בלאט 1 פון 1
נייע אידישע קאר סערוויס ע"ד "אבער"
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 10, 2017 6:01 pm
דורך טשעסטער
היינט געזעהן אין בלאט אנאנסירט א נייע קאר סערוויס קאמפעני וואס וועט גיין אין די פיסטריט פון אבער, וואו זיי ועלן האבן אויפגעסיינט אסאך דרייווערס איבעראל און ווי אימער מגעפינט זיך וועט מען קענען באשטעלן א קאר פון זיי. אויך ביי PHONE' דאס מיינט אז עס פעלט נישט אויס א סמארטפון פאר דעם.
איינער מיט מער פרטים וועבסייט וכדו?
Re: נייע אידישע קאר סערוויס ע"ד "אבער"
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 10, 2017 10:17 pm
דורך הערסטע
צו וואס פעלט זיך אויס א אידישער אובער? וואס גייט דאס מחדש זיין? די אידן וואס האבן א סמארטפאון גייען לכוארה נישט אזוי שנעל אויפגעבן אובער/ליפט! פארוואדשע יא? אז איך האב פאריגע וואך געהאט א רייד מיט אובער פון בארא פארק קיין מענהעטן פאר אונטער פופצן דאלער! גיי איך עס נישט אזוי שנעל אויפגעבן.... איך גלייב שווער פון האבן א אידישען דאטא בעס קען ער אפילו טראכטן פון געבן אזוינע פראמאשענס.
און פאר די אידן וואס האבן נישט קיין סמארטפאון, וואס איז די אויפטו? מ'גייט קענען טרעקן די קאר? זעהן א רעוויאו אויף א דרייווער? ווי גייסט עס טרעקן, ווי גייסט עס זעהן? א.א.וו.
אפשר האט עס יא מעלות... ווער ווייסט
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 10, 2017 10:31 pm
דורך נולד מאוחר
בכלל איז לעצטנעס דא היימישע אינגעלייט דרייוון פאר uber.
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 10, 2017 11:14 pm
דורך יאסל ראקאווער
Uber האט א אפציע צו באשטעלן א דרייווער וואס רעדט ספאניש. מילא דארף מען זיי נאר בעטן אז זיי זאלן לייגען אידיש רעדענדיגע אויף זייער עטנישע גרופע וואס לוינט צו סערווירן דורך לייגען א שפראך פאר זיי.
Re: נייע אידישע קאר סערוויס ע"ד "אבער"
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 10, 2017 11:24 pm
דורך גרויסע מענטשעלע
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 10, 2017 11:29 pm
דורך כפתור
גראדע א קלינגעדיגע נאמען, און א גוטע לאגא.
זאל זיין מיט מזל
Re: נייע אידישע קאר סערוויס ע"ד "אבער"
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 10, 2017 11:32 pm
דורך החוקר
פונקט עטליכע וואכן צוריק האב איך געשמועסט מיט א חבר מיינער אז איך קלער עס וואלט געווען א גוטע געדאנק צו עפענען אזא קאר סערוויס.
לגבי די שאלה "ווער דארף עס?"
איך האלט אז עס דא אינגעלייט וואס וואלטן געקענט באשטיין צו זיין דרייווערס, פארט טיים צו פול טיים, נאר עס שמעקט זיי נישט צו דרייווען אגאנצן טאג גויאישע קליענטן. צו פאר זיכערהייט צו פאר באקוועמליכקייט.
לעומת זה איז דא גענוג קליענטן, בעיקר פרויען, וואס וואלטן נישט גענוצט אובער. צו ווייל זיי האבן נישט קיין צוטריט צו אינטערנעט, צו ווייל זיי ווילן דווקא אידישע דרייווער.
די וועבזייטל איז
http://www.ridejcab.com
Re: נייע אידישע קאר סערוויס ע"ד "אבער"
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 10, 2017 11:37 pm
דורך הערסטע
קען זיין...
שוין לאנג געוואלט וויסן, וואס איז דאס TLC לייסענס, יעדעס טעקסי דרייווער מוז עס האבן? איז עס שווער צובאקומען? קאסט אסאך? מיט די נייע קאמפאני גייט מען מוזן האבן די לייסענס?
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 10, 2017 11:41 pm
דורך שמעקעדיג
וועלכע געגענטער גייען זיי סערווירן?
דארפן זיי האבן ספעציעלע לייסענס?
