בלאט 1 פון 2

בי"ד קען מאכן יענעם אויס איד...

נשלח: זונטאג יולי 22, 2012 10:01 pm
דורך שמואל הלוי
איך האב געזעהן זייער א אינטערסאנט שטיקל הגהות חתם סופר (או"ח סי' ל"ט), ווי ער שרייבט אז די ראשי בני ישראל קענען זיך צאמזעצן און מאכן יענעם אויס איד, און יענער זאל ווערן א גוי גמור אפילו להקל, וזה לשונו: "כמו שיש יכולת ביד בית דין וראשי העם להפקיר ממונו של איזה אדם הפקר ב"ד הפקר כמו כן יש בכוחם של ראשי בני ישראל להתקבץ ולהתאסף יחד ולהבדיל ולהפריד מבינם המורדים ולהמיר מהם קדושת ישראל ויחזרו להיות גוים גמורים ואפילו להקל".

(ווען די רבנים ווייסן ווען דערפון, וואלטן זיי מפקע געווען קדושת ישראל פון אלע וואס האבן אומגעפילטערטע אינטערנעט... ;) )

נשלח: זונטאג יולי 22, 2012 10:17 pm
דורך יידל
שמואל הלוי האט געשריבן:איך האב געזעהן זייער א אינטערסאנט שטיקל הגהות חתם סופר (או"ח סי' ל"ט), ווי ער שרייבט אז די ראשי בני ישראל קענען זיך צאמזעצן און מאכן יענעם אויס איד, און יענער זאל ווערן א גוי גמור אפילו להקל, וזה לשונו: "כמו שיש יכולת ביד בית דין וראשי העם להפקיר ממונו של איזה אדם הפקר ב"ד הפקר כמו כן יש בכוחם של ראשי בני ישראל להתקבץ ולהתאסף יחד ולהבדיל ולהפריד מבינם המורדים ולהמיר מהם קדושת ישראל ויחזרו להיות גוים גמורים ואפילו להקל".

(ווען די רבנים ווייסן ווען דערפון, וואלטן זיי מפקע געווען קדושת ישראל פון אלע וואס האבן אומגעפילטערטע אינטערנעט... ;) )

אפילו להקל!! wow!
וואס דו זאגסט אז די רבנים וואלט זיי מפקיע געווען - איך מיין אז אסאך פון זיי וואלטן זיך געפריידט צו ווערן מופקע... ;)

נשלח: זונטאג יולי 22, 2012 10:30 pm
דורך געפילטע פיש
ער שרייבט אויך אז די כח איז אמאל גענוצט געווארן? און וואס פאר א בי"ד דארף דאס זיין? יעדע בי"ד פון ג' מומחים? בי"ד הגדול שבירושלים?

נשלח: זונטאג יולי 22, 2012 11:00 pm
דורך משה געציל
זעט אויס אז דעמאלטס האט מען נאך געדארפט א בי״ד פארדעם, היינטיגע צייטן איז אכשר דרא ב״ה בפרט אין וויליאמסבורג ווי מאכען איינעם אויס איד איז פון די גרינגסטע זאכען.

נשלח: מאנטאג יולי 23, 2012 12:03 am
דורך דבילה
שמואל הלוי האט געשריבן:איך האב געזעהן זייער א אינטערסאנט שטיקל הגהות חתם סופר (או"ח סי' ל"ט), ווי ער שרייבט אז די ראשי בני ישראל קענען זיך צאמזעצן און מאכן יענעם אויס איד, און יענער זאל ווערן א גוי גמור אפילו להקל, וזה לשונו: "כמו שיש יכולת ביד בית דין וראשי העם להפקיר ממונו של איזה אדם הפקר ב"ד הפקר כמו כן יש בכוחם של ראשי בני ישראל להתקבץ ולהתאסף יחד ולהבדיל ולהפריד מבינם המורדים ולהמיר מהם קדושת ישראל ויחזרו להיות גוים גמורים ואפילו להקל".

(ווען די רבנים ווייסן ווען דערפון, וואלטן זיי מפקע געווען קדושת ישראל פון אלע וואס האבן אומגעפילטערטע אינטערנעט... ;) )


אינטרעסאנט ווי די אלע שאבעס-שרייערס אין ירושלים האבן פון דעם חת"ס פארגעסן!

נשלח: מאנטאג יולי 23, 2012 1:00 am
דורך נולד מאוחר
מען טאר דאס נישט מגלה זיין.
באלד וועט זיין א ליין ביים ב''ד פין די אלע וואס האלטן ביי גארנישט ,זיך בעטן מען זאל זיי בייפרייען .
א ב''ד וואס האט שכל וואלט געמאגט אזא סערוויס אין געמאכט מיליאנס.

