בלאט 1 פון 3

דראג באניץ ביים היימישען עולם

נשלח: זונטאג יולי 22, 2012 9:34 pm
דורך ידען
אין א אנדערע אשכול דערציילט ״אבי גערעדט״ א מעשה פונעם עמי מעגעזין וועגן א דראג דילער וואס האט אויך געדרייווד א קאר סערוויס, איז מיר ארויפגעקומען אינעם געדאנק אויב און וויפיל היימישע אידן ניצען אמאל אדער אפט דראגס.

נחום ר. פלעגט שרייען אז אונז זעמער די גרעסטע יוזערס אבער ווען ער זאגט אזוי איז כס מסתם פונקט פארקערט, אבער דאך קענעך מענטשן וואס דערציילן מיר ווי גוט סע איז צו בלאזן דעם פארשידענע דראגס, און בפרט ביי ענינים מאחורי הפרגוד.

איך וועל מיך נישט לאזן אריינפירן אין דעם ווייל אלע שרייען אז סע קען אריינשלעפען מער און מער, וועלעך נישט נעמען די ריסק אבער ביי גוים איז יא אנגענומען אז כמעט יעדער האט שוין אמאל אין לעבן אויסגעטרייט דראגס, אפי׳ פרעזידענט בוש געדענקעך האט געמוזט מודה זיין אזער האט שוין טועם געווען פון די גוטע סחורה.

נשלח: זונטאג יולי 22, 2012 9:46 pm
דורך [NAMELESS]
ווער געדענק ווי די בלאט האט חוזק געמאכט פון נחום?
הושיעה את, דראגס, עמך וברך, דראגס, את נחלתיך, דראגס, ורעם ונשאת, דראגס, עד העולם, דראגס........

נשלח: זונטאג יולי 22, 2012 9:49 pm
דורך שמואל הלוי
ראשעקאל האט געשריבן:ווער געדענק ווי די בלאט האט חוזק געמאכט פון נחום?
הושיעה את, דראגס, עמך וברך, דראגס, את נחלתיך, דראגס, ורעם ונשאת, דראגס, עד העולם, דראגס........

די בלאט האט חוזק געמאכט פון נחום הושיעה דראגס, את דראגס? ער זאגט דאך עס אליינס, ס'איז זיין אייגענע אויפטרעף וואס ער האלט אין איין איבער'חזר'ן.

נשלח: זונטאג יולי 22, 2012 9:53 pm
דורך זר זהב
ניין, נחום האט עס גענומען פונעם בלאט און צוריק חוזק געמאכט פון בלאט'ס איידיע. איך געדענק. (אבי מ'זאגט איך בין בייעס)

נשלח: זונטאג יולי 22, 2012 11:58 pm
דורך Shmilly
א קרוב מיינע פון הצלה האט מודה געוועהן צו מיר אז עס איז ליידער אמת


פארשטייט זיך נישט אזוי ווייט אבער דאך א פאקט......

נשלח: מאנטאג יולי 23, 2012 12:02 am
דורך דבילה
ס'איז דא א "שמועה" אין די ב"פ גאסן אז ביים ניקלשפורג'ן רבי'ן אויף 16 שמעקט כסדר פון געוויסע געווירצן... עד כדי כך אז ווען דער רבי קומט אריין אין ביהמ"ד 'האטערזיך געמאכט א מנהג אויטאמאטיש צו מאכן א בורא מיני בשמים!

נשלח: דינסטאג יולי 24, 2012 6:53 am
דורך אשפג
דארפסט נישט לויפן ביז 16 עוו דא ביי אינז אין קרית יואל ווייס איך פון עטליסט 20 אינגעלייט וואס באניצען זיך יעדען טאג דערמיט
און מוצ"ש מאכן זיי א צוזאם קום, און דא רעדט מען נישט פון לא לייפס זיי זענען אלע העכער 30 מיט ווייבער און קינדער וואס לערנען אין איינע פון די 3 מוסדות
און איטליכע פון זיי זענען ארויף געקוקטע פרעסטיזשפולע מענטשען ביי אונז ליידער

נשלח: דינסטאג יולי 24, 2012 11:25 am
דורך גלות יוד
איך ווייס בידיעה גמורה אז עס איז דא אין וויליאמסבורג צי באקומען די והותר pot פון די יאפפיס איך ווייס יונגעלייט וואס רויכערן עס תמידים כסדרם עס איז טאקע נישט די ריל דראגס אבער גענוג צו זיין דיסאריענטירט און מאכן עקסידענטס

