בלאט 1 פון 1
זוכען דעם אמת מיט ספיקות - וועקער 9
נשלח: פרייטאג אוגוסט 11, 2017 6:28 pm
דורך shtriemel
כ'ווייס נישט דיין ניק דא ר' יצחק'ן אבער אזעלעכע ריינע מחשבות און הויכע מדרגות קומט נישט אן גרינג. אזעלכע טיפע רעיונות קומען מיר נאר אויפען געדאנק נאך א טאג פאסטען אין נאטור, און מיט די הילף פון דעם עץ הדעת. און אויך דאמעלטס איז עס ליבא לפומא לא גליא. ממילא, זעהן אזא הילוך אראפגעשריבען סידור סידור על אופנו איז א תענוג רוחני.
דיין וועג פון גיי נישט אהין אדער טראכט נישט אהער ווייל דעס איז שגעון ממש, איז אמת לאמיתו, אזוי מיין איך.
אבער, אויב גייען מיר טאקע מיט'ן ריינע אמת קומט מען צו צום קאצקער (אויב וואס מ'זאגט אויף עם איז אמת). על כל פנים ווי ביי די אינדיאנער הבנה און דעם נירוואנא. נאר וואס דען, די שמייליגע בודהיסטען וואס זיצען אויפען הענט אויסגעטון פון די וועלט און פון קליידער ביז זייער גופים דארפען קוים אביסעל גשמיות און זייער עקסטרעמעטיס הייבען אן צו שטארבען בחיים זענען דאך טאקע די גרעסטע שיגעון - אבער אמת'דיגער מענטשען.
לכשעצמי, האלט איך, אז נישט לעבען מיט די גאנצע אמת איז נאר איין עבירה, אן עבירה וואס באדערט מיר נישט צופיל. נו, איך ווייס און איך פארשטיי אז ווען איך וויל גארנישט וועט מיר זיין די בעסטע פון די בעסטע, בכל אופן וויל איך.
אבער לעבען אין אזא אליין געבויעטע שקר, איך זאל מיך איינרעדען "לעמל נולדתי און יעצט גיי קויף א לולב ווייל טאמער נישט וועסטו זיצען אויף דיין פיס און ברומען אאםםםםםם ביז צאת הכוכבים ווי די וואס האבען דעגרייכט נירוואנא" דאס אין שוין שקר על גבי שקר.
נ.ב. אויב קום איך צוריק פון די ערב ר"ח אלול'דיגע ליקוי חמה א גאנצע געצען-דינער וועט מוברר הדבר ווערען למפרע אז די ביסט גערעכט. ועוד חזון למועד.
נשלח: מוצ"ש אוגוסט 12, 2017 9:48 pm
דורך לעיקוואד
א גוטע וואך
א דאנק פאר די הערליכע ווערטער.
יא דאס בין איך.
אויב האב איך פארשטאנען וואס איר זאגט, בין איך נישט מחולק מיט אייך. אוודאי ווער עס איז בר הכי זאל זיין דער קאצקער, און ווער עס נישט זאל אויך גיין מיט'ן אמת לפי דרגתו. און אוודאי גיין מיט'ן גאנצען שקר לכתחילה איז נישט דער צד שכנגד פון גיין ביז'ן נירוואנא. דער לולב איז נישט דער מדובר דא דאס איז בסך הכל אזויווי דער טשאלענט אין סוף פון דער ארטיקל, עס איז נישט מעלה און נישט מוריד לגבי די אמת. דא ווער עס גרייכט נירוואנא דייקא פון שאקלן לולב און דא ווער עס טוהט עס ווייל זיין טאטע אדער שכן טוהט עס און דא ווער עס טוהט עס נישט ווייל דאס איז דער אמת בעיניו, דער לעצטער דארף נאר מחשב זיין הפסד מצווה כנגד שכרה.
דער חלק פון דער ליקוי חמה לא הבנתי, טאמער איז דא עפעס מער וואס איר מיינט מעיר צו זיין זייט אייך בעסער מסביר.
נשלח: מאנטאג אוגוסט 14, 2017 7:51 pm
דורך shtriemel
כ'יושב מיר צו איך זאל ווערען א מארמאן אדער בלייבען א געצען-דינער. דערווייל האב איך נישט צדדים לכאן ולכאן*. קיין החלטה גייען מיר נישט מאכען בעז"ה ווילאנג מיר זענען נאך נישט זיכער אז די זון איז אויך נאר א נברא. מ'האפט עס פעסצושטעלען ביי דער מעמד חילול החמה וואס וועט פארקומען בשטו"מ ערב ראש חודש אלול.
*מ'טראגט מיר אן אפאר גוטע מארמען שידוכים. איך שטיפ עס אף בלך ושוב אז איך דארף מיר נאך אלס נאכפרעגען. ס'שווערער ווי געווענטליך ווייל סוף כל סוף דארף מען בודק זיין אפאר מדוברת'ן אויף אמאל. דריי פאר מחותנים, דריי מאל אזויפיל זיידעס. ס'נעמט צייט. פון דער אנדערע זייט גלייך איך נישט זייער שמייליגע אונטער העמדער און גאטקעס. די קאטען מלבושים שוויצען און קראצען ערגער ווי א טערקישע טלית אן קיין ליינונג.