Re: נייע אידישע קאר סערוויס ע"ד "אבער"
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 10, 2017 11:43 pm
דורך הערסטע
זיי שרייבן אין עד, גאנץ גרעיטער ניו יארק, ניו דזשערסי, קאנאדע.
נשלח: פרייטאג אוגוסט 11, 2017 9:02 am
דורך קאמענטירער
הערסטע האט געשריבן:שוין לאנג געוואלט וויסן, וואס איז דאס TLC לייסענס, יעדעס טעקסי דרייווער מוז עס האבן? איז עס שווער צובאקומען? קאסט אסאך? מיט די נייע קאמפאני גייט מען מוזן האבן די לייסענס?
Re: נייע אידישע קאר סערוויס ע"ד "אבער"
נשלח: פרייטאג אוגוסט 11, 2017 9:40 am
דורך החוקר
הערסטע האט געשריבן:שוין לאנג געוואלט וויסן, וואס איז דאס TLC לייסענס, יעדעס טעקסי דרייווער מוז עס האבן? איז עס שווער צובאקומען? קאסט אסאך? מיט די נייע קאמפאני גייט מען מוזן האבן די לייסענס?
@הערסטע @קאמענטירער, TLC איז א לייסענס פון די טעקסי און לעמאזין קאמיסיע, וואס מען מוז האבן אויב וויל מען פירן פאסאנדשזירן פאר געלט (להוציא חסד, גמ"ח הצלה וכדו').
איז עס שווער? ווענד זיך וויאזוי דו קוקסט אן שווער. זיי פארלאנגען גאנץ א לאנגע ליסט פון זאכן, אבער עס איז נישט שווער אויסצופירן.
קאסט: איך האב נישט געמאכט די חשבון יעצט, אבער איך מיין אז עס קאסט באלד $1,000 צו באקומען TLC אחרי ככלות הכל.
פארוואס זאל דען די נייע קאמפאני זיין אנדערש.
נשלח: פרייטאג אוגוסט 11, 2017 11:15 am
דורך מרדכי ישראל
וואס איז עס אנדערש פון די ביז יעצטיגע קאר סערוויס?
נייע אידישע קאר סערוויס ע"ד "אבער"
נשלח: פרייטאג אוגוסט 11, 2017 11:47 am
דורך החוקר
פאר די חברי השטיבל וואס זענען אינטערעסירט, פאלגענד איז די ליסטע פון זאכן וואס מען דארף האבן צו באקומען TLC לייסענס.
*אלעס מוז ווערן געענדיגט אין א משך פון 90 טעג*1. טויש דיין לייסענס צו א קלאס E לייסענס אדער CDL. צו באקומען קלאס E קאסט בערך $30.
2. נעם א דיפענסיוו דרייווינג קורס. מען מוז עס האבן געטון אין די פארגאנגענע 3 יאר. איך מיין אז מען קען עס האבן פאר $20-$25 אנליין.
3. מען דארף דורכגיין א מעדיקאל עקזעם. א געווענדליכע דאקטאר קען עס אויספילן.
4. באצאלן די $252 פאר די אפליקאציע (מען דארף קוקן א **** טראפיקינג ווידיאו).
5. מען דארף נעמען א ווילטשעיר קלאס בערך 3 שעה און 24-שעה טעקסי קורס בערך 2-3 טעג. די ווילטשעיר קלאס איז $50 און די 24-שעה קורס איז $200.
6. מען דארף נעמען א דראג טעסט. איך בין נישט זיכער, אבער מיר דאכט זיך אז מען קען עס באקומען אומזינסט ביי געוויסע פלעצער.
7. מען דארף נעמען פינגערפרינטס. עס איז דא געוויסע פריסינקטס ווי מען קען עס מאכן פאר $25.
סך הכל קאסט וועט זיך ווענדן אין וויפיל מען צאלט פאר יעדע קורס און טעסט. פארשטייט זיך דאס אלעס איז נאר אין NYC.
צו אפלייען פאר TLC און פאר מער אינפארמאציע
זעה דא.
נשלח: פרייטאג אוגוסט 11, 2017 4:41 pm
דורך סלינקי
החוקר האט געשריבן:TLC איז א לייסענס פון די טעקסי און לעמאזין קאמיסיע, וואס מען מוז האבן אויב וויל מען פירן פאסאנדשזירן פאר געלט (להוציא חסד, גמ"ח הצלה וכדו').