נשלח: דינסטאג יולי 24, 2012 11:36 am
דורך יואליש
גלות יוד האט געשריבן:איך ווייס בידיעה גמורה אז עס איז דא אין וויליאמסבורג צי באקומען די והותר pot פון די יאפפיס איך ווייס יונגעלייט וואס רויכערן עס תמידים כסדרם עס איז טאקע נישט די ריל דראגס אבער גענוג צו זיין דיסאריענטירט און מאכן עקסידענטס


מ'ברויך מחלק זיין צווישן פאט (מאריכאנא) און די אנדערע סכנות'דיגע קאקעין און ווייס איך וואס נאך. הגם כ'האב ניטאמאל פרובירט קיין איינע פון זיי, און כ'וואלט קיינען נישט געראטן עס צו פרובירן, איז דא וואס זאגן אז פאט פאר זיי איז ווי א גלעזעל וויין ביים שבת טיש. אויב אבויזט מען אלקאהאל איז ביטער, אויב ווייסט מען ווי איין און ווי אויס, איז עס זייער נוצבאר פאר זיי צו אנגיין מיט די פרעשורס פונעם טאג טעגליכן לעבן און זיך האלטן צו די געזעלשאפט אן וויי טוהן זייער משפחה. אין אנדערע ווערטער, זיי זאגן אז רעליגיע איז די אפיום פון די מאסן, און וויבאלד זיי האבן נישט זוכה געווען צום טעם אין רעליגיע, ניצן זיי עכטע אפיום.

כ'ווייס פון זייער אסך מענטשן וועלכע ניצן עס זייער קאנסערוואטיוו און מיט אחריות און א געוויסע היימישע דילער זאגט אז ס'גייט פאר אן עקספלאזשען פון באנוץ און די סאמע היימישע געגענטער. (פארשטייט זיך פאר אזוינע מענטשן ווי מיר וואס זעהן עס נישט טאג טעגליך, קוקט עס אויס ווי א גוזמא און ס'שווער צו גלייבן. אבער כ'ווייס אז יענער טרייבט נישט איבער.)

ווען אונזערע מנהיגים זענען באמת אחריות'דיג, וואלטן זיי געלערענט די יוגענט פון די סכנה דערין, און נישט ברויכן דילען מיט אומוויסענדע מענטשן וואס פאלן אריין אין שאול תחתית. לויט געוויסע שמועות קאלעקטן ישיבות גאר געלט פון די רעגירונג פאר אזוינע לערנונגס פראגראמען.

נשלח: דינסטאג יולי 24, 2012 12:39 pm
דורך שמעקעדיג
אינטערעסאנט אז איך ווייס נישט פון די אלע זאכן, קיינמאל נישט געזעהן פאר מיינע אויגן, און הפאענטליך וועל איך עס אויך נישט זעהן קיינמאל מעתה ועד עולם. און איך קען נישט קיין איינעם פערזענליך וואס נעמט דאס.

אבער סתם פאר אינטערעסאנטקייט. פארוואס נעמען דאס אזויפיל מענטשן? פארוואס הייבט מען אן? און פארוואס וויל מען דאס נעמען? וואס שפירט מען? בארואיגט עס אביסל פון די טאג-טעגליכע סטרעס? העלפט עס בשעת מען איז דעפרעסט?

ביי מיר איז קאווע שטיבל אזא דאופ (אביסל עדיקטעד :cry: ) און ווען איך וויל זיך אויסלופטערן קום איך דא ארויף, אדער גיי איך ארויס טשילן מיט חברים אדער אפילו משפחה, ברודער'ס, שוואגער'ס וכדומה. ס'איז מיר געווענליך פונקט גענוג זיך אויסצוטשוכען.

נשלח: דינסטאג יולי 24, 2012 12:52 pm
דורך טעלעפאן
איך האב עטליכע חברים וואס זענען אין באנוץ מיט פאט. לויט ווי זיי טענה׳ן איז דאס געזונטער פון אלקאהאל (א סוירטש אויפן אינטערנעט האט אויך אזוי געוויזן) און נעמט זיי ארויס פונעם מצב ווען ס׳פעלט אויס...

