג יולי 23, 2012 1:41 pm
דורך גדעון
נפתלי האט געשריבן:
ראשעקאל האט געשריבן:
ברוין האט געשריבן:Catch me if u can

די מעשה איז געווען באשריבען אין דער איד בערך זיבען יאר צוריק. איך געדענק אז עס איז נאך ערגעץ געוועהן באשריבען. איינער געדענקט ווי??

א היבשע פאר יאר צוריק איז עס געלאפן אלס א פארזעצונג אינעם שטערן

פאר דעם איז עס געלאפן אין דער איד, אבער דער שטערן האט עס זיכער נישט גענומען פון דארט...

נשלח: מאנטאג יולי 23, 2012 1:47 pm
דורך טעפל
אין די נייע זמן אויף העברעאיש איז דא אמעשה פון איינער וואס איז געשלאפען 18 יאר אין א עירפארט, איינער האט מיר געזאגט אז ס'איז דא אפילם אויף דעם, ווער ס'ווייסט איז מכובד אפירברענגען.

נשלח: מאנטאג יולי 23, 2012 4:11 pm
דורך בויטשיק
עס הייסט 'טערמינאל'. ס'איז פון טאם הענקס. א משוגענע גוטע מאווי. ס'איז צו שטוינען ווי גוט ער מאכט נאך א אויסלענדישע (דאכצעך מיר א בולגארישע) אקצענט.
עס איז צום לאכן און צום וויינען.

נשלח: מאנטאג יולי 23, 2012 6:15 pm
דורך zurich
פאר יארן צוריק איז געלאפן א פארזעצונג אין דער שטירן א גאר אינטערסאנטע און דראמאטישע מעשה מיטן נאמען ''רויטע פליגל" איינער ווייסט אויב ס'דא א מאווי דערויף?

נשלח: מאנטאג יולי 23, 2012 8:07 pm
דורך בויטשיק
איך האב מיך טאקע אויך געווינדערט אויב ס'איז דא א מאווי דערפון, איך בין נישט אנגעקומען נאכצוסוירטשן, אבער מסתמא איז דא, און לכאורה דארף עס צו זיין גאר גוט.

נשלח: מאנטאג יולי 23, 2012 9:15 pm
דורך smart
מיט יארן צוריק איז געווען א פארזעצונג אין דער שטערן פון דער באקאנטע גנב וואס האט אויסגעשווינגדעלט א האלבע וועלט - איך געדענקט נישט דעם נאמען אבער עס איז געווען גאר א גוטס אין איך קאן טאקע באשטיין עס צו זעהן אין מאווי אפשר ברענגט איינער ארויף דעם נאמען?