נשלח: מאנטאג יולי 23, 2012 2:09 pm
דורך פריינדליך
שמואל הלוי האט געשריבן:איך האב געזעהן זייער א אינטערסאנט שטיקל הגהות חתם סופר (או"ח סי' ל"ט), ווי ער שרייבט אז די ראשי בני ישראל קענען זיך צאמזעצן און מאכן יענעם אויס איד, און יענער זאל ווערן א גוי גמור אפילו להקל, וזה לשונו: "כמו שיש יכולת ביד בית דין וראשי העם להפקיר ממונו של איזה אדם הפקר ב"ד הפקר כמו כן יש בכוחם של ראשי בני ישראל להתקבץ ולהתאסף יחד ולהבדיל ולהפריד מבינם המורדים ולהמיר מהם קדושת ישראל ויחזרו להיות גוים גמורים ואפילו להקל".

)


איז דא א שטיקעל נאכדעם וויאזוי ער ענדיגט צו די שטיקעל? עפעס מאכט נישט קיין סענעס דא?!

בכלל, אפשר זאגסט אביסל איבער די הגהת חתם סופר? איז זאכען וואס דער חתם סופר האט אליינס געשריבען? אדער זאכען וואס מען האט מלקט געווען בשמו?

נשלח: מאנטאג יולי 23, 2012 2:12 pm
דורך שמואל הלוי
פריינדליך האט געשריבן:איז דא א שטיקעל נאכדעם וויאזוי ער ענדיגט צו די שטיקעל? עפעס מאכט נישט קיין סענעס דא?!

איך האב צוגעשריבן פונקטליך די מקור ווי ס'שטייט, און אויב שטימט דיר נישט עפעס דאן זיי מוחל און נעם ארויס דיין גרויסן גראבן שו"ע און קוק עס נאך.

נשלח: מאנטאג יולי 23, 2012 3:55 pm
דורך ניו יארק
ווער וויל זיך צאמשטעלן מיט מער אלץ בי"ד? איך האב א ליסט פון מענטשן וואס וואלטן ווען געוואלט זיין גוים אבער זיי זענען נעבעך געבוירן געווארן אלס אידן (עפ"ל) איך וואלט זיי די טובה געטון.

נשלח: מאנטאג יולי 23, 2012 4:13 pm
דורך דולה ומשקה
אפקעינהו רבנן לקידושין מיניה - די רבנן קענען מאכען יענעס קידושין אויס קידושין, דאס זאגט דער נוסח "הרי את וכו' כדת משה וישראל". די קינדער ווערען נישט קיין ממזרים למפרע היות זי איז געוועהן א פניה. זעה דארט דעם העליכען תוספות אויף עמוד א'.

נשלח: מאנטאג יולי 23, 2012 4:21 pm
דורך פריינדליך
נוי יארק האט געשריבן:ווער וויל זיך צאמשטעלן מיט מער אלץ בי"ד? איך האב א ליסט פון מענטשן וואס וואלטן ווען געוואלט זיין גוים אבער זיי זענען נעבעך געבוירן געווארן אלס אידן (עפ"ל) איך וואלט זיי די טובה געטון.


פאר נישט אריין און די שמיעס, ווייל ליידער האב איך געזען ווי א ארקענטע מחנך רעדט זיך זייער אפ, אז אלמלא מען זאל געבן די אויסוואל פאר אונזערע 15 17 יעריגע בחורים אז זיי קענענן אליינס נעמען די אויסוואל ווי אזוי זיי ווילען אנגיין און לעבן וואלט מען זייער אנטוישט געווארען פון די מספר וואס וואלטען געגאנגען אנדערש ווי די ווילסט,

יענער האט די מסקנה אז מען רעדט נישט גענוג פון ידיעת השם מציאת השם וואס אידישקייט איז אא"וו, עס איז אבער א ווייטאגליכע מציאות,

Re: בי"ד קען מאכן יענעם אויס איד...

נשלח: מאנטאג יולי 23, 2012 4:42 pm
דורך איחוד פעלד
א פלא פין א זאך.
עס שטייט נישט אין היסטארי אז מען זאל איינעם האבען געמאכט אויס איד, למשל א משומד וואס וויל נישט געבען א גט ועוד ועוד.
גיי קלער אריין וואס געשעהט מיט די ווייב פין איינער וואס ווערט אויס איד, א גט קען ער נישט געבען, און געשטארבען איז ער נישט.

על כל פנים, ווער וויל זיין א גוי לויט די חתם סופר?