נשלח: דינסטאג יולי 24, 2012 1:19 pm
דורך גלות יוד
מעגליך אז עס איז געזונטער אבער מ'קען זיך נארן אז עס איז אזויווי אלקאהאל עס צומישט טויזענט מאל מער מ'דארף וויסן וויפיל צי נעמען

נשלח: דינסטאג יולי 24, 2012 1:56 pm
דורך יואליש
ס'איז נישט דא קיין שום סיבה צו גיין זיכן עס. פערצופאל בין איך יא געווען ביי מסיבות ווי כ'האב דערקענט אויפן (קטנים) ריח אז מ'ניצט עס דארט. מיך אינטערעסירט עס נישט, און צו ווערן נאכגעשלעפט אלס פיר פרעשור, ווייל יעדער טיט דאס, אדער ווייל כ'וויל זיין קיל און היפ, אדער ווייל כ'האב מורא אז כ'פארפאס עפעס וואס אנדערע האבן יא - איז א שוואכע כאראקטער פון א מענטש און אזא איינער קען נאך אריינפאלן סך מער פון די נארמאלע פאט באנוץ. ס'פעלט נישט אויס צו רעדן דערפון, חוץ אויך צו ווארענען פאטענציעל קאסטומערס אז אפי' פאט קען מען אריינפאלן מיט שלעכטע סחורה וואס גענגסטערס מישן אריין כדי צו מאכן דעם מענטש עדיקטעט צו "זייער" סחורה. מ'ברויך וויסן אסך זאכן פון וואס זיך צו היטן, און היות דאס איז עטוואס נישט לעגאל, און ס'איז א שווארצע מארקעט, איז מען אומבאהאווענט און די גענגסטערס זענען אומרעגולירט, און מ'קען האבן אסך עגמת נפש.

נאכאמאל, ווען א אינגערמאן זאגט מיר אז ער און די ווייב נעמען צומאל פאט, קוק איך עס אן ווי איינער זאגט אז ער נעמט אן אלקעהאל מיקס. כ'קוק אים נישט ארויף און נישט אראף. ס'איז א לייפסטייל טשויס. ווען איינער פרעגט מיך אויב ער זאל עס פרובירן, זאג איך אים ניין.

נשלח: דינסטאג יולי 24, 2012 3:06 pm
דורך קרעקער
איינע פין די סימנים אז מאיז העווי אף דראגס איז אז די ציינער זענען צושפרייט

נשלח: דינסטאג יולי 24, 2012 3:38 pm
דורך משולם שטיינפעלד
אזוי ווי רייכערן בלייבט עטליכע טעג אין די סיסטעם, מען קען עס זעהן אין די קטנים, אזוי בלייבט דראגס אין די סיסטעם פאר איבער צוואנציג יאר, מען קען עס זעהן אין די האר.

איך ווייס נישט צו פאט גייט אריין אין דעם כלל.

נשלח: דינסטאג יולי 24, 2012 3:42 pm
דורך בן תמליון
שמעקעדיג האט געשריבן:אינטערעסאנט אז איך ווייס נישט פון די אלע זאכן, קיינמאל נישט געזעהן פאר מיינע אויגן, און הפאענטליך וועל איך עס אויך נישט זעהן קיינמאל מעתה ועד עולם. און איך קען נישט קיין איינעם פערזענליך וואס נעמט דאס.

אבער סתם פאר אינטערעסאנטקייט. פארוואס נעמען דאס אזויפיל מענטשן? פארוואס הייבט מען אן? און פארוואס וויל מען דאס נעמען? וואס שפירט מען? בארואיגט עס אביסל פון די טאג-טעגליכע סטרעס? העלפט עס בשעת מען איז דעפרעסט?

ביי מיר איז קאווע שטיבל אזא דאופ (אביסל עדיקטעד :cry: ) און ווען איך וויל זיך אויסלופטערן קום איך דא ארויף, אדער גיי איך ארויס טשילן מיט חברים אדער אפילו משפחה, ברודער'ס, שוואגער'ס וכדומה. ס'איז מיר געווענליך פונקט גענוג זיך אויסצוטשוכען.


איך בין מיט אייך. פונקט זאגט מיר א חבר ער'ט נעכטן פארברענגט ביז 4 פארטאגס אין יאפי לאנד זיי האבן איהם געגעבן וויד עפעס אזאנס און אזאלכס נישט די געווענליכע נאר גראד פון אפגאניסאטן מורא'דיקע סחורה. ער זאגט עס מאכט משוגה רואיק איך האב קיין אנונג. איז מיין פראגע איך בין רואיק ב"ה אן פאט מה לי לצרה הזאת? איך פארשטיי די זעלבע שאלה איז אויף ציגארעטן. נא מוז זיין אלע מענטשן זענען משוגה מיר זענען פארבליבן אפאר נארמאלע. דערמאנט מיר וואס קאני ראטענבערג ע"ה פלעגט זאגן 90% וויליאמסבורג איז אויף נערוון פילן און די איבעריקע 10% פון זיי ליידט מען טאקע זיי דרייען איבער די שטאט.