Uber פארלאנגט עס דען? כ'מיין אז נישט.
נשלח: זונטאג אוגוסט 13, 2017 9:38 am
דורך קאמענטירער
קאסט: איך האב נישט געמאכט די חשבון יעצט, אבער איך מיין אז עס קאסט באלד $1,000 צו באקומען TLC אחרי ככלות הכל
הייסט עס סאיז נאר אן איינמאליגע אפצאל? עניוועי איז די קאר סערוויס סך הכל א נייע ק''ס קאמפעני מיט א פיוטשער ענליך צו אובער נישט שלעכט..
נשלח: זונטאג אוגוסט 13, 2017 11:59 am
דורך נולד מאוחר
אויב איז דאס פארן היימישען ציבור, איז דאס א געפערליכע חוצפה . אינטערנעט איז אסור , און ער מאכט א עפפ פאר קארסערוויס.
Re: נייע אידישע קאר סערוויס ע"ד "אבער"
נשלח: זונטאג אוגוסט 13, 2017 12:04 pm
דורך הערסטע
סלינקי האט געשריבן:החוקר האט געשריבן:TLC איז א לייסענס פון די טעקסי און לעמאזין קאמיסיע, וואס מען מוז האבן אויב וויל מען פירן פאסאנדשזירן פאר געלט (להוציא חסד, גמ"ח הצלה וכדו').
Uber פארלאנגט עס דען? כ'מיין אז נישט.
לויט ווי איך פארשטיי פון אובערס עדווערטייזמענט, פארלאנגן זיי עס יא! זיי זאגן אז זיי קענען דיר העלפן עס באקומען גרינגער.
דאכצעך מיר אז ליגעלי טאר מען נישט זיין א קאר סערוויס אהן די לייסענס.
נשלח: זונטאג אוגוסט 13, 2017 1:39 pm
דורך נולד מאוחר
אויב פאנגט זוך דו טריפ אן ארויס פון דו 5 באראס דארפדטו מישט קיין טלסי לייסענס.
כקען היימישע אידן פון אפסטעט וואס זענען אויפגעסיינט מיט אבער, זיי האבן נישט קיין tlc
נשלח: זונטאג אוגוסט 13, 2017 8:42 pm
דורך שמעקעדיג
נולד מאוחר האט געשריבן:אויב איז דאס פארן היימישען ציבור, איז דאס א געפערליכע חוצפה . אינטערנעט איז אסור , און ער מאכט א עפפ פאר קארסערוויס.
ער שרייבט דאך קלאר אינעם עד אז מען דארף "נישט" קײן סמארטפאון דערצו.
נשלח: זונטאג אוגוסט 13, 2017 9:22 pm
דורך נולד מאוחר
איך פארקויף חזיר , מקען אויך קויפן כשר פלייש
נשלח: זונטאג אוגוסט 13, 2017 10:03 pm
דורך ברוך בער
עפפ ארבעט נישט, דעסקריפשאן איז גרייזיג א שוואכער אנהייב. פארשטיי אויך נישט פונקטליך וויאזוי ער ווער ארבעטן ווי אובער ליפט וואס האבן טויזנטער דרייווער און בדרך כלל אין סיטי האב איך א קאר אין מינוטן, וועט ער עס קענען באווייזן? אויך שטעל איך מיר פאר אז די פול-ליין אפשאן וועט נישט זיין עס איז דאך נישט אזא היימישע זאך, היינט קען מען מיט אובער פאל האבן א רייד פון ברוקלין קיין מאנהעטן פאר אינטער צען דאלאר. בין איך פארט אינטערסירט צו שטיצן א היימישע זאך בפרט א היימישן עפפ אבער זאל עס ארבעטן צום אלעם ערשט.
Re: נייע אידישע קאר סערוויס ע"ד "אבער"
נשלח: מאנטאג אוגוסט 14, 2017 7:06 pm
דורך גרויסע מענטשעלע
אפשר איז זיין פלאן אויב נישט האלט דיך אז עס איז א גוטער פלאן.
שלום א שווערע ארבעטער פין 9-5 אין קוים געלעקט ער צום לעבן נאך נאכאמאל האט ער זיך אויפגעסיינט מיט די אידישע אובער געדאנק אין מאכט טריפס לויט זיין געשמאק אין זיין געגענט אין נעמט ארויס נאך אפאר טולר א חודש.