Sent from my SPH-D700 Using ForumTouch for Android

נשלח: דינסטאג יולי 24, 2012 4:46 pm
דורך נס קאווע
ווייניג פון די וואס זוכן די היתר דארפן צוקומען דערצו

נשלח: דינסטאג יולי 24, 2012 4:49 pm
דורך יואליש
לכאורה איז דאס אן ארגומענט פארן ארויסשניידן רעפארמער פון כלל ישראל, ניין? די שאלה איז ווי די נפק"מ כאפט. אז דער רעפארמער בי"ד קען נישט ארויסשניידן דעם חת"ס פון כלל ישראל?

נשלח: דינסטאג יולי 24, 2012 4:58 pm
דורך שמעקעדיג
לפי ידיעתי איז א שטיק צייט צוריק פארגעקומען א זיצונג פון אסאך רבנים, און מען האט געפלאנט ארויסצושטעלן דעם באקאנטן זינגער/רב פון כלל ישראל. עס איז נישט געקומען לידי מעשה מחמת כמה סיבות, אבער כפי השמועה איז דאס געווען דער פלאן.

נשלח: דינסטאג יולי 24, 2012 6:12 pm
דורך נס קאווע
(כמעט)נישטא ווער זאל עס אפקויפן

נשלח: דינסטאג יולי 24, 2012 8:33 pm
דורך איחוד פעלד
איז ליפא א גרעסערע פראבלעם ווי דער אינטערנעט??

הצד השווה שביניהם אז די רבנים האבען מורא אז ביידע וועלען זיי אונטערייסען.

נשלח: דאנערשטאג יולי 26, 2012 11:04 am
דורך שמעקעדיג
און דאס ברענגט מיר צו די מחשבות פון די היינטיגע רבנים.

אין שו"ע איז דא הלכות ווען א שחיטה איז כשר און ווען פסול. אבער היינטיגע רבנים, כדי צו זיין "גודרין גדר ועומדין בפרץ" האבן מוסיף געווען אז ווער עס האט אינטערנעט, איז שחיטתו פסולה.

דאס טייטש, אז טאמער א שוחט האט באמת א יצה"ר, און באהאלט אינדערהיים סיי וועלכע כלי, קומט אויס אז ער איז מכשיל כלל ישראל מיט זיין שחיטה פונקט ווי פינקל? כאטש ע"פ הלכה האט ער מקיים געווען די שחיטה אליין מיט אלע הידורים ע"פ שו"ע?

קענען זיי דאס טון? און אויב יא, ווי נעמען זיי די אחריות דערויף? און אז אנדערע זענען מחולק מיט זייער מיינונג? קען מען עפעס ארומשפילן מיט אידישקייט אזוי ווי א שפילצייג? איז טאקע "אין לך אלא כהן שבימיך" באמת, אז זיי קענען טון בדורינו וואס חז"ל האבן געטון בשעתם?

נשלח: דאנערשטאג יולי 26, 2012 12:17 pm
דורך נס קאווע
די רבנים קענען נישט אסר'ן קיין שחיטה מצד די הלכה (ניטאמאל דעת בעל הבית) זיי קענען סך הכל בעטן זייערע מענטשן אז זיי זאלן קויפן א פלאץ ווי מ' נעמט נאר חשובע שוחטים וואס זענען חשוב אין זייערע אויגן

נשלח: פרייטאג יולי 27, 2012 12:41 pm
דורך פריינדליך
שמעקעדיג האט געשריבן:אבער היינטיגע רבנים, כדי צו זיין "גודרין גדר ועומדין בפרץ" האבן מוסיף געווען אז ווער עס האט אינטערנעט, איז שחיטתו פסולה.


וועלכער רב אדער רבי האט אזוי געזאגט?

קיינער האט דאס נישט געזאגט,

נשלח: פרייטאג יולי 27, 2012 1:04 pm
דורך זר זהב
דאכט זיך רב וואזנער און מהר"א

נשלח: פרייטאג יולי 27, 2012 1:37 pm
דורך פריינדליך
זר זהב האט געשריבן:דאכט זיך רב וואזנער און מהר"א


מהר"א האט עס נישט געזאגט, און הרב וואזנער האט עס נישט געשריבען,

נשלח: פרייטאג יולי 27, 2012 2:20 pm
דורך שמעקעדיג
פריינדליך האט געשריבן:
זר זהב האט געשריבן:דאכט זיך רב וואזנער און מהר"א


מהר"א האט עס נישט געזאגט, און הרב וואזנער האט עס נישט געשריבען,


גיב א קוק דא

ער פירט אויס צום סוף: הנימוק: דברי הגר"ש וואזנר והאדמו"ר מסאטמר, לפיהם, שוחט שברשותו מכשיר עם אינטרנט, שחיטתו פסולה.