נשלח: מאנטאג אוגוסט 14, 2017 7:57 pm
דורך diff
דיסלייק
אל תפתח פה לשטן – ויקיפדיה
https://he.wikipedia.org/wiki/אל_תפתח_פה_לשטן
יהוא בן נמשי ברצותו לבטל עבודה זרה מישראל אמר בדרך מרמה: "ויקבץ יהוא את כל העם ויאמר אליהם; אחאב עבד את הבעל מעט, יהוא יעבדנו הרבה!" והתוצאה הייתה: "ויהוא לא שמר ...
נשלח: דינסטאג אוגוסט 15, 2017 12:15 am
דורך שבת אחים
shtriemel האט געשריבן:כ'יושב מיר צו איך זאל ווערען א מארמאן אדער בלייבען א געצען-דינער. דערווייל האב איך נישט צדדים לכאן ולכאן*. קיין החלטה גייען מיר נישט מאכען בעז"ה ווילאנג מיר זענען נאך נישט זיכער אז די זון איז אויך נאר א נברא. מ'האפט עס פעסצושטעלען ביי דער מעמד חילול החמה וואס וועט פארקומען בשטו"מ ערב ראש חודש אלול.
*מ'טראגט מיר אן אפאר גוטע מארמען שידוכים. איך שטיפ עס אף בלך ושוב אז איך דארף מיר נאך אלס נאכפרעגען. ס'שווערער ווי געווענטליך ווייל סוף כל סוף דארף מען בודק זיין אפאר מדוברת'ן אויף אמאל. דריי פאר מחותנים, דריי מאל אזויפיל זיידעס. ס'נעמט צייט. פון דער אנדערע זייט גלייך איך נישט זייער שמייליגע אונטער העמדער און גאטקעס. די קאטען מלבושים שוויצען און קראצען ערגער ווי א טערקישע טלית אן קיין ליינונג.
טוה מיר א טובה פאר דו לויפסט צו די פארשוויצטע טערקישע מארמאן גאטקעס, אפשר איז א גיטע פלאן צומאכן א אייגענע רעליגע געביסעט אויף וויזניץ/בעלזא אן די אלע OCD? די ״מייאונעיז״ קען בלייבן... מזאגט אז ביי רבי איז געוועהן א גאנץ יאהר חרצנים און מייעניעז משבת לשבת. אזוי שטייט אין ילקט מעם לעוז בשם די רבי ר׳ בער, אזוי מיין איך, נישט זיכער, קען טאקע זיין עס שטייט אין ערגעץ נישט. וואס ווייס איך? איך בין דאך א איד פון תורה.
עני וועי ווי האלטסו דיין ׳בעל פוער׳? איך וועל עס קומען צוברעכן, סאיז דאך עבודה זרה רחמנא לשיזבן
טוה מיר א טובה געב מיר צוריק מיין געלט און לאמיך גיין פון דא.. א געצן דינער איז ער מיר געווארן. געב א קוק אויף די רעספיט וואס די return policy איז אויף דעם בעל פעור? וויפל טעג צוריק האסטו עס געקויפט אויף עמעזאן? גאטקעס פון נבזרדן הרשע? דו ביסט אינגאנצן פון זינען געפאלן??????
וואס?????????????????????
זאלסט נישט זאגן אז איך האב דיר נישט געווארענט! די מארמאנס זענען פול אף שי״ן בלע״ז (ר׳ בערל וועט דיר שוין מסביר זיין איין שיינעם טאג אין זיינע בלעזן אשכול)
נשלח: דינסטאג אוגוסט 15, 2017 12:51 am
דורך [NAMELESS]
[left]1=1+1[/left]
זוכען דעם אמת מיט ספיקות - וועקער 9
נשלח: פרייטאג אפריל 24, 2020 6:07 pm
דורך מי אני
IMG_6823.jpg
בנוגע דאס אז יסודות האמונה זענען אויך יסודות בנפשו און מ׳דארף זיך אפבאכט גיבן ווי אזוי מ׳גייט צו דערצו, האט ניטשע גע׳טענה׳ט זייער ענליך לגבי זיין דעקאנסטראקציע פון אונזערע יסודות אין
מאראל (בעיקר מכח די שולד געפילן).
(ועיין כאן.)
ובנוגע דאס וואס מ׳דערמאנט דעקארט׳ס עקזיסטענשאל ספק איז אינטרעסאנט צוצוצייכענען אז מיט אן אספעקט דאדורך האט ער טאקע געוואלט צוקומען אויף מציאות הבורא אלס אן אקסיאם פון פאר דעם, ועיין כאן. ואגב, חיים פנחס שיינגארטן אין זיין ארטיקל ווען אידישקייט איז העכער הרגשים אין וועקער 17 נוצט א שטיקל טוויסט אין דעם געדאנק וואס איך ציטיר דארט בנוגע ספיריטואלע הרגשים. דהיינו, אז אונז מוז׳ן מיר שטעלן אידישקייט [וקשר לג-ט] פאר הרגשים, להוציא מזה אז הרגשים זאלן לשלעצמן זיין די הוכחה אויף ג-ט וכו׳ ע״ש.