נשלח: דינסטאג יולי 24, 2012 4:22 pm
דורך יואליש
משולם שטיינפעלד האט געשריבן:אזוי ווי רייכערן בלייבט עטליכע טעג אין די סיסטעם, מען קען עס זעהן אין די קטנים, אזוי בלייבט דראגס אין די סיסטעם פאר איבער צוואנציג יאר, מען קען עס זעהן אין די האר.

איך ווייס נישט צו פאט גייט אריין אין דעם כלל.


כ'מיין ביסט זיך טועה. כ'ווייס פון איינער וואס איז ליידער געווען א קרעק עדיקט און האט זיך נארמאלאזירט און איז יעצט צען יאר ריין (ס'מאכט זיך נישט אזוי אפט מיט קרעק און ס'איז באמת א גרויסע שטארקייט פון יענעם. קרעק קען אויך אפהרג'ן איינעם'ס מוח לעולם ועד). יענער איז דורכגעגיינגען א טעסט וואס האט געוויזן אז ס'איז גארנישט דא אין זיין סיסטעם. און דאס איז שוין קאקעין, נישט מאריכאנא.

קען זיין ס'איז דא א ספעציעלע טעסט וואס צייגט עס יא. אבער די געווענליכע טעסט וואס ארבייטסגעבער געבן, צייגט נישט ווען איינער איז באמת ריין.

נשלח: דינסטאג יולי 24, 2012 6:00 pm
דורך משולם שטיינפעלד
א שנעלע זוך האט מיר געפירט צו דעם ניו יארק טיימס ארטיקל.

עס בלייבט גאר לאנג אין די האר, עס איז ווי די רינגען אין א בוים, וואס פארציילט גאר אסאך איבער וואס די בוים האט מיטגמאכט.

נשלח: דינסטאג יולי 24, 2012 9:29 pm
דורך קליינע רעבעלע
אשפג האט געשריבן:דארפסט נישט לויפן ביז 16 עוו דא ביי אינז אין קרית יואל ווייס איך פון עטליסט 20 אינגעלייט וואס באניצען זיך יעדען טאג דערמיט
און מוצ"ש מאכן זיי א צוזאם קום, און דא רעדט מען נישט פון לא לייפס זיי זענען אלע העכער 30 מיט ווייבער און קינדער וואס לערנען אין איינע פון די 3 מוסדות
און איטליכע פון זיי זענען ארויף געקוקטע פרעסטיזשפולע מענטשען ביי אונז ליידער


איך בין אפיקורת אז גלייב עס נישט?

נשלח: דינסטאג יולי 24, 2012 11:16 pm
דורך געפילטע פיש
קליינע רעבעלע האט געשריבן:איך בין אפיקורת אז גלייב עס נישט?

אן אפיקורת קענסטו זיין ביז איבערמארגען, ווילאנג דו ווערסט מיר נישט קיין אפיקורס...

נשלח: דינסטאג יולי 24, 2012 11:49 pm
דורך נולד מאוחר
כהאב אמאל געהערט א שפעקילאציא אז די לילקע ציבעך וואס די בעלשם ותלמידיו האבן באארבעט (rolled) איז געווען נעטירליכע געוויגסען וואס עפענען די מענטש צי משיג זיין העכרע השגהות.
איז די עפעס אן אמת דערין ?
otherwise וואס איז די גערייכעראכטס?
מסתמא האט מארלברוי נאך נישט פארקויפט געפאקטע פישקעלעך, האט מען געפלאנצט אליינס אין וואלד.
איז די מינים פין די קטורת אן סייקעדעליג סארט?

נשלח: מיטוואך יולי 25, 2012 1:13 am
דורך smart
ראשעקאל האט געשריבן:ווער געדענק ווי די בלאט האט חוזק געמאכט פון נחום?
הושיעה את, דראגס, עמך וברך, דראגס, את נחלתיך, דראגס, ורעם ונשאת, דראגס, עד העולם, דראגס........

איך האב מיר דערמאנט פון די זעלבע זאך.. אוי איז ער משוגע ער פלעגט זאגן אז איבער דרייסיג פראצענט פונעם עולם איז אויף דארגס!! בעסער געזאגט יעדער דריי מענטשען!

"ממש איך פארשטיי אים נישט ווי שעימט ער זיך נישט אזוי צו זאגען און ער וויל נאך מענטשען זאלן אים גלייבען???" אזוי האב איך געטראכט דעמאלטס אין יענע צייטען ווען ער פלעגט עס זאגען. אבער היינט פארשטיי איך שוין אלעס!!!!!!

נשלח: מיטוואך יולי 25, 2012 2:19 am
דורך zurich
איך האב מורא אז די אשכול איז פאר נחום ראזענבערג הייסע נייעס!!